דער שפיל "עקיבא", א ביטערע אנטוישונג!

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,397
רעאקציע ראטע
10,139
פונקטן
1,933
אוי! ווי הייב איך אן זיך צוזאמנעמען די מחשבות...

זייענדיג לעצטענס אינטער דרוק פון וועלטליכע חומר'דיגע גשמיות'דיגע דרוקענישן, מענטשעלעך אין מיין קליין ענגן וועלטעלע, מענטאלישע קאמפליקאציעס אין מיין פיצינקע מוח'עלע, פיזישע שטערונגען צו מיין טרוים פאר ריין שלוה, האב איך נישט געטראפן מער די מאטיוואציע און דרייוו צו שרייבן איבער טיפע זאכן. ארויסברענגען מיינע אינערליכע מחשבות אויף פאפיר, בעסער געזאגט אויפן סקרין, קומט מיר אן שווער... האב איך, אקעגן מיין ראציאנאלע זארג אז דאס וועט מיר אוועקנעמען צופיל צייט, צוריק געעפענט מיין נעטפליקס אקאונט און פארברענגט לאנגע מוצאי שבתים (און אויך אנדערע נעכט) צו נאכיאגן שאוס און מאוויס וואס איך האב פארפאסט, אזוי צו אביסל פארנעפלען מיין מח פון רעאליטעט.

אזוי האב איך לעצטנס דורכגעקוקט א שיינע ביסל מאוויס מיט אנדערע סצענעס און אנדערע נעמען. אלעס גייט בערך אויפן זעלבן שטייגער... א הענדסאָם געלערנטע קעמפער האט זיך פונקט פארליבט אין א שיינע פרוי. זי האט איהם ליב באקומען טראץ זיין שווערע כאראקטער. ער האט זיך עפעס פארפלאנטערט מיט קארופטירטע רעגירונג באאמטע אדער מאפיאנערן. זיין ליבלינג (אדער צומאל טאכטער) ווערט פארכאפט. ער שטעלט איין דאס לעבן איר צו ראטעווען. אויף עפעס א נס ווערט יעדער געהארגעט חוץ ער מיט זיין ליבלינג. געווענליך איז די קלימאקס א גראפישע בלוטיגע געשלעג צווישן דעם 'היראָו' און דעם 'ווילאָן'. אויב איז אן עלטערע מאווי וועט דער היראָו ארויסקומען שפאצירנדג רוהיג בשעת די געביידע אונטער איהם פלאקערט פון אן אויפרייס. אויב איז עס א לעצטיגע מאווי איז דא גרויסע טשאנסן אז דער 'העלד' וועט זיין א פרוי, צו טשעקן די באקס פאר DEI.

עניוועי נישט קיין סאך וואס ציט מיר ספעציעל.

***

מן השמים האט מען צוגעפירט אז איך בין היינט אריין אין א שנירל וואס איך קוק כמעט נישט אן. די שנירל פאר גוגל דרייווס מיט מאוויס.

אויף עפעס אן אופן האב איך מיר געטראפן וואטשן "עקיבא" פון וואגשאל פראדוקציע, געשפילט בעיקר ביי ארי אבראמאוויטש און איצי ציג. איך האב שוין יארן נישט געזען קיין היימישע פלעי, אבער וואס קען שוין געשעהן? ס'איז דריי שעה לאנג, איך מאך עס אויף 2x, איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי ס'האט זיך אנטוויקלט די היינטיגע פלעיס. איך מיין... פון ווען איך האב געזעהן לייוו "אונטערן פענסטער" ביז יעצט איז דאך שוין אסאך וואסער געפלאסן אין האדסאן... מן הסתם איז דא שטארקע חידושים, מער סאפיסטיקירטע דייאלאג, כאראקטערן וואס זענען מער דומה צו רעאליטעט, אא"וו.

