בעלזא מחלוקות

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
1,597
רעאקציע ראטע
6,333
פונקטן
943
אנשי שם לפי ידידנו החשוב פמ"מ הרה"ג ר' @ריבי שליט"א:

  • ר' מענדל האגער וואס פארשקלאפט זיינע חסידים אויף א קולט'יסטן גראדע = מחזיר עטרת חסידות ליושנה
  • די וויזשניצער קאזינס וואס פרובירן אים צו בארוהיגן = פשוט דזשעלעס אויף די זיין כח איבער זיינע חסידים
  • יואלי לאנדא טיילט צדקה = א עוולה - כח הפועל בנפעל - טשעפטער 11
  • צאנזער רב קריגט זיך מיטן הייליגן סאדיגערער = חכמים הזהרו בדבריכם
  • סאטמאר מהר"א וואס לאזט נישט זינגען רבוש"ע האב שוין רחמנות (און האט זיך ארומגעקריגט מיט א האלבע וועלט) = הייבט אויף כבוד סאטמאר
  • בעלזער רבי וואס איז פארפיינטעט אין די גאנצע וועלט = האט ארויפגעברענגט כבוד בית בעלזא (!)
ועוד חזון למועד

נאר א ווערטל פארשטייט זיך...
 
יישר כח פאר די סיכום, גאנץ אקוראט קאנדעסט.

כדי שלא להוציא הנייר חלק וועלן מיר ענטפערן נאר איינע.
איך דריי מיך געלויבט צו גאט צווישן וואוילע יידן - אפשר נישט דוקא סאטמאר - און איך האב פאר דיר נייעס: דער בעלזער רבי איז היינט צוטאג דער מערסטע רעספעקטעט רבי אין דער ברייטער אידישע וועלט, ער איז א פיקח ווי זיין זיידע רבי ישכר דוב, און א ארגאניזירער ווי דער עלטער זיידע רבי יושע, וואס מיט זייער זכות אבות האט ער צוריקגעשטעלט בעלז אויף אן אופן פון כבוד בית בעלזא, וואס וועט זיין -אזוי ווי זיין פעטער רבי אהרן האט געזאגט- בעלז וועט זיין א ווינקל פון חסידות ביז משיח'ס טאג.
 
דאכט זיך זיין זיידע דער שר שלום האט עס געזאגט.
טאקע וועגן דעם הענגט אין מיין הויז א סיין בעלזא
כדי ביי מיך אינדערהיים זאל זיין א ווינקל פון חסידות
 
חוץ פון האלב אדער רוב סאטמאר און סאטמאר געשטימט ווי נאך איז ער נישט רעספעקטירט?
איך ווייס נישט וואס ענק רעדן, ווען איך האב געלערנט אין ישראל איז נישט געווען נאך אזא פארפיינטעטער אראפגעקוקטער רבי ווי דער בעלזער רבי, ביי אלע חסידות'ן אין ישראל. דא אין אמעריקע איז אפשר אנדערש.
 
איך ווייס נישט וואס ענק רעדן, ווען איך האב געלערנט אין ישראל איז נישט געווען נאך אזא פארפיינטעטער אראפגעקוקטער רבי ווי דער בעלזער רבי, ביי אלע חסידות'ן אין ישראל. דא אין אמעריקע איז אפשר אנדערש.
ווי האסטו געלערנט ווייל ווי איך האב געלערנט איז עס געווען גור
 
קען זיין היינט האט זיך עס שוין געטוישט צו גור, נאך די פרשה פון ר' שאול.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך ווייס נישט וואס ענק רעדן, ווען איך האב געלערנט אין ישראל איז נישט געווען נאך אזא פארפיינטעטער אראפגעקוקטער רבי ווי דער בעלזער רבי, ביי אלע חסידות'ן אין ישראל. דא אין אמעריקע איז אפשר אנדערש.
די שאלה איז ווי האסטו געלערנט (אן קיין גילוי)
חוץ פון די אויסגעשפראכענע שונאים ווי די קנאי'שע קהילות און מאכניווקע איז ער יא רעספעקטירט.
 
פארוואס זאל ער זיין פארפיינטעט אין אנדערע קהילות חוץ סאטמאר? ער האט זיי עפעס שלעכטס געטון?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
 
פארוואס זאל ער זיין פארפיינטעט אין אנדערע קהילות חוץ סאטמאר? ער האט זיי עפעס שלעכטס געטון?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
ווייל ער האט זיך געקריגט מיט בד"ץ. בד"ץ איז אנגענומען ביי יעדן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווייל ער האט זיך געקריגט מיט בד"ץ. בד"ץ איז אנגענומען ביי יעדן
בעלז איז א אפגעזונדערטע קהילה אין ארץ ישראל. נישט רעספעקטירט און אנגענומען ביי קיינעם קיינעם
 
דיטעילס פליס.
הן עם לבדד ישכון… יעדע קהלה איז אן ענטיטי פאר זיך, וואס צוליב דעם איז דא דער פסק פון מהרי"ק אז עס איז נישט דא דער פראבלעם פון לא תתגודדו, און יעדע קהלה איז נהרא נהרא ופשטיה. בעלז האט זיך מייסד געווען אן אייגענע בית דין פון בקיאים און מומחים און זענען נישט אונטער די עדה החרדית קהלות, און זיי זענען פולי ענטייטעלט צו זיין אינדעפעדענט.

