בזכות שם, לשון, מלבוש

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
626
רעאקציע ראטע
2,737
אין מיין דערנעבענדיגן שנירל האב איך ארויסגעברענגט וועלכעס האט געהאט א שטערקערע אפעקט צו האלטן דאס אידישע פאלק, גזירות אדער קאלטור? און מיין ענטפער איז געווען אז געוויס האט קאלטור און טראדיציע געהאט אסאך א שטערקערע און אסאך מער געהאלפן אז אידן זאלן זיך האלטן אידיש אלץ א פאלק, מער פון אלע גזירות חכמים. דאס מיינט ח"ו נישט זאגן אז גזירת פון חז"ל זענען לריק חס מלהזכיר.

דא אין דעם שנירל וויל איך ארויסברענגן ראיות און פראוו און מער אויסברייטערן דעם שמועס איבער דעם.

אזוי וואו דארט געשמועס אז למעשה נאך אלע גזירת וועלכע חז"ל האבן געמאכט אז די אידן זאלן זיך נישט אויסמישן מיט'ן גוי, ווי צב"ש בישול ואפיית עכו"ם, סתם יינם, וכדומה. האלט מען למעשה ביי נישט מער פון אפשר דרייצן פראצענט וועלכע ווערן היינצוטאגס באטראכט פרומע אידן, אבער מיטן ווארט פרום מיין איך איבערן גאנצן ספעקטרום פון גאר פרום ביז כמעט נישט פרום. פון די אנדערע זייט זעהט מען אבער א מורא'דיגע באווייז אז אידישע קאלטור און טראדיציע ווי שם לשון מלבוש האט און ארבייט נאך אסאך בעסער ווי סיי וועלכע גזירת חז"ל אדער אפילו מצוות התורה.

לאמיר נעמען ארץ ישראל פאר א באווייז. אין ארץ ישראל וואוינען היינצוטאגס 7.2 מיליאן אידן פון וועלכע א מיליאן בערך זענען פרום און די איבעריגע נישט. וואס הייסט נישט פרום דהיינו זיין האלטן נישט תורה ומצוות אזויווי זייערע פרומע ברודער וועלכע האלטן יא למחצה לשליש ולרביע, טייל פון די פרומע זענען גאר פרום טייל זענען מיטלע פרום און ס'איבעריגע זענען לייט פרום. אבער די אנדערע זעקס מיליאן האלטן נאר געוויסע מצוות ווי צב"ש מילה וועלכע כמעט הונדערט פראצענט אידן אין ארץ ישראל זענען ג'מל'ט. לאמיר נישט אריינקריכן יעצט אין אין אנדערע טראדיציאנאלע מצוות וועלכע ווערן אויך געהאלטן אין געוויסע פרייע אדער אפילו גאר פרייע אידן אין א"י ווייל נישט דאס איז די נקודה וואס כ'זוך דא מדגיש צו זיין.

אבער עכ"פ חוץ די מצוה פון מילה איז כמעט נישט פארהאן א ספעציעלע מצוה וועלכע די פרייע זאלן האלטן. איז אבער יא פארהאן איין גרויסע זאך וועלכע אלע סיי פרומע שטייצעך און אפילו גאר פרייע האלטן איז חיתון, אין ארץ ישראל איז כמעט נישט פארהאן אז א איד זאל חתונה האבן מיט א גוי און דאס האט טאקע צוטוהן מיט די באקאנטע חוק הנישואין, ווי די רעגירונג האט איבערגעגעבן די שליסלעך פון חתונה האבן פאר די רבנות הראשית און נאר דורך זיי קען מען חתונה האבן לעגאל אין ארז ישראל. און דאס האלט טאקע צוריק פון התבללות. אנדערש ווי אין די גלות לענדער וואו ס'הערשט א התבללות אויף גאר א שטארקן אופן איבער זעכציג פראצענט. אבער צו דעם קומט נאך צו א שטארקע זאך וועלכעס ווערט געהיטן פון אלע אידן אין ארץ ישראל אריינגערעכנט די פרייע און אפילו גאר פרייע וועלכע האלטן בכלל נישט מצוות אפילו אין א טראדיציאנאלע וועג איז דאס זיך האלטן מיטן שם, אידישע נעמען און לשון, רעדן נאר עברית וועלכעס איז קאנסידערט די אפיציעלע אידישע שפראך און מלבוש קען מען אויך צולייגן איז די מצות מילה וועלכעס ווערט איינגעהאלטן ביי כמעט הונדערט פראצענט אידן וועלכעס וואוינען אין ארץ ישראל. וועט איר אוודאי פרעגן פארוואס בין איך מדמה מילה צו מלבוש? איז ווייל מילה פונקט ווי מלבוש דערקענט זיך אויך די מענטש אליין, אנדערש ווי א נאמען אדער שפראך (אבער דאס איז א שמועס פאר זיך).

