ברוך דיין האמת: נייעס והערכות איבער היימישע נפטרים/ות - כדכ', טוב ללכת לבית אבל; והחי יתן ללבו; ובלע המות לנצח וחרפת עמו יסיר; בב''א!

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
351
רעאקציע ראטע
1,224
פונקטן
213
פאריגער וואך דינסטאג 'זאת חוקת התורה', איז ליידער אוועק א היימישער סאטמערער אינגערמאן פון קרית יוא';

ר' אהרן דוד רובנשטיין ע''ה.

ער איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג. געווען אן עסקן והצלה מעמבער.

נאכ'ן ליידן אויף יענער מחלה ה''י, אין בלויזן עלטער פון 51 יאר אלט.

דער נפטר איז געווען גאר א פריינטליכער העפליכער עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה.

1752376246134.png
 
לעצט רעדאגירט:
פון מאנסי קומט די גאר ביטערע ידיעה אז איינער פון אירע גרויסע תלמידי חכמים א איד וואס האט געלערנט תורה כל ימי חייו, אנפאנג מתוך הדחק, אבער לבסוף איז ער געווען גאר א גרויסער עושר פון זיך אנקויפן אסאך ריעל עסטעיט ווען מאנסי איז נאך געווען ביליג;

ה''ה, הגאון החסיד הרב רבי יוסל ראטנבערג עליו השלום הרינו כפרת משכבו, איז ליידער אוועק נאכ'ן ליידן אויף יענער מחלה, פאריגער וואך דאנערשטיג. אין עלטער פון 77 יאר.

ער איז געווען א גורער חסיד, זיינע קינדער זענען אלע געוואקסן אין מאנסי און זענען חסידים פון ר' שאול אלטער. אלע גאר גרויסע תלמידי חכמים ווי ר' יוסל זייער פאטער דער נפטר.

ר' יוסל איז געווען פון די ערשטע מאנסיער תושבים, און איז געווען גאר א גרויסער שקדן בתורה, אבער זייער א פריינטליכער איד, יעדער איינער איז געווען זיין חבר.

יעדער פלעגט אים פרעגן אין לערנען, אדער אפילו זיך אראפזעצן לערנען בחרותא מיט אים, אפילו קינדער און איבערהויפט בחורים און כולל אינגעלייט, ער איז געווען גאר א געשמאקער מענטש, יעדן צו מחזק זיין און זאגן א גוט ווארט, מיט א דבר תורה.

מאנסי איז פארארימט געווארן זייער שטארק מיט'ן פטירה פון ר' יאסל ראטנבערג זכרונו לברכה.
 
לעצט רעדאגירט:
1752410126101.png



מאנסי נ''י - א ליטווישער אינגערמאן ר' יצחק צבי קליין ע''ה האט אויסגעהויכט זיין נשמה אן קיין קינדער ליידער ל''ע ה''י, אין בלויזן עלטער פון 28 יאר אלט, נאך א טראגישער פאטאלער עקסידענט אנהייב וואך, מיט אן עלעוועיטער אין הצלחה גראסערי אין ספרינג וואלי.

זיין מאמע איז א שוועסטער מיט די לעגענדארע סאטמערע-ליטווישע 'טאבאק' ברודער משפחה מולטי-ביליאנערן. זעהט דא ווי די טאבאקס וויינען ביי זיין לווי' פארגאנגענעם ערב שבת. יוסל איז מיט די לאנגע רעקל און קראכע היט, אן די ברילן דער וואס שטייט רעכטס צום מספיד; ער וואונט היינט אין לעיקוואד און איז פון די גרעסטע תומכים פון אברהם שוע בריסקער און בכלל די ליטווישע ישיבה וועלט, ער איז א שותף מיט אלע גרויסע סאטמערע ריעל עסטעיט דעוועלאופערס פון לעיזער קעסטנבוים צו יואלי לאנדא אינוועסטירט אין זייערע לוקסוסדיגע טייערע וואלקן קראצערס אלל אווער וויליאמסבורג וואסער פראנט און מאנהעטן און אין אנדערע גאר טייערע געגענטער.

Photo Gallery: Levaye Following Tragic Petirah of R' Yitzchok Tzvi Klein u"h. | Rockland Daily

Photo Gallery: Levaye Following Tragic Petirah of R' Yitzchok Tzvi Klein u
 
לעצט רעדאגירט:
1752409605294.png


מאנסי נ''י - נאכ'ן ליידן אויף יענער מחלה ל''ע, איז די רביצן פון הרה''ח רבי אברהם קאטה שליט''א מחשובי חסידי בעלזא, דער בעל הבית (שותף מיט בערגער) פון די באקאנטע געפילטע פיש A&B - ליידער נפטר געווארן די נאכט מוצאי שבת בלק תשפ''ה, אין עלטער פון 75 יאר, איבערלאזנדיג א שטוב מיט גאר חשובע קינדער און אייניקלעך ואור אייניקלעך אלל אווער די טרייסטעיט ניו יארקער ראיאן.

זייער בכור וואונט אין וויליאמסבורג מחשובי חסידי סקווירא. זי איז געווען א פריעד פון סקווירא. די עלטערע קינדער זענען סקווירא חסידים ווייל ר' אברהם האט געוואונט יארן לאנג אין ניי-סקווירא, כאטש ער איז אייביג געווען א בעלזער חסיד.
 
לעצט רעדאגירט:
פון מאנסי קומט די גאר ביטערע ידיעה אז איינער פון אירע גרויסע תלמידי חכמים א איד וואס האט געלערנט תורה כל ימי חייו, אנפאנג מתוך הדחק, אבער לבסוף איז ער געווען גאר א גרויסער עושר פון זיך אנקויפן אסאך ריעל עסטעיט ווען מאנסי איז נאך געווען ביליג;

ה''ה, הגאון החסיד הרב רבי יוסל ראטנבערג עליו השלום הרינו כפרת משכבו, איז ליידער אוועק נאכ'ן ליידן אויף יענער מחלה, פאריגער וואך דאנערשטיג. אין עלטער פון 77 יאר.

ער איז געווען א גורער חסיד, זיינע קינדער זענען אלע געוואקסן אין מאנסי און זענען חסידים פון ר' שאול אלטער. אלע גאר גרויסע תלמידי חכמים ווי ר' יוסל זייער פאטער דער נפטר.

ר' יוסל איז געווען פון די ערשטע מאנסיער תושבים, און איז געווען גאר א גרויסער שקדן בתורה, אבער זייער א פריינטליכער איד, יעדער איינער איז געווען זיין חבר.

יעדער פלעגט אים פרעגן אין לערנען, אדער אפילו זיך אראפזעצן לערנען בחרותא מיט אים, אפילו קינדער און איבערהויפט בחורים און כולל אינגעלייט, ער איז געווען גאר א געשמאקער מענטש, יעדן צו מחזק זיין און זאגן א גוט ווארט, מיט א דבר תורה.

מאנסי איז פארארימט געווארן זייער שטארק מיט'ן פטירה פון ר' יאסל ראטנבערג זכרונו לברכה.
אפשר ברענגט איר ארויף א בילד פון די נפטר?
 
אפשר ברענגט איר ארויף א בילד פון די נפטר?
אנטשולדיגט, כ'האב געזוכט א בילד פאר אייך, אבער דערווייל נאך נישט געטראפן קיין בילד פון אים. ווי ס'שיינט איז ר' יוסל געווען א ריכטיגער אמת'ער ערליכער פארצייטישער חסידישער איד, וואס ער האט זיך נישט געשטעלט פאר קיין קאמארע.

