באגיין אן מיר אוממעגליך, מ'ניצט מיך טאג טעגליך

משה אלעס

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 25, 2024
מעסעדזשעס
3
רעאקציע ראטע
16
אליין איך גליטש זיך ארויף און אראפ
בערג און טאלן גארנישט שטעלט אפ,

איך וואנדער פון איין גרופע צום צווייטן
מיין וואוינונג יעדע מינוט טוט זיך בייטן,

חבירים ווי מיר האב איך איבעראַל
ווייטע שטרעקעס מיילן אויף מייל,

באגיין אן מיר אומעגליך,
מ'ניצט מיר טאג טעגלעך,
אבער:
צומאל שטער איך די וועג'לעך,
אזש עס איז אומדערטרעגליך!



ווי א טייך טרונקסטו מיין געוועזנהייט
ביי דיר אין זעהל ווער איך פארשפרייט,

איך טו דיין הארטץ אלעמאל דערמינטערן
צו ס'איז אין זומער אדער ווינטער - אין,

טויזענטער מענטשן האב איך שוין געגעבן
רעטונג, שיץ, און געראטעוועט זייער לעבן,


באגיין אן מיר אומעגליך,
מ'ניצט מיר טאג טעגלעך,
אבער:
צומאל שטער איך די וועג'לעך,
אזש עס איז אומדערטרעגליך!



אבער טעגליך טוען מענטשן מיט מיר זיך דערטרענקן
גאנצעטע שטעט האב איך שוין געטון אפשווענקען,

אויף מיר צומאל זיי פאלן און גליטשן - זיך
אפטרוקענען מיינע נאכווייען זיי מוטשע'ן - זיך,

ווי פון א פייער וואס ברענט א שטארקע דעגרי
קענען זיי אויך פון מיר כאפן א ברי,

באגיין אן מיר אומעגליך,
מ'ניצט מיר טאג טעגלעך,
אבער:
צומאל שטער איך די וועג'לעך,
אזש עס איז אומדערטרעגליך!



נעם א קאלטן טרונק
און הער מיר אויס פלינק,


די זעלבע וואסער וואס די טרונקסט דא בטעם'ט
איז נעכטן געוועהן אין א טייך פארשוועמענדיג א שטאט פון אמט,

די זעלבע וואסער וואס די וואשט זיך די הענט
האט א צווייטן נעכטן דערטראנקען אדער פארברענט,


טאקע באגיין אן אים אומעגליך
וואסער האלט מיר ביים לעבן
אבער צומאל איז עס אומדערטרעגליך
אז ''אן גאט'' קען מען זיך נישט קיין עצה געבן.

הצלחה!
 
הערליך!!!
האסט מיך אריינגענימען אין א העכערע וועלט!
--

אנה אלך מרוחך ואנה מפניך אברח. אם אסק שמים שם אתה ואציעה שאול הנך
מ'קען נישט אנטלויפן פון גאט און נישט פון זיך.
מ'מיז זיי ביידע אקאצעפטירן און ליבן אהנע תנאים.
פארמאכן דעם פיסק און זיי אויסהערן.
מער נישט אנטלויפן און איגנארירן.

אברח ממך אלך
-

על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי
מיט וועם זאל איך זיך באפריינדן מיט גאט אדער מיט זיך?
וואס איז גאט אויב נישט מיך, וואס איז מיך אויב נישט דיך גאט.
אונז זענען איין
די גאנצע יונערווארס איז איין

ה' אחד ושמו אחד
 
אליין איך גליטש זיך ארויף און אראפ
בערג און טאלן גארנישט שטעלט אפ,

איך וואנדער פון איין גרופע צום צווייטן
מיין וואוינונג יעדע מינוט טוט זיך בייטן,

חבירים ווי מיר האב איך איבעראַל
ווייטע שטרעקעס מיילן אויף מייל,

באגיין אן מיר אומעגליך,
מ'ניצט מיר טאג טעגלעך,
אבער:
צומאל שטער איך די וועג'לעך,
אזש עס איז אומדערטרעגליך!



ווי א טייך טרונקסטו מיין געוועזנהייט
ביי דיר אין זעהל ווער איך פארשפרייט,

איך טו דיין הארטץ אלעמאל דערמינטערן
צו ס'איז אין זומער אדער ווינטער - אין,

טויזענטער מענטשן האב איך שוין געגעבן
רעטונג, שיץ, און געראטעוועט זייער לעבן,


באגיין אן מיר אומעגליך,
מ'ניצט מיר טאג טעגלעך,
אבער:
צומאל שטער איך די וועג'לעך,
אזש עס איז אומדערטרעגליך!



אבער טעגליך טוען מענטשן מיט מיר זיך דערטרענקן
גאנצעטע שטעט האב איך שוין געטון אפשווענקען,

אויף מיר צומאל זיי פאלן און גליטשן - זיך
אפטרוקענען מיינע נאכווייען זיי מוטשע'ן - זיך,

ווי פון א פייער וואס ברענט א שטארקע דעגרי
קענען זיי אויך פון מיר כאפן א ברי,

באגיין אן מיר אומעגליך,
מ'ניצט מיר טאג טעגלעך,
אבער:
צומאל שטער איך די וועג'לעך,
אזש עס איז אומדערטרעגליך!



נעם א קאלטן טרונק
און הער מיר אויס פלינק,


די זעלבע וואסער וואס די טרונקסט דא בטעם'ט
איז נעכטן געוועהן אין א טייך פארשוועמענדיג א שטאט פון אמט,

די זעלבע וואסער וואס די וואשט זיך די הענט
האט א צווייטן נעכטן דערטראנקען אדער פארברענט,


טאקע באגיין אן אים אומעגליך
וואסער האלט מיר ביים לעבן
אבער צומאל איז עס אומדערטרעגליך
אז ''אן גאט'' קען מען זיך נישט קיין עצה געבן.

הצלחה!
פייער און וואסער, צוויי כוחות פון דער נאטור,
ביידע קענען בויען, און ביידע קענען צעשטערן אן א שיעור.
וואסער שטיל און שטראם'דיג, פייער הייס און ברענענדיג,
צוזאמען זיי פירן דעם קראפט פון דער וועלט, הייליג און שענענדיג.

וואסער גייט און גיט לעבן, שטיל און שטענדיג אין פלאץ,
מיט א שטילער כח טוט ער צוקומען טאג און נאכט.
פייער דערקעגנט זיין וועג, מיט פלאמען און היץ,
דער ברענעדיקער ליכט לייגט צו א מאכט אין יעדן בריץ.

וואסער קען א שטאט פארשווענקן, ברענגען א צונאמי אין שטילקייט,
פייער קען א שטעטל פארברענען מיט זיינע פלאמען אין קלארקייט.
ביידע פארבינדן זיך צוזאמען אין א פלא,
ווען די וועלט ווערט פארנומען דורך זייער גלע.

אבער דער מענטש דארף וויסן זייערע לימיטן,
צווישן ביידע כוחות קען מען זיך נישט אפשלעפן.
טאג טעגליך זיי ברענגען חיות און ווארעמקייט מיט קלארקייט,
אבער קיינער קען נישט טאנצן אויף זייערע לייד.

צווישן פייער און וואסער שטייט די וועלט באלאנסירט,
דאס לעבן איז אין זייער הענט אפגעראכטן און געפינצירט.
 
Back
Top