שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 297
- רעאקציע ראטע
- 1,090
- פונקטן
- 213
מער באקאנט אלץ הרב החסיד הצדיק רבי 'מענדי' קאמינקער שליט''א, דער העקענסעק ניו זשערסי חב''ד שליח ורב הקהילה הגדולה דארטן נעבען שפיטאל, וואס איז אמאל געווען א רעפארמער טעמפל אבער היינט א ריזן בית חב''ד. - ביים מקבל פנים זיין כ''ק אדמו''ר רבינו שליט''א מסאטמאר פון וויליאמסבורג, נאך אן עקסידענט פון זיינע קינדער בבית המלוכה אין סוואן לעיק אין די קווינס קעמפ, ווי זיי האבן זיך ערהוילט ברוך השם.
***
איך בין נישט קיין חב''ד חסיד און נישט קיין גרויסער קאכער אין ביאת המשיח. איך בין קוים א סאטמערע חסיד, דהיינו איך בין געבוירן אין סאטמאר אבער איך בין ווייט פון אן ערליכער מענטש, זיך צו קענען האלטן העכער אדער בעסער פון חב''ד לובאוויטש.
דער ריזיגע העקענסעק שפיטאל האט אסאך בנינים ארום מארקעט סטריט. ביינאכט קען מען זיי זעהן באלאכטן פון דערווייטענס אויפ'ן ניו זשערסי 17 ווען מ'פארט דורך העקענסעק. גראדע פארט די טוירנפייק אויך אדורך מארקעט סטריט אויף דעם 17 אבער דאס האט א מויער א וואנט ארום דעם גרויסן הייוועי.
בכלל בין איך גאר ווייט פון א צדיק, צו קענען קאמענטירן אויף אן אנדערן'ס ''שארט-קאמינגס'' אין ''לייפ'', ''עספעשילי'' נישט אזא עדה קדושה ווי חב''ד לובאוויטש.
דא מוז געזאגט ווערן אז איך אליינס האב אסאך טובת הנאה, איך בין א פערזענליכע מכיר טובה ואסיר תודה, פאר אסאך חב''ד לובאוויטש שליחים איבער די גארער וועלט, איך בין שוין איינגעשטאנען ביי זייער אסאך חב''ד שליחים איבער די וועלט, געגעסן ביי זייער טיהש און געשלאפן ביי זייער הויז. און געלאכט און געוויינט צוזאמען מיט זיי בעיקר ביים זיך טענה'ן טאקע איבער זייער ציוניזם ומשיחיזם.
די העקענסעק ניו זשערסי בית חב''ד איז אמאל געווען א רעפארמער טעמפל אבער ר' מענדי קאמינקער האט זיי אלע געמאכט פאר בעלי תשובות דארטן אז זיי האבן אים אויפגענומען אלץ רב און איבערגעבן דעם בנין בחינם! ער האט דארטן א קינדערגארטן ווי מ'לערנט תורה מיט קינדערלעך.
ס'רוב לובאוויטשע חסידים וועלן אייך מודה זיין אז סאטמאר רבי איז געווען א קדוש אלוקי. און אז סאטמערע חסידים זענען הייליג ביז גאר. איך האב אמאל פארברענגט מיט מיין משפחה אין העקענסעק ניו זשערסי פאר איבער א האלבער יאר.
רעכטס אינעם הינטערגרינד פון חב''ד שוהל איז דער העקנסעק שפיטאל.
עס זענען דא אסאך ביקור חולים הייזער ווי אויך חסד ד'שיכון סקווירא הייזער אין די געביידעס ארום.
אינעווייניג פון דעם העקענסעק חב''ד האויז איז נאך אויסגעשטעלט ווי א רעפארמער טעמפל, אבער מ'דאווענט אין פאליש און מ'עסט אין גרויסן היכל. ר' מענדי האט מיר געזאגט אז ער וויל קודם בויען א מקוה איידער ער ראנאווירט דעם היכל הבית המדרש צו אן ארטאדאקסישער שוהל פארעם.
