“Canited states of America”

Reb Yid

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
134
רעאקציע ראטע
545
היות עס איז לעצטנס דא הייסע דיסקוסיעס פון פרעזידענט טראמפּ און אנדערע גרויסע נעמען אין די פאראייניגטע שטאטן, אין קאנאדע צוגלייך, צו אייננעמען און אנאקסירן קאנאדע, גרינלאַנד, און דעם פאנאמא קאנאל, אדער אמעריקאנער קאנאל-לויט א נייעם סענאט ביל, וואס וועט באנעפטירן ביידע באפעלקערונגען, אז מיר ווערן איין לאנד.

ביישפילן זענען א העכערונג אין די GDP דורך די גרויסע דעפאזיטן פון אויל און גאז רעסורסן פון ביידע קאנאדע און גרינלאַנד ווי אויך נעמען טאקסאציע ביי דעם פאנאמא קאנאל, און פארגעס נישט דער פאקט, אז די נייע געפארמטע לאנד וועט זיין די גרעסטע אין סייז, בערך 21.97 מיליאָן קוואדראט קילאמעטער, א סך גרעסער ווי די היינטיקע גרעסטע לאנד, רוסלאנד, וואס שטייט ביי 17.1 מיליאן קוואדראט קילאמעטער.

מער ווי דעם, האט קאנאדע א זייער וויסנשאפטליכע באפעלקערונג (נעם א שטייגער @קאנאדער) מיט א שטארקער עקאנאמיע און גאר גוטע געזונטהייט סיסטעם. מיר טיילן די זעלבע שפראך און קולטור, און וואס איז טאקע די פראגע פארוואס מיר האבן עס נישט געטון ביז יעצט. אבער, אז מיר קוקן ארום, איז דא אן אנדערע לאנד, איינע פון די גרעסטע מאכט-שפילער נאך די פאראייניגטע שטאטן, וואס האט שוין לאנג געקעמפט קעגן אונז, וואס איז די United Kingdom.

טראכט, אז מיר זאלן ענדליך צוריק ענטפערן זייער לאנג-ערווארטעטן רוף פון 1776 און זאגן יא, מיר ווילן זיך אנשליסן מיט אייך מיט גוטן אדער מיט שלעכטן! קענט איר זיך פארשטעלן דעם GDP אויפשטייג, ווי פיל אינטערנאציאנאלע טראנזאקציעס גייען דורך דעם United Kingdom , אין דעם אויפשטייג מיליטעריש איז אויכעט אין לשער וואס מיר וואלטן דורך דעם געוואונען, און אז די United Kingdom איז איינגענומען, פארוואס זאלן אויסטראַליע און New Zealand באקומען אומאפהענגיקייט פון United Kingdom אינעם ערשטן ארט? זענען זיי דען נישט-ענגלענדערישע באשעפענישען?

און מיט דעם קומט אויך מיט די גאנצע קאלאניעלע בריטישע אימפּעריע, לענדער ווי אינדיע, איראן, מדינת ישראל, סיריע, אוגאנדע און ווער ווייסט וואס נאך. אין אנדערע ווערטער וואס נישט?, און עס וועט מקיום ווערן די ליריקס פון רבינו הקדוש דזשאן לענאן זצ״ל הי״ד : "שטעלט זיך פאר, אויב עס איז נישטא קיינע לענדער, איז נישטא וואס צו קעמפן פאר", און אלץ רעזולטאט פון אן איין גלאבאלע לאנד, וועלן מיר ענדליך אויפלעזן די נוקלעארע וואפן, ווייל אז עס וועט מער נישט זיין אויף וועם זיי צוניצן מער. אחוץ, אויב די הומענ'ס וועלן ענדליך טרעפן אן עליען-ציוועליזאציע, און מיר וועלן קענען ווידער-שאפן אן אדווערסערי.
 
לעצט רעדאגירט:
ערענסט גערעדט, איך זעה באמת נישט פארוואס די וועלט דארף נאך זיין צוטיילט אין לענדער. בשלמא אמאל האבן די קעניגען געוואלט האבן ווי מער פאר זיך, אבער אין א דעמאקראטישע וועלט וואס אלץ באלאנגט פאר די פאבליק, וואס איז די קאמפעטישען?

די איינציגסטע פראבלעם איז נאר די פרנסה פאר אלע אמבעסאדארן און פאליטיקאנטן ויוצאי משרתיהם און משרתי משרתיהם
 
מער ווי דעם, האט קאנאדע א זייער וויסנשאפטליכע באפעלקערונג (נעם א שטייגער @קאנאדער)
א דאנק
אבער אין א דעמאקראטישע וועלט וואס אלץ באלאנגט פאר די פאבליק, וואס איז די קאמפעטישען?