יעצט אויב וועט קומען איינער און מיך פרובירן אפצופרעגן מיט א טענה אז מאן יימר אז די סיבה צו צוריקהאלטן התבללות אין ארץ ישראל האט צוטוהן מיט שם לשון ומלבוש? מ'זעהט דאך קלאר אז וויבאלד מ'קען לעגאל נישט חתונה האבן מיט קיין גוי צוליב די חוק הנישואין דערפאר מישן זיך די דארטיגע אידן נישט אויס מיט די גוים? זייער א שטארקע קשיא און דערפאר וועל איך אריינברענגן די פרומע אידן פון חוץ לארץ אין די בילד און דן זיין מיט אזא לא ראי זה כהרי זה הצד השוה שבהן... פארהאן בערך א מיליאן פרומע אידן אין חוץ לארץ און פארשטייצעך ווען מ'רעדט פון פרומע איז אריינגערעכנט אין דעם א ברייטע ספעקטרום, פון גאר פרומע ביז כמעט עפעס פרום. קיין חוק הנישואין איז נישט פארהאן אין חוץ לארץ און וואס האלט טאקע צוזאם די אידן פון זיך נישט אויס מישן מיט די גוים? טאקע נאר שם לשון ומלבוש. די גרופעס וועלכע זענען ארום גענומען מיט א קאלטור פון שם לשון ומלבוש די האלטן זיך און מישן זיך נישט אויס מיטן גוי. די גאנצע ארטאדאקסישע גרופע פון עקסטריעם פרום ביז אפען ארטאדאקסיע וועלכעס איז ביי די אנדערע עק פונעם ארטאדאקסישע ספעקטרום האלטן זיך טאקע און מישן זיך נישט אויס מיטן גוי. און דאס איז נישט צוליב א רעגירונג געזעץ וועלכעס האלט אפ התבוללות. און אויך נישט צוליב די גזירות חיתון פון חז"ל, ווייל די רעפארערמער, קאנזערואטיווע, ריקאנסטראקשעניסט וכדומה גרופעס וועלכע שטאמען פון אידן האבן אויך די קבלת חז"ל מיט גזירות פון חיתון און מיט דעם אלעם מישן זיי זיך יא אויס מיט די גוים.


כ'האב אמאל געהערט א ספיעטש פון Rebbi Elliot Cosgrove פון Park Avenue Synagogue אין מאנהעטן וועלכער האט געזאגט אז איבער זיבעציג פראצענט פרייע אידן האבן חתונה מיט גוים. און זיי ווייסן אויך פון די גזירות חיתון פון חז"ל אזוי ווי ער פראבירט עס אליין צו פארענטפערן פארוואס ס'גייט עכט נישט אן היינט. און זיי היטן אויך אויף געוויסע טראדיציעס בעיקר מצוות מעשיות און מיט דעם אלעם העלפט זיי נישט די אלע זאכן און זיי מישן זיך אויס מיט גוים. פארוואס טאקע? און דער אבוויעס תירץ איז ווייל זיי זענען נישט אינטער די פרעימווארק און אידישע קאלטור פון שם, לשון, מלבוש. וועלכעס איז ביי די וועי נישט א אידישע קאלטוראלע פרעימווארק, ווי געשמועס אין דעם דערנעבענדיגן שנירל עס גייט אן ביי כמעט אלע קאלטורן.

די אינטערשטע שורה איז אז ווי לאנג אידן שעמען זיך נישט מיט זייערע נעמען, שפראך, צו ס'איז עברית צו ס'איז אידיש און אפילו די וועלכע רעדן ענגליש אדער סיי וועלכע שפראך אבער באניצן זיך נאכאלץ מיט לשה"ק ביים לערנען אדער דאווענען. און מיט מלבוש, מיינט נישט דוקא דעם סאמעטן אדער שטאפן הוט, אדער דזשי ענד דזשי געוואנט, נאר דעם עכטן אידישע מלבוש ווי א קאפל, און ציצית, אזוי לאנג איז מען גאראנטירט נישט צו ווערן אויסגעמישט מיטן גוי, אפילו מ'היט נאר עטליכע טראדיציעס אדער מצווה מעשיות אויף א לייכטע אויפן אדער אפילו כמעט גארנישט. כ'טראג עס ח"ו נישט אן, כ'פרוביר נאר ארויסצוברענגן מיין נקודה שטערקער. א יונגערמאן האט מיר אמאל געזאגט, "איך האב עס אויסגעפיגורט, דהיינו דו זעהסט דעם געלן וואלענעם ט"ק, איך טראג דאס אינדרויסן און איך קען טוהן וואס איך וויל, גיין וואו איך וויל דאס כשר'ט אלעס" א טיף ווארט!
און אוודאי איז דאס געזאגט געווארן אויפן כלל אז נאר אזוי וועט זיך די כלל נישט אויסמישן צווישן די גוים, ס'האלט אבער נאכאלץ נישט צוריק אז א יחיד אויב מאכט ער שטארק אפ זיך אויסצומישן מיט'ן גוי.

כך נראה לפי עניית דעתי הקטן והשפל. אדרבה כ'וויל הערן פונעם עולם וואס ענקער אפיניאן איז.
 
לעצט רעדאגירט:
זאגט מיר א קרובה ממש די זעלבע זאך, איך האב איר געפרעגט פארוואס זי גייט מיט א היט אפען שייטעל בשעת אונז ביידע ווייסן מיר אז אידישקייט איז ביי איר גאנץ א קליינע מאן דאמר, ענטפערט זי מיר אז דאס היטל איז א הכשר אויף איר, זי קען מיט דעים היטל טוהן וואס זי וויל זי קען זיך אנטוהן וויאזוי זי וויל, האבן וועלכע פאון זי וויל, זי דארף זיך גארנישט צו שטעלן צי די סיסטעם, ווייל ווילאנג זי האט דעם היטל איז זי כשר, און קיינער פרעגט נישט קיין קשיות.
 
Back
Top