איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

מי אני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 16, 2024
מעסעדזשעס
160
רעאקציע ראטע
831
{זייענדיג אז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט, וועל איך אי״ה ממשיך זיין מיין אשכול איבער דאס אז אונזער יקום וואס אונז קענען מיר איז מעגליך דאס אקטועלע גיהנום פון טעאלאגישע דאקטרינעס והמסתעף}
נאך אפאר געדאנקען כ׳האב געהאט געקלערט בנושא זו:

1). דאס אז חומר איסור איבוד לדעת איז כדי מ׳זאל טאקע אויספילן דעם גאנצן סענטענס בהעולם שהיא הגיהנום, קען גיין אין איינקלאנג מיט דעם אז מ׳כאפט נישט אז עוה״ז איז בעצם באמת דאס אקטועלע גיהנום. והיינו, ווייל ווי פיאָדאר דאָסטאָיעווסקי האט געזאגט, ״דאס בעסטע וועג צו פארמיידן דאס אז אַן ארעסטאנט זאל אנטלויפן, איז זיכער צו מאכן אז דער ארעסטאנט ווייסט ניטאמאל אז ער איז אין תפיסה.״ און די זעלבע זאך ביי דעם: אז מ׳כאפט ניטאמאל אז מ׳איז אין גיהנום, העולם שלנו, זוכט מען נישט צו אנטלויפן דערפון.


דאס דערמאנט פונעם באקאנטן מימרא, ״די גרעסטע טריק דער טייוול האט נאר אמאל געשפילט, איז צו מאכן מענטשן גלייבן אז ער עקזיסטירט נישט.״

2). לגבי די געדאנק דערין אז עס קען אויסקומען אז חרוב מאכן דאס גאנצע יקום כרגע איז א טוב, וויבאלד עס מאכט דאך חרוב דעם גיהנום, הא׳מיר געשמועסט צי לפי הלכה איז איסור רציחה אפילו על הכלל כולו ווייל עס איז כדי לקיים העולם, וואס אזוי האלט טאקע דער חינוך. אונז הא׳מיר אויך געשמועסט אז טאמער איז די וועלט די אקטועלע גיהנום האט דאס השלכות פאר די עטישקייט אראפצוברענגען קינדער דערויף. איז אינטרעסאנט אז דער חינוך זאגט ענליך לגבי האיסור לסרס (מצוה רצא) ווי ביי טעם איסור רציחה:
משרשי המצוה. לפי שהשם ברוך הוא ברא עולמו בתכלית השלמות, לא חיסר ולא ייתר בו דבר מכל הראוי להיות בו לשלמותו, והיה מרצונו לברך בעלי החיים להיותם פרים ורבים. וגם צווה את הזכרים ממין האדם על זה למען יעמדו, שאם לא כן יהיה המין כלה, אחר שהמוות מכלה בהם. ועל כן המפסיד כלי הזרע, מראה בנפשו כמי שהוא קץ במעשה הבורא ורוצה בהשחתת עולמו הטוב.​
און דאס איז על אף אז עס איז דא ריסערטש וואס צייגט אז סירוס וואלט ווען געמאכט דעם מאן לעבן לענגער. (ועיין בליקוטי מוהר״ן תורה לו אות ו אז ״כתבו חכמי הרפואות שהסירוס רפואה למשוגע״. דר. ארטור גרין טענה׳ט אז דאס האט ער געשריבן מכח דעפּרעשאן.) ובכלל איז דאך מקור התענוג צו וועלכעס מ׳גלייכט צו תענוג עוה״ב, היפך הגיהנום, צו וועלכעס דער מענטש לעכצט, נאר אָן עני צער (עיין בברכות נח ע״ב), אט די תאות המשגל.

ובכלל, לגבי פארטיליגן את כל העולם כולו כרגע אז דאס איז א גוטס וויבאלד דאס פארטיליגט דעם גיהנום, איז עס נישט אזוי פשוט אז דאס איז א טוב. ווארום, מ׳פארטיליגט דערמיט מקום העונש והתיקון פון יוסטיץ וצדק, וואס דאס איז דאך נחוץ למען הטוב. (ואולי אז טאמער לאזט מען איבער די מאָלטיווערס על הכלל, וועלכעס איז קאָזעלי דיסקאנעקטעד פון אונזער יוּניווערס צוריק, דאן לאזט מען למעשה איבער עפעס במקום הגיהנום.)

