- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 497
- רעאקציע ראטע
- 1,830
ערב ר״ה אין מיינע קינדער יארן איז געווען די מנהג צו פרעגן יעדן איינעם, מוחל?
איך פלעג זיך מחי׳ זיין צו באקומען א יא פון חברים וואס איך האב זיך געשעמט מודה צו זיין אויף אן עוולה וואס איך בין קעגן זיי אמאל באגאנגען.
יארן שפעטער פלעג איך נישט קענען דערליידן וויאזוי מענטשן פילן זיך אזוי entitled נאכ׳ן בא׳עוולה׳ן א צווייטן -כאילו נאר דורכ׳ן ״טון אזא געוואלדיגע זאך״ ווי בעטן מחילה- קומט זיך דיר שוין יענער זאל דיר פארגעבן.
(אפילו מ׳רעדט נישט ווי די קליינע קינדער: ״אויב דו ביזט מיר נישט מוחל וועט דיר דער באשעפער נישט מוחל זיין…״ איז נאך אלס דא דערין שיריים פון יענע עטיטאד)
דרך אגב די געפערליכקייט פון אזא געדאנק אז ״דער באשעפער איז דיר נישט מוחל אויב דו ביזט נישט מוחל דיין בּאָלי״ איז נישט נאר אז ס׳לייגט אריין די אלטע ליגנט אין קינדער׳ס קאפ כאילו דער באשעפער איז א קאלטבלוטיגער, שלעכטהארציגער, מעניפולעטער וואס ס׳גייט אים נישט אָן די פּיין פון באקריוודעטן, און ער נעמט זיך גאר אן פאר׳ן בּאָלי
אבער besides the point
איז עס אויך א פארקרומטע וועג פון קוקן אויף מחילה
ערשטנס כל, קומט זיך נישט אז יענער זאל דיר מוחל זיין, נישט קיין חילוק וויפיל מאל דו האסט זיך ״מכניע״ געווען און איבערגעבעטן. (יענער האט א רעכט צו בלייבן פארווייטאגט לעולם ועד)
צווייטנס, זענען דא אומצאליגע וועגן וויאזוי א מענטש קען צוקומען מוחל זיין עוולות וואס זענען באגאנגען געווארן קעגן אים און יעדער איז אנדערש מיט זיין פראצעס און ווילאנג ס׳דויערט. מחילה איז אוממעגליך ארויפצוצווינגען. נאר מען קומט אן דערצו מיט צייט און מיט היילן (די פאלשע איינרעדעניש אז די רפואה פאר יעדן איז מוחל צו זיין - קען זיין שעדליך)
Brené Brown האט א לענגערע שמועס: אלעס וואס פאדערט זיך פאר אן אמת׳ע apology, און ס׳האט מיר געעפנט די אויגן אפילו איבער עוולות וואס איך האב געקלערט אז כ׳האב שוין ״גענוג״ געטון
ס׳האט מיר אויך געהאלפן validate פארוואס געוויסע מענטשן וואס האבן זיך אנטשולדיגט צו מיר פאר זייער עוולה - האט איך עס נאך אלס נישט געקענט אראפשלינגען (ווייל ס׳האט געפעלט אין זייער apology א וויכטיגע חלק)
לכבוד די יעצטיגע טעג, האב איך געקלערט ס׳לוינט זיך מיטצוטיילן אויב ס׳קען איינעם ארויסהעלפן.
Harriet Lerner and Brené - I’m Sorry: How To Apologize & Why It Matters, Part 1 of 2
בייגעלייגט איז אויך א בלאט מיט די 9 כללים בקיצור, וואס איז וויכטיג צו געדענקען ווען מ׳בעט איינעם מחילה

בייגעלייגטע פיילס
לעצט רעדאגירט: