בְּתֵּיאָבוֹן

חבקוק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
123
רעאקציע ראטע
758
קומט׳זשע אהער טייערע חבירים, זעצט ענק אוועק דא, מישט אויף עירובין נ״ד און לאמיר צוזאמען לערנען א גמרא.

איי איי איי…

א"ל שמואל לרב יהודה, האט שמואל געזאגט צו רב יהודה

שיננא, דו שארפער

חטוף ואכול, כאפ אריין און עס

חטוף ואישתי, כאפ אריין און טרינק

דעלמא, ווייל די וועלט

דאזלינן מיניה, וואס מיר גייען פון אים

כהלולא דמי, איז גלייך צו א חתונה, א יעדע חתונה ענדיגט זיך אמאל און עס גייט אריבער זייער שנעל.

איי איי איי… איי איי איי… זאגט ווייטער די הייליגע גמרא
א"ל רב לרב המנונא, האט רב געזאגט צו רב המנונא

בני, מיין זון

אם יש לך, אויב דו פארמאגסט געלט

היטב לך, מאך דיר גוט דאס לעבן דערמיט

שאין בשאול תענוג, ווייל דארט אין שאול איז נישטא קיין פארגעניגענס

ואין למות התמהמה, און עס איז נישטא קיין פארזוימונג צום טויט

ואם תאמר, און אויב וועסטו זאגן

אניח לבני, איך וועל איבערלאזן פאר מיינע קינדער

חוק בשאול מי יגיד לך, ווער גייט דיר דערציילן אין קבר אז זיי האבן פיין פרנסה?

בני האדם דומים, מענטשען זענען גלייך

לעשבי השדה, צו די גראזן פון די פעלד

הללו נוצצין, מאנכע שפראצן פריש ארויס

והללו נובלין, און אנדערע ווערן פארוואליעט

איי איי איי, און אנדערע ווערן פארוואליעט!

עטץ הערטס ליבע חבירים? האטס הנאה און בייסט אריין אין א יעדע איינציגע טאג וואס איר לעבט ווייל אין א ליאדע מינוט ענדיגט זיך די חתונה, דער מענעדזשער פון זאַל לעשט באלד אויס די לעקטער און מיר טרעפן זיך אין קבר. נישטא דארט קיין פאוער, נישטא דארט קיין טראמפ, נישט קיין דאנעלד און נישט קיין עריק, און יעצט אז מען גיבט דיר עריק כאפ דעם עריק, און אז מ׳גיבט דיר ניטאמאל עריק נאר אביסל באריקאדן מיט סיקרעט סערוויס, כאפ וואס די קענסט, ענדזשוי די פּאָר גוטע מאמענטן, די אטענשאן און די הכנות, כי אין למות התמהמה, איי איי איי, כי אין למות התמהמה!

————————

א באקאנטער מיינער באקלאגט זיך צו מיר אז דאס לעבן גייט אים צו גוט לעצטענס און ער ווארט די אנדערע שיך זאל שוין פאלן, עפעס שטימט נישט - זאגט ער מיר - עס קומט דאך אזוי אז עפעס זאל גיין מיטן פיטום אראפ, האמער, אז ס׳קען גיין קרום פארוואס זאל עס גיין גראד? עס באקומט אים נישט דאס גוטס ווייל אט אט קומט מסתמא א ריק אזוינס און אזעלעכס, אזוי רעדט ער זיך אפ צו מיר.

ביזט גערעכט, מיין ליבער חבר - זאג איך אים - עפעס האט ער דארט זיכער אן איבעראשונג אין די ארבעל פאר דיר, דער ליבער גאט אונזערער, עפעס א פארלוירענע דזשאב, א ריק אין די שלום בית אריין, א מיתה משונה, דאס לעבן באלאנגט נישט צו גיין גוט. נאר דו ווייסט וואס - זאג איך אים - איצטערט איז די צייט הנאה צו האבן פון די פארציע פּאָר גוטע טעג וואס מען האט דיר צוגעטיילט, מען גייט באלד נעמען יעדן פאר א שויער דארט אינם בנין מיטן ציגלנעם קוימען אבער דערווייל טיילט מען ברויט, דער גרויסער ברודער סערווירט, ער שמייכעלט און זיינע אויגן פינקלען, בתיאבון זאגט ער, לבריאות זאגט ער, צום געזונט און צום לעבן, לאז זיין עס איז א לעבן בלויז פון אפאר טאג, אלץ בעסער פון גארנישט.

