- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 497
- רעאקציע ראטע
- 1,830
ביז נישט צו לאנג צוריק, יעדעס מאל ווען איך האב זיך אנגעשטויסן אין שוועריקייטן און ווייטאגן, בין איך געווען זיכער אז איך בין אוודאי שילדיג דערין.
פון איינזאפן שוין אלס קינד אזעלכע שארפע מעסידשעס אז פאר יעדע wrong move וועט מען ווערן באשטראפט, איז דורכפאלן פשוט נישט געווען קיין אפציע און אויב ס׳האט פאסירט האב איך זיך געפילט ווי דער זינדיגסטער אויף די וועלט און מורא געהאט דער מאנסטער גאט וואס מ׳האט מיר איינגערעדט וועט אט אט נקמה נעמען אין מיר .
ער האט מיר טאקע באשאפן א מענטש אבער לויט ווי דער מלמד און מגיד שיעור האבן אראפגעלייגט איז קלאר געווען אז מיין דשאב איז צו זיין א מלאך און דאס איז די איינציגסטע זאך וואס איז ערלויבט. איך מוז זיך צושטעלן צו די אומרעאליסטישע און אומנאטירליכע סטאנדארטן וואס ״ער ערוואטעט פון מיר״ (באמת איז עס געווען זיי וואס האבן עס ערווארטעט, אבער ווי א מנהל האט אמאל גע׳עצה׳ט מיין קרוב א מגיד שיעור: די בעסטע וועג צו האבן קאנטראל אויף די יונגע קינדער איז ווען מ׳לייגט עס ארויף אויפ׳ן באשעפער…)
סך הכל, בין איך געווארן איבערצייגט אז יעדע צרה פאסירט מן הסתם צוליב מיר. אפילו ווען ס׳געשעהט צו א צווייטן האב איך זיכער א חלק דערין צוליב די שרעקליכע דורכפאלן (ווי פארגעסן און בטעות פארלעשן די לעקטער שבת, ״מצער״ זיין די עלטערן מיט נישט פאלגן גלייך, אדער הערן לשון הרע אָן מוחה זיין). פון קליינערהייט האב איך שוין געטראגן דעם לחץ אויף מיינע יונגע פלייצעס
אין אנהייב האב איך אפילו געציטערט אז יעדע צרה איז נאר א ווארענונג פון ערגערע זאכן וואס וועלן געשעהן צו מיר אויב איך אייל זיך נישט אונטער תשובה צו טון,
און אויב די לאסט איז נאכנישט גענוג שווער, האט מען נאך צוגעלייגט נאך: עפעס א צודרייטע גאט וואס וועט באשטראפן אנדערע מענטשן אויב איך פיר מיך נישט אויף ״ווי מ׳בּרויך״ - ווייל זיי זענען דאך צדיקים/הייליגע נשמות…
so ווען איינער שטארבט פון קענסער אדער האט אן עקסידענט רח״ל איז אוודאי צוליב מיינע זינד… (אזוי האב איך נעבעך געגלייבט)
תמצית הדברים איך האב זיך געמוטשעט יארן אלס קינד, און אפילו אין מיינע צוואנציגער צו טון דאס אוממעגליכע:,ווערן אן אויסגעלייטערטע מושלם וואס טוט נישט קיינמאל קיין ״זינד״
די פחד איז געווען: וויאזוי קען דער באשעפער מיר טראסטן- בשעת איך האלט אין איין צוזאגן נאכאמאל אז איך גיי שוין זיין וואויל און זייער פארזיכטיג? ער קען דאך מיד ווערן פון מיינע (אומשילדיגע) ליגנס און מיר אפשר נישט וועלן מער מוחל זיין-איך פלעג צוטערן אז ער וועט מיטאמאל פארלירן זיין געדולד און אויסגיסן זיין חרון אף אויף מיר
זייט דעמאלס איז איינגעבאקן געווארן אין די ביינער- אנשטאט אנצוקוקן דאס לעבן מיט א לאגישע בליק, אז ס׳איז א גלגל החוזר,
ס׳דא גוטע צייטן און שווערע צייטן און ס׳דרייט זיך דאס לעבן פונקט ווי א Ferris Wheel וואס אמאל זיצט מען אויבן און מ׳פילט זיך on top of the world און צומאל קענען אויך קומען צייטן ווען מען איז אונטן. ס׳נישט א גוטע פילינג (אבער ווען מ׳ווייסט אז ס׳איז פשוט די סדר העולם, נעמט מען עס נישט personally).
ווען מ׳איז אין א מצב וואס פילט שווארץ ווי די נאכט (אדער ערגער) איז גאר אנדערש ווען דו ווייסט אז דאס איז נישט ווייל דו ביזט שלעכט. ס׳איז נאר א חלק פון לעבן, ס׳פונקט ווי ס׳דא טעג פון ווארימע זון שיין און אנדערע זענען גרוי פארוואלקנט און ס׳רעגנט.
דיין לעבן האט seasons, פונקט ווי זוממער בליהט אלעס הערליך און ס׳וואקסן פרוכט ביימער און בלימען, דערנאך קומט א קאלטע ווינטער ווען ס׳קוקט אויס ווי אלעס איז טויט. דאס איז א חלק פון נאטור! און דו אויך ביזט א חלק פון די בריאה!
אבער זיך צו בלעימען פאר די טויטע געפיל - לייגט נאר צו זאלץ צו די וואונדן!
ס׳איז א חלק פון לעבן (הזורעים בדמעה קען פילן ביטער און ס׳ווערט גרינגער ווען מען געפינט הילף)
איך בין שטארק נייגעריג אויב איינער דא קען רילעיטן.
וויאזוי פילסטו ווען זאכן גייען מיט׳ן פיטום אראפ? איז דיין אינסטינקט צו באשולדיגן זיך אליין אזויווי איך פלעג אלעמאל טון?
(ס׳האט גענומען יארן צו היילן. און ס׳נישט עפעס וואס פאסירט מער נישט בכלל, אבער ענדליך האט עס אויפגעהערט זיין א טאג טעגליכע מהלך המחשבה וואס האט דיקטירט מיין לעבן!)
איך וואלט אזוי געוואלט הערן, אנדערע חברים׳ס עקספיריענס, למשל אויב ביזטו בכלל נישט אזוי, לאז דיך אויך הערן. אויב דו קוקסט אן די שוועריקייטן וואס באפאלן דיר פשוט ווי א חלק פון די לעבנסרייזע- און ס׳איז א דבר פשוט ביי דיר אז אמאל שטויסט מען זיך אן אין שטורמישע וואסערן, און ס׳פילט ווי זיי גייען דיר איינשלינגען, אבער דו ביזט aware און ווארטסט מיט געדולד פאר׳ן שטורעם דורכצוגיין און פאר די זון ווידער אויפצושיינען -דעמאלס ביזטו א וואונדער קינד אין מיינע אויגן און איך בין שטארק אינטרעסירט וואספארא חינוך האסט באקומען.
תמציתהדברים: כ׳האף איינער וועט עפעס מרויח זיין פון מיין לאנגע דרשה
צו געדענקען אז דו דארפסט קיינמאל זיך נישט באשולדיגן ווען זאכן גייען דיר שווער, ס׳איז נישט דיין שולד. ס׳פשוט א חלק פון לעבן.

לעצט רעדאגירט: