בייטאג חלומ'ען

צוזאמגעדרייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
242
רעאקציע ראטע
1,018
וואס זענען די שמאלע הויכע ענוועלאופס און צעטליך אינעם מלמד'ס ביזעם טאש? וואס שטייט דארט, פארוואס האב איך דאס נישט קיינמאל אין מיין טאש סתם אינמיטן טאג און צו וועם באלאנגט עס?

ווער איז געווען דער ערשטער צו גיין מיט הויזן? ווער איז געווען דער ערשטער צו אינסטאלירן א זיפער? און ווער איז געווען דאס ערשטע צו גיין מיט הויזן טרעגער?

קען א ציג'עלע האבן א קמץ בארד?

לויט די טעאריע פון פאראלעל אוניווערסעס, איז דא א מעגליכקייט די צוויי וועלטן זאלן זיך אמאל צוזאם טרעפן?

א פויגל האט הנאה פונעם שיינע פאראנאמע?

וואס גייט פאר אין די בעיסמענט פון די מערת המכפלה, געהערט אמאל שרעקעדיג דערציילונגען, מען האט עפעס מורא אראפצוגיין. פארוואס שיקט מען נישט קיין ראבאטן? (אין איינוועגס אויב די ראבאט לעבט איבער קען מען אים שיקן צו די גולם פון פראג אין בוידעם אריין...)

וואס באדייט די שאלה - "די מילעך שמעקט גוט?". אויב עס שמעקט איז עס פארדארבן. מען ברויך פרעגן אזוי "די מילעך שמעקט?"

וואס באדייט די אויסדרוק "גיי אין בויבעריק" ?

א פלעדערמויז ווערט אנגעצינדן ווען ער כאפט אויף א פונקטליכע ווידער קול פון א פלעדערמויז'קע? אויב יא, גייט דאס אריין אינעם איסור פון ולא תתורו אחרי לבבכם (ואחרי עיניכם)?
 