אז עס גייט עמיצען פון אייך אמאל גוט, די פרנסה גייט געשמירט, די קינדערלעך פירן זיך צו גאט און צו לייטן, די שלום בית קלאפט פאר א וויילע, די מוט איז דערהויבן און עס קומט אריין א שפע פון הרחבת הדעת, כאפ אריין, שְׂמַח זָקֵן בְּזִקנוֹתֶיך, פריי זיך דו אלטער נאַר איינער, וְדַע כִּי עַל כָּל אֵלֶּה יְבִיאֲךָ הָאֱלֹהִים בַּמִּשְׁפָּט, די הענגאווער איז נאר אפאר שעה אוועק.

עסט ברודערלעך, עסט! לאזט די שמאלץ רינען אויף די וואנצען, דער מלאך המוות איז אט אט הונטער אונז, מיטן גרויסן קאלטען מעסער, מען שפירט עס שוין אויפן גענאק, בתיאבון, ליבע ברודער, בתיאבון!
 
עקספיריענס דעם וועלט, גיי אויף א דשורני,
אז נישט וועט דיין גאנצן לעבן באשטיין פון געפילטע פיש און וויליאמסבורג.

וואס איז וויכטיג פאר דיר, טוה היינט!

גיימער צוריק צו די דשונגלן!
 
@חבקוק דיין פאוסט איז אויסצועסן, די מעסעדזש איז מעג׳ער און ווער רעדט נאך פון די דעליווערי האסט מיר אריינגעלייגט אין א יוטאפיע פון גמרא, ממש ווי אלץ בחור.
 
לעצט רעדאגירט:
מעכיטג!! איך בין ערשטוינט ווי די גאנצע ארטיק ארטיקל האב איך אזוי געליינט מיט די גמרא ניגון!!

@חבקוק דיין פאוסט איז אויסצועסן, די עסעדזש איז מעג׳ער און ווער רעדט נאך פון די דעליווערי האסט מיר ארננינגעלייגט אין א יוטאפיע פון גמרא, ממש ווי אלץ בחור.
ב״ה די נבואה איז גוט דעליווערט געווארן, ממש אזויווי עס איז אריינגעקומען אין קאפ
———
עקספיריענס דעם וועלט, גיי אויף א דשורני,
אז נישט וועט דיין גאנצן לעבן באשטיין פון געפילטע פיש און וויליאמסבורג.

וואס איז וויכטיג פאר דיר, טוה היינט!

גיימער צוריק צו די דשונגלן!
איך האב מורא איז איך בלייב שוין ווי @שמעי' גרין מיט די געפילטע פיש אין וויליאמסבורג 😂
 
לעצט רעדאגירט:
@חבקוק א שטיק מוסר! אבער נישט דאס מין מוסר וועלכעס מ'האט אונז געגעבן אין חודש אלול צו וועלכעס מיר האבן זיך צוגעוואוינט צו הערן אז ס'קומט שוין ראשעשונע, הייליגע טעג ימי הרחמים והרצון אזוי ווי מיין ס'מעדריש רב זאגט די שאלעשידעס תורה'ס נאר די ריעל מוסר, "העבר אין ועתיד עדיין ההוה כהרף עין דאגה מנין"
קהלת קפיטל 3 פסוק 12-13
ידעתי כי אין טוב בם כי אם־לשמוח ולעשות טוב בחייו׃
וגם כל־האדם שיאכל ושתה וראה טוב בכל־עמלו מתת אלהים היא׃
 
Back
Top