צעברעכן א ברודער איז א קונץ?! בויען איז א קונץ!

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
443
רעאקציע ראטע
2,824
ווען כ'בין געווען א קינד האבעך אנגעהויבן שפילן פיאנא, כ'האב גע'יכול'ט פונקט ווי יעדער וואס טרייעט אן באקומען לעססענס. אבער צוויי מענטשן האבן חוזק געמאכט פון מיין שפילן, און מיט דעם האט זיך מיין פראבירן אויפגעהערט.

אפאר יאר צוריק, האט מיר א חבר געגעבן אן אנדערע אינסטרעמענט וואס ער שפילט, און האט מיר געזאגט 'שעפטאל ס'נישט שווער, מ'דארף נאר פרעקטיסען'.
ער האט געטוהן מיט מיך די ערשטע פאר בעיבי סטעפּס פאר צוויי טעג, און אויסגעדריקט הויעך זיין עקסייטמענט אז איך כאפ עס שנעל אויף.
מיט א קאמפלימענט דא און דארט האבעך זיך ב"ה געטראפן מיט נאך א האבי!
-

ס'שנירלט זיך נישט ארויס א שנירל פון ארבל, ס'תגובה'ט זיך נישט ארויס א תוכנדיגע תגובה. ס'ליגט אונטער דעם צייט, מחשבה, ענערגיע.

געווענדליך א ניק וואס שרייבט אסאך איז מגיב רעספעקטפול. ווייל ער ווייסט אז החיים והמות ביד הלשון, מ'קען אויסמעלקן א ניק'ס גאנצע חיות מיט א וואלגארע תגובה אין זיין ריכטונג.

אויב יעדע ניק וועט פארטרייבן נאר איין ניק וואס געפעלט אים נישט, וועט קרעמל שטיל ווערן גאר שנעל.

חז"ל זאגן אונז אויס דעם סוד ווי אזוי צו באקומען רעספעקט. איזהו מכובד - המכבד את הבריות! מ'ווערט נישט חשובער ווען מ'פליקט איינעם אריין. מ'ווערט חשובער ווען מ'רעספעקטירט יענעם.
--

אוואדע מ'וויל שלימות, מ'ברענגט ארויס די אנדערע צד פונעם מטבע.

קריטיקירן א צווייטן איז קיין שום פראבלעם, סיי אויף זיינע שיטות און אידעאלאגיעס אדער סתם זיין באנעמונג.
מענטשן לערנען זיך פון זייערע טעותים דורך קריטיק.
אבער ווי אזוי?!
ס'ברויך זיין אויף א מענטשליכן אופן און נישט סתם אויף אראפצורייסן.

דינג זיך, אבער מיט רעספעקט פארן ברודער, מיט א במחילת כבודך, מיט א ר', מיט א ווערטל אין די זייט, מיט א קאמפלימענט אויפן עצם שרייבן!
--

לאמיר זיך בויען איינער דעם צווייטן!
בויען איז די קונץ!
עולם חסד יבנה 🎶🎵
 
אמת ויציב, שעפטי איז די מוסטער פון אהבת ישראל דא אין קרעמל!
בד״וו, יעצט אז די ווייסט שוין די אמת, אפשר טרייסטו נאכאמאל צו שפילען פיאנא…
 
Back
Top