לעצט רעדאגירט:
יפה שאלת בני. לאמיר פראבירן צו ענטפערן על ראשון ראשון...
וואס זענען די שמאלע הויכע ענוועלאופס און צעטליך אינעם מלמד'ס ביזעם טאש? וואס שטייט דארט, פארוואס האב איך דאס נישט קיינמאל אין מיין טאש סתם אינמיטן טאג און צו וועם באלאנגט עס?
איך האב נישט געלערנט ביי דיין מלמד, ממילא ווייסעכניש.
ווער איז געווען דער ערשטער צו גיין מיט הויזן?
די ערשטע באקאנטע צו נוצן הויזן (פאנטאלאנען) זענען די אלטע סקיתישע פאלק און אנדערע אין צענטראל אזיע. זיי האבן געטראגן הויזן פאר פראקטישע סיבות, ווי רייטן אויף פערד. אבער עס איז נישט באוואוסט איין ספעציפישער מענטש וואס מ’קען זאגן איז געווען "דער ערשטער."
און ווער איז געווען דער ערשטער צו אינסטאלירן א זיפער?
אין 1913 האָט דער שוועדיש־אמעריקאַנער אינזשעניר גדעון סונדבאק דעזיינט די "Hookless Fastener", וואס איז דער ערשטער פונקציאנירנדער זיפער די מערסטע ענליך צו די הײנטיגע זיפערס.
און ווער איז געווען דאס ערשטע צו גיין מיט הויזן טרעגער?
די מקור פון הויזן-טרעגער (שלײפן) איז נישט קלאר צו איין מענטש.
קען א ציג'עלע האבן א קמץ בארד?
א ציגעלע קען נישט האבן א קמץ בארד אבער יא א קמץ בערדל.
לויט די טעאריע פון פאראלעל אוניווערסעס, איז דא א מעגליכקייט די צוויי וועלטן זאלן זיך אמאל צוזאם טרעפן?
די טעאריע פון פאראלעל אוניווערסעס ("מאלטיווערס") זאגט אז עס קען עקזיסטירן אומצאליגע וועלטן מיט אנדערע פיזישע געזעצן. אבער, לויט רוב פיזיקער, איז נישטא קיין באווײז אז די וועלטן קענען זיך "טרעפן," ווײל זיי עקזיסטירן אין אנדערע דימענציעס אדער "שיכטן" פון רעאליטעט.
א פויגל האט הנאה פונעם שיינע פאראנאמע?
ווען ער טרעפט עסן לכאורה יא.
וואס גייט פאר אין די בעיסמענט פון די מערת המכפלה, געהערט אמאל שרעקעדיג דערציילונגען, מען האט עפעס מורא אראפצוגיין. פארוואס שיקט מען נישט קיין ראבאטן? (אין איינוועגס אויב די ראבאט לעבט איבער קען מען אים שיקן צו די גוילעם פון פראג אין בוידעם אריין...)
היסטאריש איז נישט קלאר וואס איז דארט אונטן, ווײל עס זענען נישט געווען סיסטעמאטישע ארכעאלאגישע עקספעדיציעס. הגם, מען האט פראבירט אראפצוגיין צו די טיפערע קברים אין 1968 און 1981 אבער צוטריט איז שווער.
וואס באדייט די שאלה - "די מילעך שמעקט גוט?". אויב עס שמעקט איז עס פארדארבן. מען ברויך פרעגן אזוי "די מילעך שמעקט?"
גערעכט.
וואס באדייט די אויסדרוק "גיי אין בויבעריק" ?
"גיי אין בויבעריק" מיינט "גיי אוועק" אדער "לאז מיך צורו". בויבעריק איז א פיקטיווע, סטריאטיפישע קליינע שטעטל אפט גענוצט אין אידישע ליטעראטור.
א פלעדערמויז ווערט אנגעצינדן ווען ער כאפט אויף א פונקטליכע ווידער קול פון א פלעדערמויז'קע? אויב יא, גייט דאס אריין אינעם איסור פון ולא תתורו אחרי לבבכם (ואחרי עיניכם)?
יא – אויב א פלעדערמויז'קע שיקט אויס א "געלונגענע" ווידערקול, קען דער פלעדערמויז ווערן אנגעצינדן.

דא האסטו די תירוצים פאר אלע דיינע דרינגענדע, לעבנס וויכטיגע פראגעס...
 
.

"גיי אין בויבעריק" מיינט "גיי אוועק" אדער "לאז מיך צורו". בויבעריק איז א פיקטיווע, סטריאטיפישע קליינע שטעטל אפט גענוצט אין אידישע ליטעראטור.
עס איז גראדע יא אן עכטע שטעטל אין אוקריינא
Bibrka Бібрка,
אויף אידיש בויבעריק
 
וואס זענען די שמאלע הויכע ענוועלאופס און צעטליך אינעם מלמד'ס ביזעם טאש? וואס שטייט דארט, פארוואס האב איך דאס נישט קיינמאל אין מיין טאש סתם אינמיטן טאג און צו וועם באלאנגט עס?

ווער איז געווען דער ערשטער צו גיין מיט הויזן? און ווער איז געווען דער ערשטער צו אינסטאלירן א זיפער? און ווער איז געווען דאס ערשטע צו גיין מיט הויזן טרעגער?

קען א ציג'עלע האבן א קמץ בארד?

לויט די טעאריע פון פאראלעל אוניווערסעס, איז דא א מעגליכקייט די צוויי וועלטן זאלן זיך אמאל צוזאם טרעפן?

א פויגל האט הנאה פונעם שיינע פאראנאמע?

וואס גייט פאר אין די בעיסמענט פון די מערת המכפלה, געהערט אמאל שרעקעדיג דערציילונגען, מען האט עפעס מורא אראפצוגיין. פארוואס שיקט מען נישט קיין ראבאטן? (אין איינוועגס אויב די ראבאט לעבט איבער קען מען אים שיקן צו די גוילעם פון פראג אין בוידעם אריין...)

וואס באדייט די שאלה - "די מילעך שמעקט גוט?". אויב עס שמעקט איז עס פארדארבן. מען ברויך פרעגן אזוי "די מילעך שמעקט?"

וואס באדייט די אויסדרוק "גיי אין בויבעריק" ?

א פלעדערמויז ווערט אנגעצינדן ווען ער כאפט אויף א פונקטליכע ווידער קול פון א פלעדערמויז'קע? אויב יא, גייט דאס אריין אינעם איסור פון ולא תתורו אחרי לבבכם (ואחרי עיניכם)?
ווער איז געוועהן דער ערשטער וועליכע האט געזעהן אן איי ארויסקומען פון א האן און געטראכט ביי זיך... אאאה איך ווינדער זיך אויב מען קען דאס עסען
 
וואס באדייט די אויסדרוק "גיי אין בויבעריק" ?
לכאורה קומט עס פון דעם פילם “טעביע” געשפילט אין פוילן 1939 און באזירט אויף שלום עליכם׳ס הומאר “טעביע דער מילכיגער,” וואס איז שפעטער איבערגעשפילט געווארן צו דעם באקאנטן Fiddler on the Roof.

View: https://youtu.be/s_aRDBEH4uI?feature=shared


זעה 07:55
 
לעצט רעדאגירט:
@החוקר עס איז געווען זייער געשמאק, אפשר קען מען עס מאכען א איינמאל א וואך Q&A אויף אלע וויכטיגע זאכען.
ווער געדענקט ווען די צייטשריפט ז"ל האט געהאט א קאלום ווי מען געקענט פרעגן אלע סארט פראגעס. חיים דער אלצווייסער האט ער געהייסן?
 
ווער איז געוועהן דער ערשטער וועליכע האט געזעהן אן איי ארויסקומען פון א האן און געטראכט ביי זיך... אאאה איך ווינדער זיך אויב מען קען דאס עסען
אַ זאפטיג יודל זיצט זיך אן חצר מיט די קאטשקעס, נאכ'ן זיך אנטרינקן די דריטע טאג יום טוב, און הייבט אן קלערן.. ביצה שנולדה ביום טוב...
סדאך אוכל נפש, נו לאמיר אריין רוקן אן איי לכבוד יום טוב..
 
אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע. רוב האבן געלייקט סיי די קשיות און סיי די תירוצים. אבער א חלק נאר איינס פון די ביידע.

וואס זאגט די סייקי פון די וואס לייקן נאר די קשיות אדער נאר די תירוצים? 🧐🤔
 
דער עולם איז שטארק פארנומען דא, דערווייל איך:
Screenshot (227).png
 
ווער איז געוועהן דער ערשטער וועליכע האט געזעהן אן איי ארויסקומען פון א האן און געטראכט ביי זיך... אאאה איך ווינדער זיך אויב מען קען דאס עסען
און וואס איז מיט די האן אליינס?

אונזערע האמינינס זיידעס האבן געגעסן אייער שפייז פילע יארן פאר זיי האבן געהאט ברויט
 
וואס איז פשט אז אמעריקאנער גוים נעמען אזוי פערזענליך זייער קאר ווי דאס אייגן הויט.

שוין געזען פילצאליגע מאל, ווי זייערס אן אוטא כאפט א קליינע קריץ (אזאנס וואס מען קען אפמעקן מיט שפייעכץ) און זיי נעמען זיך מאכן קולות!

איך האב עס שוין געזעהן צענדליגע מאל, און מען רעדט נישט דא פון קיין לוקסטריעזע וויהיקעלס.

עס איז א חלק פונעם נערישן מערב וועלט קולטור. א טריקענע קולטור מיט ליידיגע קעפ!

----------


1741373986029.jpeg

האט שוין איינער אמאל געזעהן א חסידישע איד דרייוון א בלויע סובערו Subaru SUV?
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top