צען יעריג מיידל נעבעך גע'הרג'ט געווארן אין א עקסידענט אין וויליאמסבורג

טעלעפאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
154
רעאקציע ראטע
470
היינט אריינגעקומען די שוידערליכע נייעס פון א צען יעריג מיידל וואס איז נעבעך ח''ו אוועק נאכן ווערן איבערגעפארן פון א קאר.

מ'דארף זעהן צו זיין גאר פארזיכטיג בשעת'ן דרייוון.
אז ס'שטייט א קאר און ווארט זיך צו אריינצודרייען מיינט נישט אז ער איז פארקלאָצט און מ'דארף איהם ווילדערהייט אויסקראָסן. ס'קען גאָר זיין אז ער ווארט פשוט איינער זאל ענדיגן קראסן.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
 
לעצט רעדאגירט:
היינט אריינגעקומען די שוידערליכע נייעס פון א צען יעריג מיידל וואס איז נעבעך ערמארדעט געווארן נאכן ווערן איבערגעפארן פון א קאר.

פרטים ?
 
אויף אידיש24 איז דא אן אינטערוויו פון וואס קוקט אויס אז זי איז אראפגעלאפן די גאס ציוואס און דער אנלויפענדע קאר האט ניטאמאל געוויסט אז ער האט איינעם אראפגעקלאפט רח״ל

אינטערוויו: שרעקליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג וואו א 10 יעריג מיידל איז אומגעקומען אין אן עקסידענט: ר' שמואל מאיר בראנדמארק
 
היינט אריינגעקומען די שוידערליכע נייעס פון א צען יעריג מיידל וואס איז נעבעך ערמארדעט געווארן נאכן ווערן איבערגעפארן פון א קאר.

מ'דארף זעהן צו זיין גאר פארזיכטיג בשעת'ן דרייוון.
אז ס'שטייט א קאר און ווארט זיך צו אריינצודרייען מיינט נישט אז ער איז פארקלאָצט און מ'דארף איהם ווילדערהייט אויסקראָסן. ס'קען גאָר זיין אז ער ווארט פשוט איינער זאל ענדיגן קראסן.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
א שאק און א שוידער.

א קליין הערה אויפן ווארט 'ערמארדעט', געווענליך נוצט מען מארד פאר א מכוון להרוג (מזיד), אומגעקומען, גע'הרג'עט געווארן, געשטארבן, לעבן געקומען צו אן ענדע. זענען אלע מער פאסיג לענ"ד.

ויה"ר שלא נשמע עוד שוד ושבר בגבולנו.
 
די ביזט גערעכט מיטן וועג וויאזוי מיר דארפן באטיטלען דעם הורג נפש בשגגה, אבער די תורה הקדושה אין פרשת מסעי שרייבט נאכאמאל און נאכאמאל ונס שמה ''רוצח'' מכה נפש בשגגה, ולא ימות ''הרוצח'' עד עמדו לפני העדה למשפט, והצילו העדה את ''הרוצח'' מיד גואל הדם והשיבו אותו העדה אל עיר מקלטו אשר נס שמה, ואם יצא יצא ''הרוצח'' את גבול עיר מקלטו אשר ינוס שמה ורצח גואל הדם את ''הרוצח'' אין לו דם כי בעיר מקלטו ישב עד מות הכהן הגדול ואחרי מות הכהן הגדול ישוב ''הרוצח'' אל ארץ אחוזתו...אזוי אויך די רמב''ם נוצט די לשון ''רוצח'' נפש בשגגה, ווי אויך זעהט מען אז די גואל הדם האט געהאט די פולע רעכט צו אומברענגען דעם מכה נפש בשגגה וואס די האמערל האט פשוט ארויסגעגליטש פון זיינע הענט אויב איז ער נישט איינגעזיצן אין די ערי מקלט, השם יתברך זאל אונז אפהיטן פון די דאזיגע שרעקליכע זאכן אמן.
 
איך בין נישט זיכער אז פון די לשון המקרא איז אזא שטארקע ראיה, ס'איז נישט געווען אזא אנטוויקלט שפראך פאר דריי טויזנט יאר צוריק.

קענסט עס אויך זען פון דאס וואס די תורה בא'טיטל'ט דעם גואל הדם ווי א רוצח, הגם וואס ס'איז אים 'מותר לכתחילה' צו הרג'ענען.
 
דאס מיינט צו זאגן אז יעדער וואס נעמט אוועק א נפש אחת מישראל אפגעזעהן צו ער האט א היתר צו נישט, אפגעזעהן צו ס'איז געווען אומווילענדיג, איז געווען אמאל געווען באטיטול'ט אלץ רוצח, (א אויסנאם אויב ס'איז געווען ע''פ בית דין פאר א מחלל שבת במזיד, פנחס וזמרי בן סלוא ועוד)
 
שוגג וואס איז קרוב לאונס, לדוגמא אויב נאכ'ן ווארפען א שטיין האט איינער ארויסגעשטעלט זיין קאפ און דערהרגעט געוואָרן דעמאָלט'ס איז די ווארפער פטור אפי' פון גלות.

א"כ קען זיין אפי' ע"פ לשון התורה, איז אזא שוגג ווערט נישט אנגערופן א רוצח. אבער א שוגג וואס האט געדארפט מער נזהר זיין אז ס'זאל נישט ארויסקומן אזא אומגליק ווערט עס אנגערופן רציחה.
 
Back
Top