3). מ׳קען זאגן אז דאס איז א רמז בהמשנה (סנהדרין פ״ח מ״ה) שינה לרשעים הנאה להן והנאה לעולם ע״ש. והיינו, ווייל אז א מענטש איז נידון געווארן צו זיין בהעולם, מיינט דאס אז ער איז באיזה דרגא א רשע שוין מקודם, וועלכער איז דערפאר נידון געווארן להיות בהגיהנום. וממילא ווען ער שלאפט, וואס דעמאלטס פיהלט ער נישט דאס וועלט בעצם און ער פיהלט זיך דאס בעסטע וכדברי אַרטור שׁאָפּענהאַוּער, איז דאס דאך א הנאה לו.
 
לעצט רעדאגירט:
{זייענדיג אז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט, וועל איך אי״ה ממשיך זיין מיין אשכול איבער דאס אז אונזער יקום וואס אונז קענען מיר איז מעגליך דאס אקטועלע גיהנום פון טעאלאגישע דאקטרינעס והמסתעף}
נאך אפאר געדאנקען כ׳האב געהאט געקלערט בנושא זו:

1). דאס אז חומר איסור איבוד לדעת איז כדי מ׳זאל טאקע אויספילן דעם גאנצן סענטענס בהעולם שהיא הגיהנום, קען גיין אין איינקלאנג מיט דעם אז מ׳כאפט נישט אז עוה״ז איז בעצם באמת דאס אקטועלע גיהנום. והיינו, ווייל ווי פיאָדאר דאָסטאָיעווסקי האט געזאגט, ״דאס בעסטע וועג צו פארמיידן דאס אז אַן ארעסטאנט זאל אנטלויפן, איז זיכער צו מאכן אז דער ארעסטאנט ווייסט ניטאמאל אז ער איז אין תפיסה.״ און די זעלבע זאך ביי דעם: אז מ׳כאפט ניטאמאל אז מ׳איז אין גיהנום, העולם שלנו, זוכט מען נישט צו אנטלויפן דערפון.

2). לגבי די געדאנק דערין אז עס קען אויסקומען אז חרוב מאכן דאס גאנצע יקום כרגע איז א טוב, וויבאלד עס מאכט דאך חרוב דעם גיהנום, הא׳מיר געשמועסט צי לפי הלכה איז איסור רציחה אפילו על הכלל כולו ווייל עס איז כדי לקיים העולם, וואס אזוי האלט טאקע דער חינוך. אונז הא׳מיר אויך געשמועסט אז טאמער איז די וועלט די אקטועלע גיהנום האט דאס השלכות פאר די עטישקייט אראפצוברענגען קינדער דערויף. איז אינטרעסאנט אז דער חינוך זאגט ענליך לגבי האיסור לסרס (מצוה רצא) ווי ביי טעם איסור רציחה:

און דאס איז על אף אז עס איז דא ריסערטש וואס צייגט אז סירוס וואלט ווען געמאכט דעם מאן לעבן לענגער. (ועיין בליקוטי מוהר״ן תורה לו אות ו אז ״כתבו חכמי הרפואות שהסירוס רפואה למשוגע״. דר. ארטור גרין טענה׳ט אז דאס האט ער געשריבן מכח דעפּרעשאן.) ובכלל איז דאך מקור התענוג צו וועלכעס מ׳גלייכט צו תענוג עוה״ב, היפך הגיהנום, צו וועלכעס דער מענטש לעכצט, נאר אָן עני צער (עיין בברכות נח ע״ב), אט די תאות המשגל.

