Breaking Bad

זה חלקי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 5, 2024
מעסעדזשעס
109
רעאקציע ראטע
417
שלום עליכם!

איך וועל אנהייבן די דיסקוסיע איבער פארשידענע TV סעריעס און Movies וואס איך האב געזעהן, מיטן געבן א קורצע דעסקריפציע

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין גרויסע מבין אנאליזירער, איך וועל געבן מיינע צוויי סענט און דערנאך הערן פונעם ציבור.

------

Breaking bad

א גאר פאפולערע אמעריקאנער קריים און דראמא טיווי סעריע.
פראדוסד דורך Vince Gilligan אפגעכאפט און אלבעקורקי ניו מעקסיקא.

די סעריע האט אנגעהויבן ליפטערן אין 2008. בשעתו האט עס נישט אזוי שטארק אויפגעפיקט, אבער מיט די יארן איז עס געווארן פון די מערסט פאפולערסטע טיווי סעריעס, עס האט באקומען 16 Emmy ריווארדס און נאך אסאך אויסצייכענונגען.

----

די סטארי איז איבער א מאדנע אבער בריליאנטע פערזאן מיטן נאמען Walter White (גערופן Walt) וואס צוליב פינאנציעלע און פערזענדליכע שוועריקייטן איז אריין אין די אינדוסטריע פון דראגס פראדוקציע.
זיינע פראבלעימען ביים פראבירן באהאלטן פון זיין משפחה און זיין ווייב איבער זיינע טינקעלע געשעפטן.
זיינע מערדערייען און פארשידענע געפערליכע תוצאות פון זיינע דעסיזשענס

זיין שותפות מיט א אומסטאבילער דראג-עדיקט מיטן נאמען Jesse Pinkman (וואס צווישן די עפיסאוידס האבן זיי זיך צומאל פראטעקטעד איינער דעם אנדערע, און צומאל געזוכט אומצוברענגען).

זייער צודרייטע לויער סאל גודמען א "קרימינאל" לויער וואס העלפט ארויס מיט לעגאלע און טעכנישע פראבלעימען אופן וועג.
ער שדכנ'ט אן פאר די צוויי א מאן Gustavo Fring וואס טראגט די דראג פראדוקציע צו נעקסט לעוועל.

Gustavo Fring איינע פון די בעסטע בריליאנטע קארעקטורן אין די סעריע פון איין זייט א אריסטוקראטישער גאר קלוגער ביזנעסמאן און פירט גרויסע לעגעטימע ביזנעס נעצן. פון די אנדערע זייט א בלוטיגע מערדער וואס פירט אן א מאסיווע דראג פראדוקציע און דיסטריביושן באהאלטן אינטער א מאסקע פון זיינע ביזנעסער.
זיין קאנפליקט מיט א מסוכנ'דיגע מעקסיקאנע דראג קארטעל - (די סאלאמאנקא משפחה).

די שוואגער פון Walt איז א גאר געלונגענע DEA אגענט - מיטן נאמען הענק שרעידער, וואס פראבירט כאפן און אינטערברענגען די פראדוקציע און דיסטריביושן פון דראגס און איז און א געיעג נאך די מיסטריעזער וואונדער כעמיסט (אייזענבערג) וואס פראדאצירט די גאר ריינע דראגס.

---

די מאווי האט עטליכע גראפישע צענעס און בדרך כלל האט נישט קיין סאך נודיטי אבער האט געוויסע עפיסאוידס מיט נודיטי
 
לעצט רעדאגירט:
א קליינע נקודה:
איינע פון די זאכן אין די סעריע וואס איך האב ליב די איז די וועג ווי אזוי דאס איז פילמירט געווארן פון גאר מאדנע און צומאל גאר קאמישע קוק ווינקלען
 
די רעלעשענשיפ צווישן וואלטער אין זיין ווייב האט מיר דערמאנט מיט מיין אייגענע רעלעשענשיפ בנוגע יהדות.

א מאדנע זאך האב איך אויפגעפאסט אז די טשיקן קאנטעינער אין וואו גוסטאוואו האט געליפערט די דראג'ס, האט אן OU הכשר, און עס איז נאך פארווע...

אויף רעדדיט איז דא א גאנצע אשכול דערוועגן וואו מען טוט דורך צי דראגס איז כשר...
 

בייגעלייגטע פיילס

  • rewatching-breaking-bad-why-is-the-chicken-batter-kosher-v0-rr6srpxa31ta1.jpg
    rewatching-breaking-bad-why-is-the-chicken-batter-kosher-v0-rr6srpxa31ta1.jpg
    145.6 KB · געזען: 13
די כאראקטער פון Gustavo און פון Walt זענען גאר גוט אויסגעארבאט
צום ביישפיל די לעצטע מינוטן פון Gustavo, ווי ער גראד זיך אויס זיין שניפסל פארן פאלן טויט, אגב די סיען האבן זיי איבערגעמאכט 19 מאל! ביז עס איז געוועהן פערפעקט, Vince Gilligan איז א דזשיניעס ווען עס קומט צו פילמען, מען האט אים נאכדעם געוויזען אלע 19 ווערסיעס צומישטערהייט ער האט גראד געזאגט די לעצטע איז וואס ער דארף.

Walt איז א קאמפליצירטע פערזאן פון איין זייט א דזשיניעס פון די אנדערע זייט א מאדנע משוגענער, מיט א ערענסטע מיד לייף קרייסיס, א היבשע נארסיסיסט.

