- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 352
- רעאקציע ראטע
- 2,742
- פונקטן
- 423
איך עפן דא דעם שנירל צו גיסן פעך און שוועבל אויף די מחלה הידוע דמתקריא 'שיינער בעל תפלה'.
אלס אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן מיר מיט אמונה פשוטה אין 'קאוז ענד עפעקט' און ווען א איד דאווענט און וויל זיך שוין זען אינדערהיים און ס'שטייט ביים עמוד א זעלבסט געקרוינטער חזן וואס פראבירט זיך צו פארמעסטן מיט סאמע יאסעלע ראזענבלאט, אבער אחוץ דעם גרויסן תחת האט ער גארנישט וואס זאל אים מאכן ענליך צו יאסעלענען, און דער עולם קרעכצט אוועק, דער שיכור ביים עמוד איז זיכער ביי זיך אז די קרעכצענישן זענען א דירעקטע תוצאה פון זיין גרויסע יכולות'ער אין חזנות, אבער דער עולם ווייסט שוין איינמאל פארוואס מען קרעכצט, דער פגע ביים עמוד לאזט נישט נאך, ניטאמאל א שנעלע קדיש פארגינט ער נישט, ער שטייט דארט ווי נח אינעם תיבה, מאכט אלע מאדנע גרימאסן און העוויות וואס ער האט זיך איבערגע'חזר'ט אינדערהיים, ציט אויס דאס דאווענען ווי כאילו ער איז מזכה דעם ציבור מיט א הערליכן מתנה טובה.
די תוצאות זענען אז יעדער גייט אהיים גערעגט און פול מיט תרעומות, מען וואלט זיך געוואלט קענען ערלויבן צו געבן א זאג דעם פסוק אפן און גראב פאר דעם שייגאץ זעלבסט געקרוינטער חזן, אבער מ'מוז דאך זיין פאליטיקלי קארעקט, און קיינער וואגט זיך נישט צו זיין גאר דער 'טראמפ' פונעם מנין, פאר א נויט איז נאך דא א צוויי געפארפולע שקצים וואס גיבן נאך א קאמפלימענט דעם בעל תפלה, ווייל נעבעך ער האט זיך אזוי אנגעשטרענגט, מ'דארף אים מאכן פילן גוט…
אז מ'קומט אהיים פארכמארעט, ווערט די ווייב אויך אין אזא גוסטע, ס'נעמט נישט לאנג ביז די נעגעטיווע ענערדשי גייט אריבער צו די קינדער, און די גאנצע שבת סעודה איז שוין אזא בלאז קאנטעסט, און די ריפל עפעקט פארט ווייטער צו די באקאנטע, אין ארבעט, אין חדר און סיי ווי, אלץ ווייל דער יוקל האט צוגעשיקט דעם שייגאץ.
מ'קען לכאורה אנצייכענען האלב פון די צרות ישראל דורך די ריפל עפעקט פון אט די בעלי תפלה.
דא אינעם שנירל גייט מען זיי נישט שוינען, מ'גייט זיי קלאר זאגן דעם פסוק, יעדער איז מכובד אריינצושניידן אין די מטריחי הציבור עד כמה שידם מגעת, ואידך פירושא זיל גמור.
איך הייב אן מיט אפאר פסוקים און דער עולם איז מכובד צו צולייגן.
די הויכע שמונה עשרה דיינעם, מהיכי תיתי, אבער די שטילע איז ממש געווען צו באלעקן!
דיין דאווענען בין איך נישט אזוי ווייט מקנא, אבער דיין קאנפידענס איז הפלא ופלא.
כאטש ווייס איך אז איינער האט הנאה געהאט ביים דאווענען.
דער וואס האט דיך געזאגט אז דו דאווענסט שיין ברויך שטארק דאווענען אז ער זאל קענען דערטראגן דעם גהינ
ום וואס ווארט אים אפ.