דארטן הארט נעבן שפיטאל איז דא א איד א צדיק א פארצייטישער חסיד וירא השם יתברך. התמים העובד השם יתברך בשמחה ובטוב לבב אליינס אפגעזינדערט פון ערליכע אידן און ווייט אוועק פון זיין משפחה וידידים, הרב החסיד רבי מענדי קאמינקער שליט''א, ער האט מיר מקבל פנים געווען מיט אזא מין הכנעה'דיגע 'שמייכעל'; "דו קומסט פון ''דעם הייליגן שטאט וויליאמסבורג?!'' איך בין געווארן ''שאקט'' מיט וואסערע מסירת נפש און ווארעמער העפליכקייט ער האט זיך אפגעגעבן מיט מיר און מיין גאנצע משפחה אינקלודינג די פאציענט, וואס ער איז ארויף באזוכן יעדע פאר טאג און אפגעזיצן דארטן שעות ארוכות צו מחזק זיין דעם חולה. ביז יענער האט זיך גענצליך ערהוילט טאקע בזכות הרב החסיד רבי מענדל קאמינקער שליט''א.
ר' מענדי ביי זיין עבודת הקדוש פון מבקר חולה זיין די פילע חולי ישרא' אינעם ריזן העקענסעק שפיטאל, וואס איז א טראמע סענטער און האט א עירפארט אויף איר דאך אהין צו ברענגן אלע עקסידענט קרבנות פון די קעטסקילס און נארט וסענטרעל ניו יארק 'סטעיט' (נישט סיטי) וניו זשערסי. (וועסטשטטער שפיטאל, איז אויך א טראמא צענטער מיט אן עירפארט סא אסאך גייען אהין אויך.)
ר' מענדי קאמינקער איז א גאר הויכער מענטש, כאטש 8 צו 9 פיס. אבער ער איז אזא עניו, אז ווען מען רעדט צו אים מיינט מען אז מ'רעדט צו א קינד!
ער האט דארטן עטליכע מנינים אידן בעיקר רוסישע דאקטוירים פון שפיטאל. אבער אויך קומען פון אלע אנדערע געגענטער ארום אהין דאווענען ווי לאדיי און נאך פילע געגענטער וואס נעמען ארום העקנסעק, ער אליינס וואוינט אין א דערנעבענדיגע געגענט וואס מ'קען וואקן אבער עס נעמט לאנג. מ'שפאצירט אריין דארטן פון איבעראל, ווייל עס איז זייער שיין די געגענטער דארטן מיט סיידוואלקס אבער נישט באוואוינט ווי אין שטאט, נאר הערליך און אויסגעשפרייט. ווי אויך אז אלעס קאנעקעטעט גארנישט ווייטער פון א תחום שבת. און אסאך אידן קומען ליידער נישט מיט די 'עלעווער באס'... נאר מיט פארשידענע היתרים, ווייל זיי זענען נאך נישט פולקאמע שומרי שבת. אבער זענען אויפ'ן וועג צו היטן די גאנצע תורה מיט די הילף פון הרב מענדי קאמינקער שליט''א'ס הכנעהדיגער שטענדיגער ליבליכער חסידישער 'שמייכעל' טאקע דארטן בתוכם!
ר' מענדי מיט זיין חשובער רביצן, זי איז א הויפט כוח דארטן אין קהילה, און די קינדער זענען זיך אויך מוסר נפש דארטן צו מקרב זיין איעדן איד, איך האב פארברענגט מיט זיי אסאך חדשים יעדן שבת געגעסן מיט זיי און זיך געשפירט ווי זייער ברודער!
ער טראגט זיינע קינדערלעך יעדן טאג לערנען קיין מאנסי, אנע טראפיק איז דאס 20 מינוט לערך.
איך קען נאך אסאך אזאלכע לובאוויטש שלוחים וואס לעבן מיט'ן רבין און טוען אויף א געוואלד חסדים מיט אידישע קינדער בכל קצוי ארץ. איך אליין בין מכיר טובה יעדן חב''ד חסיד און איך שעץ און ליב זייער לעבן און שאפן בלי שום גבול!
