בויען א בריק

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
730
רעאקציע ראטע
2,908
ס׳איז באוואוסט אז א גרויסע מקור פון עגמת נפש און יסורים איז די געוואוינהייט פון א מענטש צו פייטן מיט די מציאות


איך וויל קלאר מאכן: ס׳איז א געזונטע סימן! ווען דו ביזט נישט גרייט
to lay down & die
און דו האסט אין זיך די אייפער צו אדוואקעיטן פאר זיך, און פארבעסערן דיין לעבן.

איך רעד דא ווען ס׳קומט צו אנדערע מענטשן׳ס אויפפירונג וואס פארדריסט דיר (זייער מעגליך אז מיט רעכט!) און מ׳וויל פטור ווערן פון יענע אויפפירונג.

אמאל פלעג איך וויסן נאר פון 2 ברירות:

1. ליידן און שווייגן. שלינגען די צער און זיך אויפעסן די געזונט, ווייל ״איך וויל זיין דער גוטער מענטש וואס היט שלום און האלט די הארמאניע כ׳וויל נישט חלילה פארקערט״

2. פרובירן יענעם איבערצומאכן, און ווי מיין מגיד שיעור פלעגט זאגן: דו קענסט האבן די איינרעדעניש אז קריטיקירן יענעם וועט העלפן, אבער נאכ׳ן טרייען הונדערט מאל וועט עס פילן אזויווי האסט פרובירט מיט דיינע בלויזע הענט אויסצוגראדן א גראבע שטיק אייזן וואס איז איינגעבויגן (א מענטש קען אפילו זיין נאך שווערער צו בייגן- ווייל הייסטו יענעם עפעס שאפט דאס אטאמאטיש א ווידערווילן, דערפאר שטייט גדול המצווה ועושה) נאך פלאג און מיה אונטער׳ן דמיון אז מ׳קען איבערמאכן א צווייטן, וועט יענער וועט בלייבן אויסגעבויגן און דו וועסט זיין אנטוישט און אויסגעשעפט ביז די לעצטע כוחות...

וואס וויל איך דא ארויסברענגען?

דו קענסט נישט מצליח זיין מיט קאנטראלירן א צווייטן. ס׳נישטא קיין הצלחה אין פרובירן מעניפולירן יענעם׳ס לעבן אדער אפילו דיין אייגענע.

ס׳איז זייער רייצנד, אבער ס׳איז
the illusion of control

אויב אינוועסטירסטו דיין ענערגיע אין דעם קען עסארויסרינען ווי דימאנטן אין א זאק מיט א לאָך.
ס’א שאד די כח & מיה


וואס דען? שטיין מיט צאמגעלייגטע הענט? דאס וועט אוודאי נישט אויפטון. א מענטש דארף דאך טון השתדלות, ניין?

קומט מען ענדליך צום בריק.

די מעלה פון א בריק איז, אז מ׳האט משלים געווען מיט די מציאות אז די צוויי שטעט זענען אפגעטיילט מיט א וואסער, אבער מ׳האט נישט אויפגעגעבן אויף די מעגליכקייט פון האבן א קשר.

בויען א בריק איז ארבעטן מיט די מציאות וואס מ׳האט און טרעפן א וועג צו ארבעטן צוזאם אויף א
creative אופן- אנשטאט צו פייטן מיט די מציאות.



ביישפיל.

די ווייב איז אויסגעשעפט און ענטפאנגט דיר כסדר מיט א זויער פנים ביינאכט ווייל זי איז אליין מיט די קינדער א גאנצן טאג, בשעת דו ביזט ביי די ארבעט אדער אין כולל, און זי וואלט מסתם גערן געוואלט switch roles און האבן די פרייהייט נישט צו דארפן אויפשטיין ביינאכט צו די וויינענדיגע בעיבי אדער דארפן צוגרייטן נאכטמאל
און אנשטאט דעם- זאל זי קענען איבערלאזן דיהויז און ארויסגיין צו א דשאב וואס עפרישיעיט אירע טאלאנטן

וואס פאסירט אויב דערווייל קענסטו בויען א בריק (למשל אויב זי האט א פיצלס אינדערהיים און איז ס׳נישט practically doable פאר איר יעצט אריינצוגיין אין די workforce) אדער אויב א דשאב וועט נאך אלס נישט קאווערן עקספענסעס פון קויפן סאפערס און הייערן א nanny אכטונג צו געבן די קינדער

אויב אבער טרעפסטו וועגן איר צו פארגרינגערן דעם טאג, דו העלפסט איר ארויס ווען דו קענסט, און דו טשעקסט-אין יעדן טאג, מיט א ווארימע מעסידש אדער א קאל צו פרעגן וויאזוי זי פילט. דאס קען אמאל טוישן די גאנצע טאג פאר איר. ווען זי זעהט אז די קעירסט!