דער בעלזער רבי בשעתו ילדות היתה בו, און ער האט זיך צולאזט מיט זיינע דיבורים אויף דעם רבן של ישראל חת"ם סופר, כאילו זיין גדלות האט נישט געגרייכט צו די גדלות פון די בעלז רביים, און מיט דעם איז יצא עליו רוגזו של החותמים. אבער כבר עשה תשובה, בעלז איז היינט א תפארת ויקר לכבוד בית ישראל.
 
הן עם לבדד ישכון … יעדע קהילה איז אן ענטיטי
פאר זיך וואס צוליעב דעם איז דא דער פסק פון מהרי״ק אס עס איז נישט דא דער פראבלעם פון
לא תתגודדו, און יעדע קהילה איז נהרא נהרא ופשטיה , בעלז האט זיך מייסד גיוועהן אן אייגענע בית דין פון בקיאים און מומחים און זענען נישט אונטער די עדה החרדית קהילות און זיי זענען פולי ענטייטעלט צו זיין אינדעפעדענט
דער בעלז רבי איז בשעתו,ילדות היתה בו,און ער האט זיך צולאזט מיט זיינע דיבורים אויף דעם רבן של ישראל חת״ם סופר, כאילו זיין גדלות האט נישט געגרייכט צו די גדלות פון די בעלז רביים, און מיט דעם איז יצא עליו רוגזו של החותמים, און כבר עשה
תשובה , בעלז איז היינט א תפארת ויקר לכבוד בית ישראל .
איך האב געפרעגט דיטעילס אויף דער וואס האט געזאגט אז בעלז איז אפגעזונדערט און נישט אנגענומען
 
און ביי רבנים, איז עס 'מי שאין לו ארגאזם רוצה
דער בעלז רבי איז בשעתו,ילדות היתה בו,און ער האט זיך צולאזט מיט זיינע דיבורים אויף דעם רבן של ישראל חת״ם סופר, כאילו זיין גדלות האט נישט געגרייכט צו די גדלות פון די בעלז רביים, און מיט דעם איז יצא עליו רוגזו של החותמים, און כבר עשה
שקר גמור!
ער האט גערעדט נארישקייטן, אבער נישט קעגן דער חתם סופר. ער האט שארף געזאגט, און די באטראפענע האבן עס געשטופט אויף דער חתם סופר.

ער האט בלויז געזאגט אז די סאטמארער האבן נאך מקיל געווען אויף עפעס ווען אין בעלזא זענן זיי געווען קנאים. גארנישט מיט דער חתם סופר כלפי בעלזא.

(און ווען ער זאגט אז דער ערשטע בעלזער רב איז גרעסער ווי דער חתם סופר איז עס ביי מיר פונקט ווי זיין געגענער וואס מיינן אז דער דברי יואל איז געווען אויף די מדרגה פון זיין בעלי פלוגתא, אדער אז דער ברך משה איז געווען 'ראש גולת אריאל'. קויף דיר א שפיגל.)
 
ביסט גירעכט איי עם וויט יו .
ער האט אבער זיך אויסגעדרוקט ״ווען ביי זיי האט מען נאך גיגעסן גישטאפט״ וואס דאס איז א פגיעה און כבוד פון חת״ם סופר , אבער כבר עשה תשובה.
 
ביסט גירעכט איי עם וויט יו .
ער האט אבער זיך אויסגעדרוקט ״ווען ביי זיי האט מען נאך גיגעסן גישטאפט״ וואס דאס איז א פגיעה און כבוד פון חת״ם סופר , אבער כבר עשה תשובה.
ווען זייערע זיידעס האבן נאך געגעסן געשטאפטע גענז האבן אונזערע זיידעס.........
 
וויאזוי איז דאס א פגיעה אין דעם חתם סופר? ווער האט דערמאנט דעם חתם סופר? ווי קומט ער דא אריין?

יא, ער האט מתיר געווען געשטאפטע גענז. ממילא איז דאס א פגיעה?!

זאג נאר, וויאזוי רעדט מען ביי ענק וועגן די וואס עסן מאשין מצות? דאס איז א פגיעה אין די גדולי הדורות וואס האבן עס מתיר געווען? פליז! סאטמאר האט געמאכט א פארדרייטן פשעטל אריבערצופירן זייער בזיונות אויף דעם חתם סופר.
 
Back
Top