א גוטן אייך, חשוב'ער קרעמלער, ברוכים הבאים צו דער נייער פלאטפארמע '"קרעמל" - א רואיג ווינקל פאר היימישע אידן צו סאציאליזירן, זיך אויסגעבן, מאכן נייע פריינט און הנאה האבן פון א געשמאקער רואיגער אטמאספערע.
איר קענט זיך איינשרייבן מיט אייער נאמען און אויך אנאנים, וואס אימער אייך שמעקט. אויב באשליסט איר צו זיין אנאנים און ניצן א ניק-נאמען זענען מיר דא צו היטן אויף אייער פריוואטקייט. גילוי איז עפעס וואס וועט ווערן אינפארסירט מיט'ן שטרענגסטן.
האסט עפעס א געדאנק, אן אויפטרעף, א טעמע וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ אדער סתם אזוי א קוריאז - קום אריין, מאך זיך היימיש און לייג פאר דיינע אנשויאונגען פאר די חברים מקשיבים, די מיטגלידער פון אונזער פלאטפארמע.
די פלאטפארמע וועט זיין דער פלאץ פאר אייער תורה און מחשבה, חכמה, געדאנקען, היסטאריע, קונסט, אקטיווע הייסע נושאים, הומאר און סתם שטותים.
מיר וועלן קלארשטעלן אז מיר טוען נישט קאנקורירן מיט קיין שום עקזיסטירנדע סייט אדער פארום, מיר זענען א נייער געדאנק וואס האט נאכנישט זיינסגלייכן אין דער היימישער וועלט, ווי איר וועט זיך גאנץ שנעל איבערצייגן.
מיר פארמאגן פילצאליגע מעגליכקייטן ווי עפענען אייגענע פארומס, אייגענע סוב-פארומס, אליין באשליסן ווער און וואס קען זיך געפינען אין אייער פריוואטן ווינקל אינערהאלב דעם ווירבלנדן קרעמל. זעלבסט זיין דער בעה''ב איבער ווער עס קען דארט זיין און וואס מ'מעג דארט שרייבן, און פיל נאך. אויך איז דא די אפציע פאר בלאג ארטיקלען וואס וועט ארויפקומען אויף אייער פראפיל און באנוצער קענען קאמענטירן דערויף.
כאטש מיר אליין האבן שטארק הנאה געהאט פון די עקזיסטירנדע פלאטפארמעס, האבן מיר געשפירט אז ס'איז פארהאן א חלל פאר א מער מאדערנע פלאטפארמעס מיט פיל מער מעגליכקייטן, וואס זאל נעמען די היימישע סאציאלע מידיע צום קומענדיגן שטאפל.
טעכנאלאגיע רוקט זיך אלץ פאראויס און היימישע אינטעראקציע דארף גיין פאראויס צוזאמען דערמיט, און פארדעם זענען מיר דא. מיר האפן ארויפצוברענגען די היימישע ווירטואלע וועלט צו פרישע הויכקייטן.
מיר זענען שטארקע פארערער פון '"פרייהייט פון ווארט" און די פלאטפארמע פארשפרעכט צו זיין א פלאץ פון מינימום צענזור.
עס זענען נישט פארהאן קיין געדאנקען, ווערטער אדער טעמעס וואס מעגן נישט ווערן אויסגעשמועסט, געשריבן און דעבאטירט אויף אן ערוואקסענעם פארנעם.
מיר פארלאזן זיך אויף אונזערע ערוואקסענע באנוצער אליין צו שטעלן דעם טאן און פארשטיין וואו איין און וואו אויס. צענזור וועט בלויז ווערן געניצט קעגן טראללס וואס פארדארבן די אטמאספערע אדער אזעלכע וואס שאנטאזשירן אנדערע.
קרעמל איז געעפנט געווארן דורך היימישע חסידישע אידן, אבער זעלבסט פארשטענדליך אז מיר נעמען נישט דאס מינדעסטע אחריות אויף וואס דא וועט ווערן אויסגעשמועסט אדער דעבאטירט.
מיר שטעלן בלויז צו די פלאטפארמע -- גענוי ווי סיי וועלכע אנדערע סאציאלע מידיע אין דער מארקעט -- און וואו אין קרעמל איר דרייט זיך און וואס איר באשליסט צו שרייבן אדער ליינען ליגט פולשטענדיג אויף אייער אחריות, און איז אייער פריוואטער באשלוס.