איך מיין אז Competition איז נישט נאר אן גוטע זאך פאר יעדע מענטש באזונדער נאר אויך אויף א גלאבאלע לעוועל

איך האלט פונקט פארקערט
די פופציג שטאטן דארפן ווערן מער צוטיילט מיט מער אטאנאמיע פאר יעדע שטאט

פון די אנדערע זייט אויב ווערט מען מער צוטיילט מיינט עס אויך אז יעדע שטאט/לאנד עקסטער גייט האבן א שוואכערע Meaning אלץ לאנד

אין קאנקלודזשאן יא ביסט גערעכט אז ס'דארף זיין א קלענערע חילוק צווישן די לענדער, אין מיין מיינונג איז די וועג דערצו פונקט פארקערט
א חוץ אויב האסט טאקע געמיינט צו זאגן אן אליאנץ מער ווי זיך פאקטיש צוזאמשטעלן
 
חלומות! דמיונות!
 
אבזערווירער'ס נייעס בימה - בלאט 182 - אידישע וועלט פארומס


אין היסטאריע ווען א וועלט'ס פירער האט אנגעהויבן צו רעדן איבער איינעמען שטחים האט עס ארויפגעברענגט אנגסט און פאראכט, אבער לעצטענס איז עס ווי א ספארט וועלכע מ'פאלגט נאך מיט עקסייטמענט וויבאלד דאס מאל איז עס אונזערס א מענטש.

זענען די אנדערע אין היסטאריע נישט געווען א צווייטנס א מענטש, פארוואס האבן זיי נישט געמעגט זיך ווינטשן און שטיצן אז זייער מוטער לאנד זאל ווערן א גרעסערע וועלט'ס מאכט.

גרויסע און די גרעסטע טערעטאריע, בעסערע עקאנאמיע רעזארסן, און נאך מער, יענע לענדער וועלן דאך אזוי הנאה האבן, זיי וועלכע זענען נישטיגע לענדער וועלן ווערן א וועלט'ס מאכט איבערנאכט, וואס הייסט זיי וועלן קענען שטימען אויף די יו ען סעקיוריטי קאונסיל... און נאכדערצו מ'געבט זיי שיצונג.

ס'איז דא אזא 200 לענדער, און מערסטענס זענען מסודר אן די נומער 1 באשוצונג ווי לאנג זיי זענען נישט אינטרעסירט צו אינוואדירן כינע, און פארוואס זאלן זיי ?

לענדער און אינדיווידועלן האלטן נישט אז ס'איז אזוי וויכטיג צו פירן די יו ען און שטימען אויף לעכעריגע רעזאלוציעס, אזויווי פאר דיר איז זיין בערזל און פאמילע וואוילזיין זיין פריאריטעט.

וועט זיך טאקע די פאליסיס טוישן אויף זיין מיינונג ווען דו נעמסט אים אריין ? א מכה, פאר א סיבה ביסטודאך מסכים דערצו.. , סא וואס האט ער דערפון אז ווען ער איז אין א צווייטע לאנד ווי פראנקרייך קען ער זיך רופן א אמעריקאנער ?

נישט יעדער איז אזוי נייגעריג צו זיין א אמעריקאנער, אמעריקע איז טאקע זייער א סעקסעספולע לאנד, אבער ס'איז דא נאך אזא 30 וועלכע זענען פונקט אזוי סעקסעספול און נאך מער אין פילע אספעקטן.


פארוואס זאל נישט אמעריקע ווערן א פראווינץ פון כינע ? , ווייסט ווי מאכטפול דו וועסט דאמאלטס זיין ! ביסט דאך קוים א דריטל ביליאן מענטשן, קום צו טאטי, מיר וועלן דיך מאכן גליקליך.

ניין אפי' וועסט פארשפרעכן פרייהייט איז קיינער נישט נייגעריג זיין א חלק פון די גרעסטע איז נישט די וויכטיגסטע זאך, איך האב מיין אייגענע אידענטיטעט און האב נישט גארנישט פון זיין דיין וויידל.

אין חדר פלעגט מען האבן א געוויסע סלאגאן אויף איינער וואס זאגט א וויץ דריי מאל, ... וויפיל מאל קען מען הערן די זעלבע פלאכע וויצן, ס'איז טאקע געווען גאר גוט די ערשטע פאר, לאז מיר כאטש בלייבן מיט די גוטע טעם אין מויל.
 
איך בעט ענק!
נאר נישט די ליבעראלן פון קאנאדע!
איך דארף נישט קיין carbon tax
אדער קאר גניבות אינמיטן העלען טאג!
 
Back
Top