אבער וואס זאל איך זאגן, איך האב ארויסגעטשעקט נאך א האלבע שעה. שוין לאנג נישט געווען אזוי אנטוישט. איז דאס דער אויפגעקלערטע וואגשאל פון דער שטערן/שפאקטיוו? איז דאס טאקע דער היינטיגער ארי אבראמאוויטש וואס האט זיך אפי געלאזט אינטערוויואירן ביי @פרידא וויזל?

איך האב דריי ווערטער, Cringe AF

איך האב נישט געטראכט איך וועל זעהן פרויען אלס א חלק פון די מעשה, זיי עקזיסטירן דאך נאר אין אבסטראקט, נישט אין ריעל לייף חס ושלום.

אבער וואס איז פשט אז צוויי באמעס וואס זענען געגאנגען ארבעטן אין סיליקאן וועלי דרייען זיך ארום מיט פליפ פאונס? די קליינע קאפל און קאלירטע קליידער איז אקעי, אבער צו ווייזן א סמארטפאון וואס סיי די אקטיארן און סיי די צוקוקער האבן אין טאש, אפי' זיי זענען נישט קיין 'באמעס', דאס טאר מען נישט.

די גאנצע מעשה איז איין שטיק איבל. א בחור מיט א גוטע קאפּ קען פלוצלינג פארענטפערן די שווערסטע סייענטיפישע פראבלעמען אן דאס מינדעסטע שטודירן, אלעס אליין, ווייל תורה איז דאך די אמת'ע חכמה... די גוי'אישע וועלט פארקויפט נישט גארנישט חוץ צרות. ער איז דער קלוגסטער סייענטיסט, אבער יעדער ארום איהם באווייזט עפעס איהם צו באשווינדלען און פארדרייען א קאפ.

אלע זיינע סאפיסטיקירטע סודות זענען עפעס פארשריבן אין אן אלטמאדישע העפט, באהאלטן אין אן אלטמאדישע סעיף, א מין קליינקעפיגקייט און אזוי רחוק פונעם מציאות....

איך האב עס נישט געקענט (נישט אינטערסירט אפילו) ענדיקן, איז ווייס איך נישט וואס איז געווארן צום סוף.

אזויפיל קען מען ארויסנעמען א מוסר השכל אז אויב האסטו א קאפ פאר סייענס זאלסטו ענדערש קוועטשן די באנק אין ישיבה ווייל יעדער אינדערויסן פון ישיבה, חוץ דיין זיידע מיט א ווייסע בארד, מיינט נאר דיין שלעכטס, וועסט נאר ליידן פראבלעמען, און דיין חבר מיט די געשניצטע בארד מיינט נאר זיך...

***

ווען דאס איז א פורים שפיל ביי סקווירא טיש, געשפילט דורך כולל יונגעלייט, וואלט מיר עס נישט געבאדערט.

דא רעדט מען פון יונגעלייט וואס זיי אליין גייען צומאל מיט טישירטס, האבן סמארטפאונס, און פוצן זיך די בערד. און איך קען אייך צוזאגן זיי אלע האבן שוין געזעהן גויאישע מאוויס.

וועם פאפט מען? פאר וועמען שפילט מען? איך האב געפילט ווי איינער איז געקומען חוזק מאכן פון די אוידיענס. קיין שום ערווארטונגן אז די אוידיענס דארף עפעס מער ווי פארוועלקטע דייאלאג און אלטמאדישע געפילן צום זיידן מיטן ווייסן בארד.

(איך האב געשריבן שנעל און נישט איבערגעקוקט. איך בעט אנטשולדיקונג פאר סיי וואספארא טעות אדער אויב איך האב מיר נישט אזוי גוט אויסגעדריקט. )
 
האסט דאך נישט געענדיקט, וויאזוי האסטו קשיות?

איך וויל דיך נישט אויסזאגן די סוף, ווייל דעמאלטס פארלירט מען די סופרייז, אבער דעמאלסט וועסטו זעהן אז אלעס שטימט....

(אגב דיין קעפל דא, שטימט מיט'ן סוף..)
 