ובכלל, לגבי פארטיליגן את כל העולם כולו כרגע אז דאס איז א גוטס וויבאלד דאס פארטיליגט דעם גיהנום, איז עס נישט אזוי פשוט אז דאס איז א טוב. ווארום, מ׳פארטיליגט דערמיט מקום העונש והתיקון פון יוסטיץ וצדק, וואס דאס איז דאך נחוץ למען הטוב. (ואולי אז טאמער לאזט מען איבער די מאָלטיווערס על הכלל, וועלכעס איז קאָזעלי דיסקאנעקטעד פון אונזער יוּניווערס צוריק, דאן לאזט מען למעשה איבער עפעס במקום הגיהנום.)

3). מ׳קען זאגן אז דאס איז א רמז בהמשנה (סנהדרין פ״ח מ״ה) שינה לרשעים הנאה להן והנאה לעולם ע״ש. והיינו, ווייל אז א מענטש איז נידון געווארן צו זיין בהעולם, מיינט דאס אז ער איז באיזה דרגא א רשע שוין מקודם, וועלכער איז דערפאר נידון געווארן להיות בהגיהנום. וממילא ווען ער שלאפט, וואס דעמאלטס פיהלט ער נישט דאס וועלט בעצם און ער פיהלט זיך דאס בעסטע וכדברי אַרטור שׁאָפּענהאַוּער, איז דאס דאך א הנאה לו.
״ווייל אז א מענטש איז נידון געווארן צו זיין בהעולם, מיינט דאס אז ער איז באיזה דרגא א רשע שוין מקודם, וועלכער איז דערפאר נידון געווארן להיות בהגיהנום.״

איך ווייס נישט איבערדעים צו ער איז א רשע צו נישט אבער דאס איז אמאל זיכער אז קיין חכם איז ער זיכער נישט ווייל זיך ארומהארגענען מיט אריבער 200,000,000 sperm cells און דערנאך צו וואס? כדי צו לאנדען אויף אזא וועלט?
 
טאמער איז די וועלט די אקטועלע גיהנום האט דאס השלכות פאר די עטישקייט אראפצוברענגען קינדער דערויף.
אבער אויב איז די וועלט די אקטועלע גיהנם, איז אלעס פרי דיטערמענט סייווי, אריינגערעכנט אראפ ברענגן קינדער אויך איז נישט שייך קיין השלכות לגבי דעם
 
איך ווייס נישט איבערדעים צו ער איז א רשע צו נישט אבער דאס איז אמאל זיכער אז קיין חכם איז ער זיכער נישט ווייל זיך ארומהארגענען מיט אריבער 200,000,000 sperm cells און דערנאך צו וואס? כדי צו לאנדען אויף אזא וועלט?
לפי״ז קען מען זאגן א רמז אז בלעם ״הרשע״ האט געזאגט (במדבר כג י) ומספר את רובע ישראל תמת נפשי מות ישרים ותהי אחריתי כמוהו. און די גמרא דרש׳נט דערויף בנדה לא ע״א:
מלמד שהקב"ה יושב וסופר את רביעיותיהם של ישראל מתי תבא טיפה שהצדיק נוצר הימנה ועל דבר זה נסמית עינו של בלעם הרשע אמר מי שהוא טהור וקדוש ומשרתיו טהורים וקדושים יציץ בדבר זה מיד נסמית עינו דכתיב (במדבר כד ג) נאם הגבר שתום העין
והיינו, אז ווען ער האט טאקע געהאפט אז עס זאל זיין ״תמות נפשי מות ישרים ותהי אחריתי כמוהו״, והיינו נפטר צו ווערן מעונש הגיהנום של האי עלמא ע״י המות, וואס דאס טרעפן מיר ביי אידן וכהרשב״י, האט ער זיך טאקע געוואונדערט אויף ״מספר רובע ישראל״ וועלכע זוכן בייצוקומען איינע דאס צווייטע כדי אריינצוקומען והיא ע״י הקב״ה. (און מקודם דעם האט ער געהאט צוויי מאל ״העין״, וועלכע איז טאקע עולה מספר ״רע״.)

און דאס קען אויך זיין די רמז לעיל בדף טז ע״ב, אז הקב״ה זאגט אויף די טיפות צי זיי זענען חכמים או טיפשים, אבער נישט צי זיי זענען צדיק או רשע ע״ש. ווייל דאס זיך שלאגן אויף אריינצושווימן אינעם רחם איז שלא מהחכמה, און האט נישט דייקא צו טוהן מיט רשעות וצידקות (וואס איז שוין ממילא מקודם).
אבער אויב איז די וועלט די אקטועלע גיהנם, איז אלעס פרי דיטערמענט סייווי, אריינגערעכנט אראפ ברענגן קינדער אויך איז נישט שייך קיין השלכות לגבי דעם
ווי איך האב געשריבן בריש האשכול שטימט די טעזע טאקע מיט דיטערמעניזם והיפך בחירה חופשית. דאס איז אחוץ טאמער נעמט מען אָן אז אונזער יקום איז א חלק פון א(ן אינפיניט) סעט פון גיהנומס, און מ׳קען טאקע גיין צו א נאך נידעריגערן גיהנום (וואס האט אבער בתוכה גרעסערע מעגניטודס פון תענוג דאס צו באלאנסירן אז עס זאל פארט זיין ״טוב״), ווענדענדיג זיך אין בחירת האדם בהגיהנום הלז. אבער איה״נ, ווי איך ברענג ארויס, אויב איז למעשה דאס קינד דא דאן באדייט דאך אז ס׳קומט זיך דאס קינד שוין מקודם. די שאלה איז נאר לגבי די מגלגלין חוב ע״י חייב. אבער די טעזע נעמט דאך אָן אז עס איז למעשה נישטא קיין ״זכאי״, אין די קאנטעקסט, בהאי עלמא.
 
לעצט רעדאגירט:
א חשוב׳ער מיטגליד האט מיר געשיקט באישי אז די פסוק בקהלת (ג יא) את הכל עשה יפה בעתו גם את העולם נתן בלבם מבלי אשר לא ימצא האדם את המעשה אשר עשה האלקים מראש ועד סוף, קען מרמז זיין צו די טעזע אז העולם שלנו איז די אקטועלע גיהנום. והיינו, ווייל ווי ארויסגעברענגט במשך האשכול איז עס בעצם א ״גוטע און שיינע גיהנום״ און אז מ׳טראכט אריין קען מען זאגן אז עס איז ממש ובאמת עקסוויזיט אין איר דרעקישקייט, און אויף דעם איז טאקע חל דאס וואס די גמרא זאגט בעירובין יט. אז די רשעים זאגן אויף די גיהנום להקב״ה ״יפה״ דנת ״יפה״ חייבת - עס איז ״יפה״ בעתו. און ווי אויך ארויסגעברענגט במשך האשכול איז די געדאנק דערין אז מ׳זאל דייקא נישט כאפן אז מ׳איז שוין בהגיהנום - גם את העולם נתן בלבם מבלי אשר לא ימצא האדם את המעשה אשר עשה האלקים.

ואגב, דאס קען בכלל גיין אין איינקלאנג מיט וואס איך האב דא צוגעברענגט פונעם פילאזאף ישעיה בּערלין עפ״י ניקאלאס מאלעבּראנך אז הקב״ה האט געמוזט אויפגעבן אויף דעם אז די וועלט זאל זיין מער טוב, וויבאלד דאס וואלט דאן בהכרח געקומען מיט דעם אז די וועלט וואלט געווען ווייניגער פארשטענדליך צו ראציאנאלע באשעפענישן ווי אונז (ועיין כאן). ועפי״ז, אז גיהנום, שהיא העולם שלנו, ווערט גערעכענט בהמדרש ווי ״טוב מאד״, דאן בע״כ גייט דאס צוזאמען מיט דעם אז עס איז נישט פארשטענדליך צו אונז אז דאס איז אין אקטואליטעט דאס גיהנום.
 
לפי די געדאנק אז עס איז דא אַ(ן אינפיניט) סעט פון גיהנומס, ולכן איז שייך אז עס זאל יא זיין בחירה בהאי עלמא ובגיהנום הלז און מ׳ווערט נענש אויף די מעשים וואס מ׳טוהט דא אין א טיפערע גיהנום (וואו די תענוג איז אויך העכער ווי דא, כדי דאס צו באלאנסירן נגד הרע), קען מען זאגן א טיפערן געדאנק. והיינו, אז ווי קהלת האט באמערקט (ז כ) כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, וידוע דער מהרש״א בסוף מכות על הגמרא בעירובין יג: אז נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא וויבאלד ס׳איז מער עלול אז ער זאל אפטוהן ווי איידער אויפטוהן, און דאס האט דאך טאקע רשב״י באמערקט אז די געים איז ריגד בהאי עלמא. ונמצא מזה אז לפי כל זה איז זייער זייער נישט מצוי אז מ׳זאל זיך אמאל קענען ארויסזעהן פונעם סעט פון גיהנומס איינמאל מ׳איז שוין נגזר געווארן צו זיין דא (וידוע אז במדת מה איז דאס וואס ליגט אין אינדיאנע פילאזאפיע צו זיך פרובירן ארויסצוזעהן פון סאַמסאַראַ און דאס כסדר מגולגל ווערן בהגיהנום הלז של חיי צער, דורכ׳ן אָנקומען צו נירוואַנאַ). און דאס אליינס איז א חלק פונעם עונש הגיהנום: אז מ׳איז פאראורטיילט דאס כסדר איבערצוגיין און פארבלייבן בתוך די סעט פון גיהנומס. ובזה קען מען זאגן אז דאס איז די רמז בהגמרא (ר״ה יז.) גיהנם כלה והן אינן כלין. והיינו אז אפילו ווען די גיהנום שהיא העוה״ז גייט חרוב ווערן ע״י היץ-טויט אדער ווען די שמש וועט עווענטועל איינשלינגען די וועלט (ועיין בנדרים ח ע״ב לגבי גיהנום והוצאת חמה מנרתיקה) וכדומה, איז דאך והן אינם כלים, ווייל די רשעים בתוכה שהן אנחנו קענען זיך כמעט נישט ארויסזעהן פון דעם אורטייל און מ׳וועט פשוט נברא ווערן אין צו אן אנדערע מציאות של ״גוטע גיהנום״, וואס אונז קענען ניטאמאל משיג זיין אין אונזער יעצטיגע מציאות.

ואולי געבט דאס א קנייטש צו וויאזוי די גנאַסטיקס האבן געוואלט טייטשן אז דער נחש הקדמוני האט גאר געוואלט העלפן אדם וחוה, קעגן א שלעכטן דעמיאורדזש/גאט, דורכ׳ן מייעץ זיין לאכול מהעץ הדעת כדי שידעו גם טוב כמו האל. והיינו, ווייל בלא זה און בעפאר מענטשליכע קאנשעסנעס איז מען דאך לגמרי רע אזוי ווי נאטור וואס איז ״רויט ציין און נעגל״ בטורף ומטורף. משא״כ מיט די געדאנק פון טוב ומאראל מהמפורסמות (ועיין במו״נ ח״א פ״ב) האט מען כאטש עפעס עפעס א שאנס זיך ארויסצוזעהן פון דעם סייקל און סעט של גיהנומס.
 
לגבי דעם אז קהלת קען מרמז זיין אז אונזער וועלט איז די אקטועלע גיהנום, איז מערקווידיג ווי שד״ל איז מפרש די פסוקים שם בפרק ח טז-יז:
ואחרי שאין טוב רק לאכול ולשתות ולשמוח, ועם כל זה בני אדם עוזבים הדרך הזה וכל ימיהם בעמל ויגיע, הנה הוצרכתי לתת את לבי להבין מהיכן נמשך הדבר? והנה כאשר נתתי את לבי לדעת חכמה, ולראות את הענין אשר נעשה על הארץ, כי גם ביום ובלילה שֵנה בעיניו איננו רואה. וראיתי את כל מעשה האלקים – אז ראיתי כי אין זה אלא מעשה האלקים, והוא המכריח בני אדם לעמול וליגע, ולעזוב השמחה וההנאות. כי לא יוכל האדם למצוא ולהבין את המעשה אשר נעשה תחת השמש, בשל אשר יעמול האדם לבקש ולא ימצא וגם אם יאמר החכם לדעת לא יוכל למצוא איך יבחרו בני אדם ברצונם לעמול ולא לשמוח.
 
