ברעיקינג: דאס ווארט "מאלעסטער" ווערט ארויסגעזאגט אויף קול מבשר!

צוזאמגעדרייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
125
רעאקציע ראטע
434
אויף אן אפהאנדלונג דורך ר' שאול קליין אויף קול מבשר, האט ר' שאול דערמאנט דאס ווארט "מעלעסטאר".
פרשת חי שרה
ער זאגט עס 19:25 אריין אינעם אפהאנדלונג.

ער האט דאס אריינגעווארפן ביים דערציילט א מעשה וועגן א דין תורה. ער האט בכלל נישט פאקוסירט אויף דעם נושא, ס'איז בלויז אריינגעקומען אינעם שמעוס און ער האט געזאגט דאס ווארט וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אדער געליינט אין היימישע ערטער.

וויכטיג אנצומערקן אז די אויסהערער פון ר' שאול קליין איז לכאורה מער אן ערוואקסענע ציבור.

איך בין נייגעריג וויאזוי דאס גייט צו אונטער די קוליסן ביי קול מבשר. צו ר' שאול האט דאס אליינס אפגעמאכט צו זאגן, אדער מ'האט אים ספעציפיש געגעבן אן אקעי צו רעדן אביסל ברייטער.

(וויכטיג: איך האב דאס געהערט אויף די אידיש24 עפפ. מעגליך אז אויף קול מבשר זעלבסט האט מען עס אויסגעשניטן. איך האב נישט קיין נערווען צו אריינרופן קול מבשר אליינס)

------

ס'איז מאדנע, איך שמייכל זיך אונטער בשעתן שרייבן די שורות ווי מאדנע עס הערט זיך אז דאס זאל זיין א נייעס. אבער פארפאלן, אינעם היימישע וועלט איז דאס א טעבּו נושא, "מאלעסטאישן" איז איינס פון די ווערטער וואס מען ווערט געוואויר ביים ווערן אויפגעקלערט, ערגעץ צווישן די עלעף-צוועלעף און די זעכצן יאר אלט... מען געפונט אויס די ווארט צוזאמען מיט די ווארט "סעקס" און ענליכס.
 
איך האב אים שוין עטלעכע מאל געהערט רעדן וועגן דעם, ער האט טאקע נישט געזאגט די ווארט מעלעסטער אבער אפען גערעדט וועגן דעם.
 
Back
Top