בשעה טובה ומוצלחת

בלי שם

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
156
רעאקציע ראטע
732
אין פאריגע וואכעדיגע פרשה איז דא א בפירושע לאו, לא תעוננו:

וז"ל של רש"י; לשון עונות ושעות שאומר יום פלוני יפה להתחיל מלאכה שעה פלונית קשה לצאת

ווי כ'פארשטיי פון רש"י טוהט די תורה אונז אנזאגען אז מ'טאר נישט גלייבן אדער זאגן אז געוויסע צייטען - טעג אדער שעות - איז מער מוצלח'דיג אדער דאס פארקערטע.

מיין וואונדער איז, ווען מ'גייט ארויס אויפ'ן חרד'ישע גאס הערט מען אפט צווישען צוויי אידן וואס וועלן דערמאנען אינמיטן א שמועס, ס'זאל זיין אין די ריכטיגע מינוט בשעה טובה אא"וו.

מענטשען זוכען נישט צו מאכען שמחות געוויסע טעג אין די יאר ווייל די טעג איז נישט קיין גוטע טעג וכו'

ארייצומופען אין א נייע דירה און א גוטע טאג וואס ווייזט אויף הצלחה.

אינטערסאנט צו וויסען פארוואס חרדים זענען אזוי באאנפלוס פון זאכען וואס די תורה בעהט זיך צו אוועק שטיין פון דעם?
 
לעצט רעדאגירט:
נו, אן ענטפער האסטו אויך? כ'האף אז דו גייסט אונז נישט לאזן הענגען מיט א קשיא.
 
ס׳שטייט אויכט
בתשעה לחודש תענו את נפשותיכם
ארבעים יכנו
חלומות שווא ידברו

אזויווי איך האב שוין געשריבן אין די גאט דעבאטע
https://kraimel.community.forum/threads/די-גאט-דעבאטע.72/post-232אז נישט קיין חילוק אויף וועלכע זייט פון די תורה די ביסט, האט די הארטע פסוקים און הוכחות נישט קיין שייכות מיט וואס אינז טוה מען.

דער אפיקורוס קען ווייטער אנגיין מיטן לעבן מיט די מצוות וואס ער איז ציגעוואוינט, פונקט ווי דער מאמין קען ווייטער אנגיין מיטן לעבן בשעת׳ן עובר זיין אפענע פסוקים, ווייל גלייבן/חקירה/פסוקים/ הלכה/שו״ע האט קיין שייכות נישט מיטן טאג טעגליכער סדר היום, סיי פאר די רעכטע און סיי פאר די לינקע.
 
לעצט רעדאגירט:
א אינטערסאנטער אנעקדאט האב איך אמאל געזען וויאזוי איינער האט זיך געוואונדערט אויף דאס וואס מיר וואונטשן 'מזל טוב' ביי א שמחה וואס מאכט אלס רענדאם און מזל ווי איידער יד השם. מער אויסגעהאלטן וואלט געווען צו וואונטשן 'ברוך השם'.
 
מזל טוב איז א וואונטש פון בקשה על העתיד. ס'איז נישט כולל אדער שולל דעם אייבערשטער. ס'איז געזאגט כלפי דער מענטש, א פשוט'ע וואונטש אז ער זאל באגליקט ווערען. דורך וועם? דורך וועם די גלייבסט איז דער כל יכול, א יעדער מיט זיין גאט, און דאס איז בכלל נישט די נקודה, און ס'מוז בכלל נישט דערמאנט ווערען יד השם. אז מ'וויל דוקא סעטעלען די יודישע גילט געפילן קען מען צולייגן אם ירצה השם פאר א סגולה.

פון די אנדערע זייט, ברוך השם איז נישט קיין בקשה אדער ברכה, ס'איז א הכרה און דעקלעראציע. פונקט אזוי ווי ברוך אתה ה' ביים דאווענען איז נישט קיין ברכה וואס מענטש בענטשט גאט, נאר ס'איז א הכרה אז דער אייבערשטער איז די מקור הברכה, פשוט'ערהייט ברוך אתה ה' , דאס איז ער, גארנישט מיט עבר אדער עתיד, נישט קיין קשיא און נישט קיין תירוץ, ס'איז נאר א דעקלעראציע.

מ'קען וואונטשן און יא דערמאנען די אייבערשטער, און מ'קען דערמאנען די אייבערשטער אן וואונטשען, ס'האט נישט איינס מיט'ן צווייטן.
 
לעצט רעדאגירט:
אין פאריגע וואכעדיגע פרשה איז דא א בפירושע לאו, לא תעוננו:

וז"ל של רש"י; לשון עונות ושעות שאומר יום פלוני יפה להתחיל מלאכה שעה פלונית קשה לצאת

ווי כ'פארשטיי פון רש"י טוהט די תורה אונז אנזאגען אז מ'טאר נישט גלייבן אדער זאגן אז געוויסע צייטען - טעג אדער שעות - איז מער מוצלח'דיג אדער דאס פארקערטע.

מיין וואונדער איז, ווען מ'גייט ארויס אויפ'ן חרד'ישע גאס הערט מען אפט צווישען צוויי אידן וואס וועלן דערמאנען אינמיטן א שמועס, ס'זאל זיין אין די ריכטיגע מינוט בשעה טובה אא"וו.

מענטשען זוכען נישט צו מאכען שמחות געוויסע טעג אין די יאר ווייל די טעג איז נישט קיין גוטע טעג וכו'

ארייצומופען אין א נייע דירה און א גוטע טאג וואס ווייזט אויף הצלחה.

אינטערסאנט צו וויסען פארוואס חרדים זענען אזוי באאנפלוס פון זאכען וואס די תורה בעהט זיך צו אוועק שטיין פון דעם?
ס'איז טאקע דא א תשובות הרשב''א אז ליידער איז כלל ישראל שטארק געשלאגן אין די לאו,
און ס'איז דא כמה תירוצים אין די ראשונים און אחרונים צו פארענטפערן ווי אזוי מ'מעג מקפיד זיין נישט חתונה צו מאכן אין פארשידענע טעג, אדער סוף חודש,
 
Back
Top