אבער טאמער ווילסטו דייקא שטארק א בילד, ווארשיינלעך כדי זיך צו מצייר זיין א צורה פון א צדיק און אן ערליכער איד, קוק אן דעם רבין פון זיינע קינדער יבדל לחיים טובים ארוכים ולשלום, הגאון ר' שאול אלתר שליט''א, דער גורער ראש ישיבה זאל זיין געזונט, ווייל דער נפטר ר' יוסל ע''ה, האט אויסגעזען אביסל ווי אים, ''עספעשעלי'', מיט זייער זייער גענויער ברייטער הכנעהדיגע ''שמייכעלעך'' אייביג, ודרך ארץ מלא ענווה עצמית און גורער ''אפעקשענעט'' אהבת התורה!...

1752443830118.png
 
לעצט רעדאגירט:
View attachment 6880

מאנסי נ''י - נאכ'ן ליידן אויף יענער מחלה ל''ע, איז די רביצן פון הרה''ח רבי אברהם קאטה שליט''א מחשובי חסידי בעלזא, דער בעל הבית (שותף מיט בערגער) פון די באקאנטע געפילטע פיש A&B - ליידער נפטר געווארן די נאכט מוצאי שבת בלק תשפ''ה, אין עלטער פון 75 יאר, איבערלאזנדיג א שטוב מיט גאר חשובע קינדער און אייניקלעך ואור אייניקלעך אלל אווער די טרייסטעיט ניו יארקער ראיאן.

זייער בכור וואונט אין וויליאמסבורג מחשובי חסידי סקווירא. זי איז געווען א פריעד פון סקווירא. די עלטערע קינדער זענען סקווירא חסידים ווייל ר' אברהם האט געוואונט יארן לאנג אין ניי-סקווירא, כאטש ער איז אייביג געווען א בעלזער חסיד.
זי האט נישט א נאמען?
 
זי האט נישט א נאמען?
1752462813293.png

אונזער פרישער אלמן, הרה''ח רבי אברהם קאטה שליט''א, דער בעל הבית פון ''עי.ענד.בי. פעימעס'', מאכט נישט נאר געפילטע פיש, נאר פילע אנדערע עסנווארג אויך, בעיקר פארעווע, פאר די ניין טעג צו קויפן, אין אייער גראסערי אין די ''פראויזען פוד אייעל'', זייער גוט פאר די 9 טעג המשמשים ובאים, וואס מ'טאר נישט עסן קיין פליישיגס, אדער יעדער וואך מיטוואך ווען איר עסט מיליכיגס פאר ''סאפפער'' מכוח מנהג ''באבותינו'' בידינו.

לענין וויאזוי די נפטרת האט געהייסן אויף איר ערשטער נאמען? איז קודם בין איך משער אז זי האט זיכער יא געהאט אן ערשטער נאמען, אחוץ מרת קאטה אשת רבי אברהם, ''עספעשעלי'' אז זי איז 75 יאר אלט, איז זי דאך נישט קיין 'נפל', וואס מ'האט מורה געהאט, אז זי וועט נישט לעבן, האט מען איר קלאר יא געגעבן א נאמען, אבער איך אלץ פרעמדער אינגערמאן, קען איר נישט פערזענליך, ביים לעבן אז איך זאל וויסן איר נאמען וואס מ'האט איר געגעבן ביי קריאת התורה 75 יאר צוריק.

מיר איז זי בלויז באקאנט אלץ הרה''ח רבי אברהם קאטה שליט''א'ס געוועזענער רביצן. און זייערע חשובע קינדער'ס מאמע.

אז דו ווילסט דווקא יא שטארק וויסן איר ערשטער פרויאישע נאמען, מסתם, כדי צו לערנען א פרק 'משניות' לעילו נשמתה הטהורה, אדער צו טאן א מצוה און א גוטער מעשה, פאר איר עליית נשמה, קענט איר זיכער 'גוגעלען' איר נאמען וואס מ'האט איר געגעבן ביים קידוש פאר 75 יאר צוריק.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top