אבער מיט דעם אלעם מוז געזאגט ווערן דעם אמת, אז זייער משיחיזם וציוניזם איז נגד התורה ונגד השכל!
רבי 'מענדי' קאמינקער איז אויך איינע פון די הויפט שרייבער זייערע אין זייער גרופע בלאג חבד.ארג כאטש ער איז אן איזראעלי געבוירענער האט ער חתונה געהאט מיט זיין רביצן פון קרוין הייטס, און זיך גוט אויסגעלערנט ענגליש בעסער ווי רוב סאטמערע חסידים פון ברוקלין און קרית יוא' ווייל ער האט א גרויסער געפיל צו מקרב זיין אידן צו אידישקייט. זיין הארץ רעדט, אבער מיט א גאר שווערע אקצענט. וואס געט גראדע צו חן צו זיין הייליגע שפראך!
ר' יואל כוהן איז געווען א תמימותדיגער אידל, ער האט געזען אין חסידות אלע נארישקייטן, דעריבער האט סאטמער רבי רבינו הקדוש דער בעל ויוא' משה זי''ע, געוויינט אז 'נשתכח דרך הבעל שם טוב' כאטש סאטמאר רב דער בעל ויוא' משה זי''ע האט ווייטער געפירט טיהש און נאכגעזאגט חסידישע תורות דערביי.
מיר טארן נישט האסן קיין שום רשע ווייל אין אדם חוטא אלא אם נכנס בו רוח שטות, רוב חב''דסקע ציונים ומשיחסטן זענען נעבעך זייער תמימותדיג זיי גלייבן נעבעך אין זייער רבי'ן זייער שטארק, און אז ער אליינס האט ליידער אזויפיל גערעדט משיחיזם וציוניזם, קענען מיר נישט ערווארטן, אז די חסיד שוטה, זאל דאס נישט נאכטאן.
https://www.chabadhackensack.com/te...6637683/jewish/About-Rabbi-Mendy-Kaminker.htm
הרב מענדי קאמינקער שרייבט נישט נאר פאר'ן חב''ד.ארג סייט, נאר אויך אין פרייע אידישע בלאגס אלל אווער די וועלט, איך לייען אים זייער אסך, זינט איך האב מקבל מרות געווען פון אים ווען איך האב זיך אויפגעהאלטן אזוי לאנג ביי אים אין קהילה, זייענדיג מיט מיין משפחה דארטן אין שפיטאל.
Mendy Kaminker's Blog
מדברי תורתו הקדושה:
כ'דענק נישט וויאזוי ער האט דאס אריינגעטיישט אויפ'ן פסוק דעם רעיון זיינער, אבער דאן איז געווען די סטעמפיעד אין מירון ל''ג בעומר ווי אסך אידן זענען ליידער אומגעקומען. האט ער אונז געפאדערט צו ארויסצייגן דעם אהבת ישרא' ווען אונז זענען נישט אין א צרה אויכט...! דאן האט זיך כלל ישרא' פארייניגט ווי קיינמאל בעפאר. ער האט געוויינט צו אונז, אז: ''פארוואס מוז געשען אזא טראגעדיע אז מ'זאל זיך לעבן בשלום סאטמאר מיט לובאוויטש?!''...
אוי איז דאס מיר אריין אין די ביינער, אז פארוואס מוז איך ליב האבן לובאוויטש נאר נאכדעם וואס איך דארף ליידער צו קומען צו זיי, ווי דאן מיין משפחה האט געדארפט צוקומען צו 'מענדי' קאמינקער, איך בין געווען אין אזא טונקל פלאץ און צייט אין מיין לעבן, ליידער, נישט מער געדוכט, וואס ער האט מיך ארויסגעשלעפט דאן, ברוך השם!
ויה''ר, ס'זאל טאקע מקוים ווערן, דעם הרחמן העושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו, צווישן סאטמאר און חב''ד, אויכט, אמן!
לעצט רעדאגירט: