ק"פ פון קאווע שטיבל
קרעדיט חמול על מעשיך
ישראל משה דירנפעלד איז א נאמען נישט פאר יעדם באקאנט אבער פאר וועם יא איז עס אויפן ביטערן זייט...
איז אזוי ישראל משה דירנפעלד איז א סקווירא תושב אין די מיטעלע יארן זיין גאנצען לעבן איז ער פארנומען צו טוהן עסקנות ער איז גרייט צו טוהן סיי וואס עס פעלט אויס צו זיין אן עסקן...
אין אנהייב איז עס איז אים נישט געגאנגען גרינג, אביסל אטענשאן דא דארט האט ער באקומען א שטייגער ווי ביי די 100K פאטישענס געשיקט אין אלבעני ווי ער איז געווען אינוואלווד (זעיט דא ערשט לינקס אינעם בילד) אבער דאס איז פאר אים געווען קליין געלט ווי מען זאגט...
נו איז וואס טוט מען? האט ער גענומען די אלטע אויסגעטרויטענער מהלך פון ווערן די פרומער, פרומקייט דא האט יעדער אן אפנעם טיר, אזוי ווי ער איז א סקווירא'ער האט ער אנגעהויבען מיט דעם צום ערשט, ער מיט א גרופע באטשי'ס פלעגען זיצען יעדן טאג אין טרייען צו אויפקומען מיט פירצות אין ער פלעגט אריינגיין צום סקווירא'ן רבי'ן אין משוגע מאכען, ער האט אזוי משוגע געמאכט אז ס'האט נישט גענומען צו לאנג ביז מען האט אים מודיע געווען אז ער האט נישט קיין דריסת הרגל ביים רבי'ן אין שטוב...
נו איז וואס טוט מען יעצט? אז מען קען נישט רייטן אויפן ציבור וועט מען רייטן אויפן יחיד האט ער אנגעהויבען מיט א בלעק מעילינג קאמפיין אקעגן יעדר וואס טוט אין עניני אישית...
אין דא איז אים שוין איינמאל געגאנגען גוט אלע רבנים ווילען נאר הערן וואס ער זאגט ער רוקט ארויס איין קול קורא נאכן צווייטען, אזוי ווייט איז עס געגאנגען אז ער איז היינט יצחק שטענ'ס שטעקן פאר יעדער זאך בנוגע די חזרי...
גראדע איז די מהלך פון בלעק מעילן נישט קיין נייע זאך פאר אים ווי איך וועל שוין שילדערן די האר אויפשטעלענדע געשיכטע נאר עס איז געווען אויף א קליינעם פארנעם ביז יעצט אבער היינט איז דאס זיין אפציעלע אקיופאציע כ'וועל שילדערן אפאר געשיכטעס פון זיינע וויקטעמס וואס איז אביסל באקאנט...
ביאנער אינגערמאן פון מאנסי - געווען א אינגערמאן אין מאנסי וואס האט זיך געספראוועט מיט נסיונות אין ער איז ליידער אדורכגעפאלען מיט פרעמדע... ב"ה אז ער איז געווען דערביי זיך צו העלפען אין ער איז געגאנגען פאר טעראפי ווי אויך זיין ווייב האט פארשטאנען די מצב אין געווען וויליג מיטצוארבייטען ויהי היום דער דירנפעלד איז געוואר געווארען דעפון אין האט אנגעהויבען צו פארפירען אז ער גייט אים באשמיצן אין די גאסען דער אינגערמאן האט זיך זייער דערשראקען האט ער אריינגעמישט זיין טאטע, זיין טאטע פלעגט צאלען פאר דיריפעלד געלט יעדן וואך אז ער זאל האלטען די מויל פארמאכט, איין טאג ווען זיין טאטע איז געווען אביסל טייט האט ער אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג איך צאל מער נישט פאר דעם קאקער, האט דער חי' אנגעהויבען מאכען די גיהנום פארן אינגערמאן מיט סטראשערייען אין קללות דער אינגערמאן האט עס נישט געקענט נעמען אויף אזוי ווייט אז איין שבת נאכמיטאג האט ער זיך ליידער געוואלט נעמען דאס לעבן, זיין ווייב וואס האט אלעס צוגעזעהן האט שנעל גערופען זייער דיין הרב ישראל דערבארימדיגער אין אינפארמירט איבער די מצב ער איז אריינגעקומען אין באראיגט די אינגערמאן אז ער וועט קיער נעמען און טאקע נאך שבת האט ער אנגערופען דירנפעלד אין געסטראשעט אז ער גייט פארשפרייטען שמוץ אויף אים (זעהט שפעטער אינעם ארטיקל) אין אזוי האט ער אים שטיל געמאכט, דער דירנפעלד האט דעמאלס געטרייט צו פאפירען אז ער איז א מחלל שבת אבער ער איז שנעל שטיל געווארען מורא האבענדיג פאר זיין אייגענע נאמען..
הרב ישראל דערבארימדיגער - אזוי ווי פריער גערעדט איז הרב ישראל דערבארימדיגער געווארען דירנפעלדס בלוט שונא ס'האט געדוירט א וויילע אבער ער האט געטראפן וואס צו מאכען א ריווענטש ביי די פרשה פון חני פעלבערבוים'ס שיעורים האט ער (צוזאמען מיט זיין שותף יענקלע כהן) צוגעלייגט צום קול קורא פאשקעוויל זיין נאמען אין באהאנגען די גענצע שטאט מיט דעם... זעיט מער דא
הרב חיים יהושע ליכטער - פאר וועם ס'איז נישט באקאנט הרב חיים יהושע ליכטער איז פון די בעסטע חתן רבי'ס אין די מארקעט אין ער האט אריינגעברענגט די גאנצע מושג פון גוטע געלערנטע חתן רבי'ס אין אונזער דור, היינט טרעינט ער כסדר פילע פרישע מדריכים, סאיז געווען א אינגערמאן וואס האט געהאט א טעכנישע פראבלעם (פרטים קען נישט אויסגעשמוסט ווערן אין מלפני) האט הרב ליכטער אים געהאלפען מיט'ן באקומען א היתר פון א רב פאר א געוויסע נושא, דער אינגערמאן האט פערצופאל פארציילט פאר א חבר אז ליכטער האט אים געזאגט אזוי אין אזוי צו טוהן דער מעשה האט זיך דערקייטלט ביז עס איז אנגעקומען צו דירנפעלדס אויער אין רעשט איז הסטאריע ער האט אנגעהויבן א מאסיווער קאמפיין קעגן דעם אמשילדיגען ליכטער אין ער האט פון גארנישט געוויסט, ווי נאר עס איז אנגעקומען צו זיינע אויערן האבן אפאר פון זיינע ידידם רבנים זיך אריינגעלייגט אין שטיל געמאכט דעם שלאנג, אין שוין. מיינט עטץ אוואדאי אז ער האט אינפאמירט אלע רבנים איבער זיין טעות? נע ער האט אים געלאזט שטינקען פארלירענדיג גרויס טייל פון זיין רעפאטאציע...
פרשת בלגריי זכו והמתעסף - ביי די פרשה פון בלגריי איז ער געווען דער הויפט ראנער ווי ער האט איר ג'בּלעקט מעילד אין הרעסט אז זי זאל שוין פארמאכען איר ליין (אפשר איין טאג וועל איך נאך לייגען די ריקארדינג) ער איז זייער א גוטע קאנדידאט פאר דעי סארט ארבעט וויבאלד ער איז נישט קיין סאטמאר'ער סא ער קען צוזאם ברענגען ארונים מיט זלונים ווי אויך יענקלע כהן’ס נאכפאלגערס מיט יצחק שטערן’ס, די זעלבע איז געווען ביי זכו, מה טובו, פעלבערבוים, גאנץ, ועוד...
נאך אנאקדאט איבער דירנפעלד; חוץ ווי שוין געשריבען אז מען לאזט אים נישט אריין אין סקווירא האט די מנהל פון סקווירא חדר אין שיכון סקווירא גע'אסר'ט פאר דירנפעלד דריסת הרגל אינעם בנין צליב סקאנדאלען... (איך האב נישט מצליח געווען צו דערגיין די קלארע געשיכטע איבער דעם, שרייב איך נישט) קאמענטארן זענען אבריג...
נאך די פולע מיטגעמאכטע פון זיין טעראר קעסל אין פילע וואס האבען זיך צאמגעליטען פון אים איז א שטוינענדע געשיכטע ארויף געשווימען אויפן האריזאנט. פאר איבער א יאר צוריק איז צו סקווירא בי"ד איז אנגעקומען א קעיס, א סקווירא גרושה האט ריפארטעד אז דער דירנפעלד האט מיט איר געוואוינט פאר 3 יאר אלס פילגש, ד.ה. זי פלעגט גיין אין מקוה פאר אים אין רעשט איז היסטאריע... און עפעס א קידושין האט ער אויסגעארבעט מיט איר, ויהי היום, מ'האט זיך צוקריגט, און זי האט אים רעקארדירט, אין זי איז געגאנגן דערמיט אין בי"ד אין סקווירא אין די בי"ד האט זיך איבער געקערט, וואס האט זיך גענדיגט אין בי”ד איז נישט קלאר, אבער ווי נאר די מעשה האט זיך טיילוויז צושפרייט איז דירנפעלד געווארען אן אפגעפרעגטן ביי ווער עס האט זיך דער וויסט פון דעם, מער אין מער פרטים קומען ארויס, לאמיר האפן אז אחינו בני ישראל וועלען פטור ווערן פון אט דעם אנשיקעניש...
הצלחה רבה