די איינזאמקייט וואס זי האט אפשר געשפירט, אינאיינעם מיט די אויפגעבויטע סטרעס קען זיך אביסל צולאזן ווי שניי אונטער די ווארימע זון ☀️

דעיס איז נאר זייער א קליינע ביישפיל.

ס׳קען אויך זיין שייך מיט א שותף ביי די ארבעט, אויב קריכט ער דיר אונטער די הויט מיט זיין אויפפירונג.
אנשטאט זיך צו פלאגן מיט אומערמידליכע כוחות און פרובירן אים צו טוישן (וואס וועט קיינמאל נישט געשעהן מיט קריטיק אדער נעגעטיוויטי)

אפשר איז שייך צו בויען א בריק? how about אויב דו לאדנסט אים פאר א night out צו פארברענגען ביי א רעסטעראנט אדער סיי וועלכע פלאץ וואו דו ווייסט ער וועט הנאה האבן? ס׳איז וואונדערליך די רעזאלטאטן וואס קען פון דעם ארויסקומען.

*גראדע איז דא research אויף דעם, וואס איבערצייגט די געוואלדיגע תוצאות ווען צוויי מענטשן שפילן א געים צוזאמען אפילו נאר פאר 15 מינוט! ווי ס׳טוישט ממש די גאנצע מהות און באציהונג איינער צום צווייטן.
זיי האבן עס אויספרובירט מיט אסך מענטשן-אפילו strangers וואס מ׳האט געזעהן סיי פון מח סקענס און סיי פון וואס די participants reported אז זיי האבן זיך געפילט נאנטער און מער ווי ברודערס נאכ׳ן פארברענגען און לאכן צוזאמען! א גוטע עקספיריענס צוזאמען קען בויען א בריק פון א בעסערע קשר.



זייט איך האב דעי בליק פון ״זיין א בריק״ (כ׳האב עס געהערט א חודש צוויי צוריק פון איינעם) האט עס מיר אין זייער אסך מצבים ארויסגעהאלפן. כ׳האב זיך געפילט ווייניגער ענג און מער ביכולת זיך צו העלפן אין די פרוסטראציע

דערפאר טייל איך עס מיט דא, אפשר וועסטו בענעפיטן
און הלוואי וועלן חברים דא מיטטיילן ביישפילן וויאזוי אין זייער אייגענע לעבן האבן זיי מצליח געווען צו פארמיידן עגמת נפש פאר זיך & פאר אנדערע - דורך נעמען initiative און זייןא בריק 🌉



וויפיל פירוד לבבות וואלט עס געקענט איבערקערן אויף שמחת לב און בעסערע באציהונג איינער מיט׳ן אנדערן?
 
פארשטייט זיך אז דעס איז ביי רילעישאנשיפס וואס דו מוזט, אדער סלוינט זיך צו אינוועסטן צו בויען דעם בריק, ווי א ווייב און אין די ביזנעס וכו'
אבער צומאל איז בעסער נישט צו בויען דעם בריק, נאר בלייבען אפגעהאקט, צב"ש ווען עס איז א מענטש וואס עס לטובתך צו שטיין ווייט פון עם
 
זייער קלאר ארויסגעברענגט.

כ׳וויל נאר מוסיף זיין אז ביי א געזונטע שותפות וועלן ביידע צדדים צוזאמען אינוועסטן אינעם בריק. אבער אז מ׳טרעפט זיך אינגאנצן אליין מיט די בוי ארבייט וועט מען מיט די צייט ווערן אויסגעברענט און פראסטרעיטעד. נאך מער מאכטסעך אמאל אז לא די אז דער שיתוף לייגט נישט צו א פלייצע צו אינוועסטירן אינעם בריק, מאכט ער/זי נאך שווערער און קען דרייען א קאפ, זאגן דעות, בוי עס נישט דא.. בוי עס ענדערש אזוי, וכדו׳.

אין אזא פאל איז די עצה, אנשטאט צו אינוועסטן אינעם בריק, אינוועסט מען אין די אייגענע שטאט, עס צו בארייכערן, מאכן שענער און בעסער. און געווענליך וועט דערנאך די אנדערע שיתוף זיך אויפוועקן און אנהויבן אליין צו בויען דעם בריק..
 
א הערליכע געדאנק.
וואס איז מיט בויען א בריק צו זיך אליין?
וויפיל מאל גיבט מען זיך נישט אן עצה מיט די אייגענע געפילן, מאך א מיטינג מיט דיר... ברענג דיך א גוטע קאווע, פרעג זיך "וואס מאכסטו", פרובירט דאס אויס, ס' לוינט!
 
א הערליכע געדאנק.
וואס איז מיט בויען א בריק צו זיך אליין?
וויפיל מאל גיבט מען זיך נישט אן עצה מיט די אייגענע געפילן, מאך א מיטינג מיט דיר... ברענג דיך א גוטע קאווע, פרעג זיך "וואס מאכסטו", פרובירט דאס אויס, ס' לוינט!
א דאנק פאר׳ן צולייגן די עצה טובה 😍
 
Back
Top