הענק שרעידער סאליד קארעקטור


Jesse Pinkman קארעקטור האב איך נישט פינקטליך ארויסגעהאט עס קוקט נישט אויס צו זיין קאנסיסטענט, פון איין זייט א אומסטאבילער דראגי פון די אנדערע זייט קומט ער צומאל אריין גאנץ קלאר
 
לעצט רעדאגירט:
די לעצטע סיזען איז עפעס אויסערגעווענליך, די דראמא און עמאושענאל ראלאקאוסטערס
 
איך האב אזויפיל געהערט דערוועגן, אבער וואס זאל איך טאן? אפילו נאכן זיך צווינגען צו קוקן א שיינע עפיזאדן כאפט מיר עס נאך אלס נישט
 
איך האב אזויפיל געהערט דערוועגן, אבער וואס זאל איך טאן? אפילו נאכן זיך צווינגען צו קוקן א שיינע עפיזאדן כאפט מיר עס נאך אלס נישט
עס נעמט צייט צו ווערן פארכאפט דערין

אזוי אויך על טעם וריח יעדעם כאפט עפעס אנדערש
 
איך האב אזויפיל געהערט דערוועגן, אבער וואס זאל איך טאן? אפילו נאכן זיך צווינגען צו קוקן א שיינע עפיזאדן כאפט מיר עס נאך אלס נישט
איך האב געקוקט די גאנצע, און איך ווינדער זיך נאך אלס פארוואס מ'ווערט משוגע דערפאר.

איך קען כאפן געוויסע נקודות אז ס'זאל זיין גוט, ס'איז בעצם א גוטע מעשה, טיף און גוט אראפגעלייגט, אבער פון די אנדערע זייט איז עס היבש באורינג

נישט קיין שיינע מענטשן, נישט קיין מוראדיגע שיינע סצענעס, מ'זעהט איבער און איבער די סצענעס, די הויז און די פאבריק, און די ווען, און בכלל די גאנצע שאו האט מיר געגעבן א זויערע געפיל, דער וואלט איז גאר א זויערע מענטש, פינקמען איז אלס אין א באקאקטע גיסטע.

איך גיי נישט פאר עס.
 
איך האב געקוקט די גאנצע, און איך ווינדער זיך נאך אלס פארוואס מ'ווערט משוגע דערפאר.

איך קען כאפן געוויסע נקודות אז ס'זאל זיין גוט, ס'איז בעצם א גוטע מעשה, טיף און גוט אראפגעלייגט, אבער פון די אנדערע זייט איז עס היבש באורינג

נישט קיין שיינע מענטשן, נישט קיין מוראדיגע שיינע סצענעס, מ'זעהט איבער און איבער די סצענעס, די הויז און די פאבריק, און די ווען, און בכלל די גאנצע שאו האט מיר געגעבן א זויערע געפיל, דער וואלט איז גאר א זויערע מענטש, פינקמען איז אלס אין א באקאקטע גיסטע.

איך גיי נישט פאר עס.
איך האב אויך געפילט דער זעלבע ווען איך האב עס געקוקט (איך האב נאר געקוקט דער ערשטער סעריע), אבער איך קאנעקט סתם אזוי נישט צו קרימענאלן, סא קריים סעריעס וואס זענען נישט ספעציעל אינטערעסאנט האב איך נישט ליב,
אז א טיווי סעריע זאל זיין אינטערעסאנט פאר מיר, דארף עס זיין אדער זייער אינטערעסאנט אן קיין בורינג חלקים, אדער דארף איך קענען קאנעקטען צו דער העלד פון דער סעריע, למשל א סעריע ווי SWAT האט יעדע סצענע א קריים סיען אבער דער העלד איז דער גוטער און איך קען קאנעקטן מיט אים און זיינע פיליגנס.
 
לענ"ד איז ממש דאס די עמקות, דורך ווייזן בעיקר די בליק פונעם "רשע" וואס מען קען מיטהאלטן ווי ער פאלט טיפער און טיפער און אפ"ה צו מיטליידן מיט עם ווען ס'גייט אים שווער. (ודומה לו קצת "די סאפראנאס")
 
לענ"ד איז ממש דאס די עמקות, דורך ווייזן בעיקר די בליק פונעם "רשע" וואס מען קען מיטהאלטן ווי ער פאלט טיפער און טיפער און אפ"ה צו מיטליידן מיט עם ווען ס'גייט אים שווער. (ודומה לו קצת "די סאפראנאס")
יעפ, אזא כאראקטער ווערט אנגערופן א "אנטי היראו", ער איז די היראו פון די מעשה אבער דאך נישט א מאראלישע היראו, איך גלייך גאר שטארק די tension וואס אזא כאראקטער פראדעצירט, מ'פילט גילטי פארן זיין סימפאטיש צו איהם.

סקיילער'ס קערעקטער טוט גארנישט ראנג מאראליש גערעדט, זי ביהעיווד אגאנצע צייט אזויווי א נארמאלע פרוי וואלט ביהעיווד אין יענער סיטואציע, אבער דאך האט מען איר פיינט ווייל זי שטייט איהם אין וועג...

ס'ליגט א גאונות אין שרייבן און אויסעקטן אזעלכע דינאמישע קערעטערס וואס זענען נישט clear cut גוט אדער שלעכט
 
Back
Top