איז היימישע "אַרט" און זעלבסט-אויסדריקעניש (self expression)

klerinshare

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 2, 2024
מעסעדזשעס
31
רעאקציע ראטע
147
אַרט.
עס זענען פאראן צוויי דעפענישענס פאר אַרט: 1) דאס ארויסברענגן געפילן און imagination. אין די דעפענישן ווערט דאס ווארט אויך גענוצט און רעפערענץ צו די מיטל וואס מען באנוצט זיך ארויסצוברענגן אט די געפילן און געדאנקן, צ.ב.ש. מאלעריי, שרייב ווערק, מוזיק.
2) דאס ארויסברענגן "קונסטליכקייט" און וואספארא פארם.
מען וועט זען און די אלגעמיינע מערב וועלט אז אפילו געווענליך גיט א מענטש זיך אכטונג צו זיין פאליטיש אויסגעהאלטן, דאך אין אַרט וועט מען זען עקספרעשען פון געפילן אן א גדר.

מען וועט זינגן וועגן די טיפסטע ווייטאגען און געפילן, מען וועט זאגן זאכן וואס מהיכי תיתי אז מען האלט טאקע אזוי און א לאגישע שמועס. דאך און אַרט איז דא פלאץ פאר אלע געפילן, ווי נאר אפגעפרעגט עס איז.

אויף די פרומע ארענא איז דאס זייער זעלטן.

איך בין ניי דא אבער איך פארשטיי אז דא איז יא דא א מקום דערפאר.
עס איז דא א דארשט פאר די ערשטע דעפענישן פון אַרט ביי די פרומע עולם.
 
Back
Top