{זייענדיג אז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט, וועל איך אי״ה ממשיך זיין מיין אשכול איבער דאס אז אונזער יקום וואס אונז קענען מיר איז מעגליך דאס אקטועלע גיהנום פון טעאלאגישע דאקטרינעס והמסתעף}
נאך אפאר געדאנקען כ׳האב געהאט געקלערט בנושא זו:

1). דאס אז חומר איסור איבוד לדעת איז כדי מ׳זאל טאקע אויספילן דעם גאנצן סענטענס בהעולם שהיא הגיהנום, קען גיין אין איינקלאנג מיט דעם אז מ׳כאפט נישט אז עוה״ז איז בעצם באמת דאס אקטועלע גיהנום. והיינו, ווייל ווי פיאָדאר דאָסטאָיעווסקי האט געזאגט, ״דאס בעסטע וועג צו פארמיידן דאס אז אַן ארעסטאנט זאל אנטלויפן, איז זיכער צו מאכן אז דער ארעסטאנט ווייסט ניטאמאל אז ער איז אין תפיסה.״ און די זעלבע זאך ביי דעם: אז מ׳כאפט ניטאמאל אז מ׳איז אין גיהנום, העולם שלנו, זוכט מען נישט צו אנטלויפן דערפון.


דאס דערמאנט פונעם באקאנטן מימרא, ״די גרעסטע טריק דער טייוול האט נאר אמאל געשפילט, איז צו מאכן מענטשן גלייבן אז ער עקזיסטירט נישט.״

2). לגבי די געדאנק דערין אז עס קען אויסקומען אז חרוב מאכן דאס גאנצע יקום כרגע איז א טוב, וויבאלד עס מאכט דאך חרוב דעם גיהנום, הא׳מיר געשמועסט צי לפי הלכה איז איסור רציחה אפילו על הכלל כולו ווייל עס איז כדי לקיים העולם, וואס אזוי האלט טאקע דער חינוך. אונז הא׳מיר אויך געשמועסט אז טאמער איז די וועלט די אקטועלע גיהנום האט דאס השלכות פאר די עטישקייט אראפצוברענגען קינדער דערויף. איז אינטרעסאנט אז דער חינוך זאגט ענליך לגבי האיסור לסרס (מצוה רצא) ווי ביי טעם איסור רציחה:

און דאס איז על אף אז עס איז דא ריסערטש וואס צייגט אז סירוס וואלט ווען געמאכט דעם מאן לעבן לענגער. (ועיין בליקוטי מוהר״ן תורה לו אות ו אז ״כתבו חכמי הרפואות שהסירוס רפואה למשוגע״. דר. ארטור גרין טענה׳ט אז דאס האט ער געשריבן מכח דעפּרעשאן.) ובכלל איז דאך מקור התענוג צו וועלכעס מ׳גלייכט צו תענוג עוה״ב, היפך הגיהנום, צו וועלכעס דער מענטש לעכצט, נאר אָן עני צער (עיין בברכות נח ע״ב), אט די תאות המשגל.

ובכלל, לגבי פארטיליגן את כל העולם כולו כרגע אז דאס איז א גוטס וויבאלד דאס פארטיליגט דעם גיהנום, איז עס נישט אזוי פשוט אז דאס איז א טוב. ווארום, מ׳פארטיליגט דערמיט מקום העונש והתיקון פון יוסטיץ וצדק, וואס דאס איז דאך נחוץ למען הטוב. (ואולי אז טאמער לאזט מען איבער די מאָלטיווערס על הכלל, וועלכעס איז קאָזעלי דיסקאנעקטעד פון אונזער יוּניווערס צוריק, דאן לאזט מען למעשה איבער עפעס במקום הגיהנום.)

