- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 250
- רעאקציע ראטע
- 1,589
מאכט זיך גאנץ אפט וואס אינגעלייט הייבן אן איינזען אז זיי האבן בעצם די סקיל סעט צו זיין א 'קול גיי' (קילער זכר), נאר זיי ווייסן נישט פונקטליך ווי אזוי צו אנהייבן, ווי אזוי גייט צו דער פראצעדור, וואס טוט מען ערשט וכו'.
פארשטייט זיך אז די ענדגילטיגע ציל איז צו האבן דעם אפיציעלער סטאטוס אלס א 'קול גיי', אבער מ'קען נישט פון איין טאג צום צווייטן אראפפליקן דעם בארד אדער אריינרוקן דעם ציצית אונטערן קורצע ארבל טי שירט מיט א שמיר פון פערפיום אזוי ש'מיר ש'דיר אנדעם וואס ס'זאל מאכן הייסע אויגנברעמען שטארק פארקנייטשט.
איז פארשטענדליך אז אזא שנירל איז וויכטיג, סיי מצד ווען איז מען מודיע פארן ווייב אז מ'איז קיל געווארן, פאר'ן מאמע, פאר'ן שוויגער וכו' און וואס זענען די ערשטע וויכטיגסטע שריט וואס מ'דארף טון אויף זיך צו קענען אפיציעל אריינרוקן אינעם ליסטע און ווי אזוי נעמט מען עס צום נעקסטן לעוועל אן אנמאכן א ויצעקו אינעם שטעטל אדער שול'כן, דהיינו מ'זאל זיך נישט אונטערשישקענען אז דער יונגערמאן האט זיך נעבעך אנגעהויבן שטארק גליטשען מיט די לינקס אויף רעכטס העמדער וכדו'.
התכבדו מכובדים, יעדער וואס האט אריינצורעדן אינעם נושא זאל ביטע מיטטיילן זיין עקספערטיז וזכות הרבים תלויה בו.