3). מ׳קען זאגן אז דאס איז א רמז בהמשנה (סנהדרין פ״ח מ״ה) שינה לרשעים הנאה להן והנאה לעולם ע״ש. והיינו, ווייל אז א מענטש איז נידון געווארן צו זיין בהעולם, מיינט דאס אז ער איז באיזה דרגא א רשע שוין מקודם, וועלכער איז דערפאר נידון געווארן להיות בהגיהנום. וממילא ווען ער שלאפט, וואס דעמאלטס פיהלט ער נישט דאס וועלט בעצם און ער פיהלט זיך דאס בעסטע וכדברי אַרטור שׁאָפּענהאַוּער, איז דאס דאך א הנאה לו.
בכלל נישט קיין שלעכטע תורה.

כ'האב נאר קשיות דערמיט.
אויב איז טאקע די וועלט א גיהינום וועגן דיינע פריערדיגע מעשים, איז נישט די סיבה פארוואס די ביסט אראפגעקומען וועגן מעשים וואס מען האט שוין אמאל געטון אויף דער וועלט, דאן ווי האט זיך עס אנגעהויבן? אויף יענע וועלט, ווי מען איז נישט מחיוב צי תורה ומצוות? ווי האט זיך די סייקעל אנגעהויבן? אויף דער וועלט, די גהינים?
 
ווי איך האב אָנגעהויבן דעם אשכול, איז די טעזע אז דא קומט מען אפ אויף דעם וואס אונזערע נפשות האבן ״געזינדיגט/פוגם געווען״ אין אַן אנדערן עולם, איבער וועלכעס, איינמאל אונז זע׳מיר שוין דא, קענען נישט משיג זיין. (איך האב טאקע דארט באטאנט איבער צי עס איז שייך אז מ׳זאל יושר׳דיג באשטראפן אויף עפעס וואס מ׳קען בכלל נישט געדענקען און משיג זיין איבער.)

ולפי דעם טיפערן הבנה פון א סעט פון גיהנומס, פון וועלכע אונזער וועלט איז איינס בתוכה, קען מען זאגן אז מ׳ווערט דא פלאצירט אין די גיהנום הלז שהיא העולם שלנו, אויב האט מען זיך פארזינדיגט אינעם גיהנום וואס איז העכער אונזערס אינעם סעט (וואס זייענדיג אז דאס האט אַן אנדערע קאַנשׁעסנעס בכלל, וואס דאס איז די חילוק צווישן איין גיהנום און צווייטן וכדביארנו שם, קען מען ווייטער נישט משיג זיין איינמאל מ׳איז שוין דא בהעולם והגיהנום שלנו.)

ולפי ביידע דרכים וועט מען זאגן אז אָנגעפאנגען האט מען כעין בעולם המלאכים און אינדרויסן פון די סעט פון גיהנומס בכלל, און איינמאל מ׳האט דארט ״פוגם״ געווען, וואס אימער דאס מיינט, איז מען אהערגעשיקט געווארן לתקן.
 
די געדאנק וואס איך האב דא געשריבן ווערט ארויסגעברענגט ביים סוף פונעם צווייטן עפּיזאד ״פּלעיטעסט״ פונעם דריטן סעזאן פון בּלעק מיראר. והיינו, אז עס איז יתכן בשעת מיתה צו עקספּיריענסען גאר שטארקע פחדים וואס זעהן אויס ווי א לענגערע צייט, אבער עס איז באמת ווייניגער ווי א סעקונדע. די פּלאַט פון די עפּיזאד איז אז בהעתיד טעסט מען א סארט ווירטואלי ריאליטעט מאשין וואס איז ממחיש דעם מענטשנ׳ס פחדים ממש זיי בייצוקומען, וואס דאס איז דאך (א חלק פון) די מטרה און גוטע געפיהל ווען מ׳שפיהלט א געים. אבער עס איז דא אינטערפירענס וואס איז גורם אז דאס מעלפאָנקשענד. ובכלל איז עס מיר געווען טשיקאוו, זייענדיג אז מ׳קען דאך טענה׳ן אז דאס לעבן איז בעצם א געים (ווענדענדיג זיך אין די הגדרה פון ״געים״).

דאס איז בעצם אויך דר. פרענק טיפּלער׳ס מהלך בנוגע תחיית המתים פון א פיזיקס מבט.
 
דא האב איך צוגעברענגט דעם תויו"ט בברכות (פ״ז מ״ג) אז מ'זאגט דעם שם "אלקינו" ביי זימון בעשרה, וואס דאס איז די שם פון דין, ווייל "הדין נותן לכלכל את ברואיו" ע"ש. איך האב געקלערט לפי"ז אז די גמרא זאגט בסנהדרין ז.
אמר רבי שמואל בר נחמני אמר רבי יונתן לעולם יראה דיין עצמו כאילו חרב מונחת לו בין ירכותיו וגיהנם פתוחה לו מתחתיו
והובא לדינא בחו"מ סימן ח סעיף ב. ולפי"ז קען מען זאגן אז דאס איז די רמז דא: אז ביי "דין" טרעפט מען אז מ'דארף זיך משער זיין כאילו מ'איז ביים גיהנום, וואס "גיהנום" איז דאך למעשה האי עלמא וככל הנ"ל, וואס אט דאס איז די תשובה קעגן די טענה פארוואס הקב"ה איז נישט אלעמאל מכלכל את ברואיו שה"דין" נותנו וכנ"ל - ווייל די פּוינט פון גיהנום איז דאך דערקעגן וכדי להעניש, וואס כאמור פארענטפערט דאס די בעיית הרעות.
 
דער רמב״ן שרייבט בשער הגמול על בעיית צדיק ורע לו:
אף על פי כן, עם העלמה הזאת, יש בטענה זו סוד נמסר לאנשי התורה והקבלה, והוא נרמז ברמז חכמינו זיכרונם לברכה ונכלל בעניין סוד העיבור, שחכמים מוסרין אותו לתלמידיהם הראויים, והוא תשובתו של אליהוא על תוכחותיו של איוב.

אבל זה הספק, אף על פי שהוא מועט, עם הספק האחר שהוא רב ממנו, שיראה הרשע הגמור המוחלט מצליח בכל עניין ההצלחות, יהיה חושב מיחס תלאות הצדיק בעיניו, או שלוות הרשע הזה בסוד הנזכר, הנכלל בשם סוד העיבור, אם זכהו האלקים אליו לדעתו מפי הקבלה הנאמנה, לאחר שישמר בו מאוד מן המכשול והטעות, כי לא רבים יחכמו. ואם לא שמע אותו, יהא תולה העניין בו על דעת יודעו.​
בפשטות איז דאס פשוט דעם געדאנק פון גילגול: אז מ׳ליידט אפ בעונש ובשכר אויף וואס איז אפגעטוהן געווארן אין א פריערדיגן גילגול עלי אדמות. אבער מ׳קען זאגן טיפער, אז די געדאנק פונעם סוד דערין איז אט די שטערקערע ענין פון ״גילגול״ וואו אלע ברואים עלי אדמות, וואס יעדער ליידט דאך באיזה אופן, זענען געשיקט געווארן אהער, שהוא הגיהנום באמת, מחמת עונש אויף וואס זיי האבן פוגם געווען וכו׳ אין א העכערע רעלם. און דאס פארענטפערט דעם בעיית הרעות, ווייל אט דאס איז דאך די גאנצע פּוינט פון גיהנום. און עס איז די רשע וטוב לו וואס איז אינטרעסאנט, ווייל פארוואס איז דא ״טוב״ אויב דאס איז די גיהנום? און די תירוץ דערויף איז מחמת דאס טובו של הא-ל וואס האט געזוכט צו מאכן דאס בעסטע גיהנום מעגליך. און די ״סוד״ דערפון פון דאס אלעס איז אז מ׳כאפט נישט אט דאס, אז דאס וואו מ׳איז איז די גיהנום האמת; נישט די ״מיטעלסטע״ ראנג פון ״עוה״ז״.

הגם אז דער רמב״ן׳ס שיטה גופא בגיהנום שפעטער דארט בשער הגמול איז אויסדרוקליך נישט דאס. נאר אז עס איז א מקום עם אש דקה וואס קען שורף זיין די נפש וואס איז אויך דקה ע״ש באריכות.
 
Back
Top