אבער וואס איז פשט אז צוויי באמעס וואס זענען געגאנגען ארבעטן אין סיליקאן וועלי דרייען זיך ארום מיט פליפ פאונס? די קליינע קאפל און קאלירטע קליידער איז אקעי, אבער צו ווייזן א סמארטפאון וואס סיי די אקטיארן און סיי די צוקוקער האבן אין טאש, אפי' זיי זענען נישט קיין 'באמעס', דאס טאר מען נישט
וואס ווילסטו?

אויב וואלטן זיי זיך געדרייט מיט סמארט פאונס וואלט ארויס געקומען גרויסע קו''ק קעגן זיי
פארגעס נישט אז זיי מאכן דאס פאר אידן אין די סיסטעם (די אנדערע האבן אנדערע בעסערע אינטערטעימענט) און אויב ווילן זיי האבן א סוקסעס דארפן זיי זיך צושטעלן
 
וועם פאפט מען? פאר וועמען שפילט מען? איך האב געפילט ווי איינער איז געקומען חוזק מאכן פון די אוידיענס. קיין שום ערווארטונגן אז די אוידיענס דארף עפעס מער ווי פארוועלקטע דייאלאג און אלטמאדישע געפילן צום זיידן מיטן ווייסן בארד
אנטשולדיגט מיך, אבער ווי געשריבן זענען זייערע אוידיענס, נישט די זעלבע ווי דיך, און די עולם האט זייער פיין הנאה געהאט, ס'איז געווען העכער אלע ערווארטונגן.

גראדע איז דאס געווען זייער א פיינע שפיל, איך בין נישט דארט געווען, אבער שפעטער געזען, און איך האב באמת שטארק הנאה געהאט
 
איך הער...

איך בין נאכאלץ אנטוישט. אפי' ס'איז נישט פאר מיר...


ווי איך האב געשריבן צום סוף... ס'איז ווי א שפיגל צו שוואכע ערווארטונגן וואס מ'האט פון א היימישער פלעי. די דייאלאג און נאראטיוו איז ארעם ווי די נאכט... און דאס האט נישט מיט אידישקייט.

אפשר איז טאקע די תירוץ אז ס'איז נישטא קיין פארלאנג פאר בעסער.
 
וואס ווילסטו?

אויב וואלטן זיי זיך געדרייט מיט סמארט פאונס וואלט ארויס געקומען גרויסע קו''ק קעגן זיי
פארגעס נישט אז זיי מאכן דאס פאר אידן אין די סיסטעם (די אנדערע האבן אנדערע בעסערע אינטערטעימענט) און אויב ווילן זיי האבן א סוקסעס דארפן זיי זיך צושטעלן
איך הער...

דאס איז לגבי סמארטפאונס. וואס איז מיט די נאראטיוו? פארוואס אויסלערנען קינדער אז מיטן נוצן די קאפ האט מען נאר חרטה? ס'איז אזא פראפאגאנדע פאר אנטי-אינטעלעקטועליזם. ס'האט מיר זייער געבאדערט, סארי.
 
ער איז נישט געווארן...
ביטע קוק ביז צום סוף
ספעציעל צוליב דיר בין איך יעצט געגאנגען און געמישט צום סוף...

איך האלט יעצט ביים דראמאטישן מאמענט ווי ער זאגט "איך הייס נישט Kevin, מיין נאמען איז עקיבא".

🤢
 
ספעציעל צוליב דיר בין איך יעצט געגאנגען און געמישט צום סוף...

איך האלט יעצט ביים דראמאטישן מאמענט ווי ער זאגט "איך הייס נישט Kevin, מיין נאמען איז עקיבא".

🤢
נא
ביטע טו עס נישט! שפרינג נישט ביזן סוף, קוק עס מיט א רואיגקייט....
כ׳בעט דיר ברחמים!
כאטשיג זאלסטו פון עפעס הנאה האבן,

עשה למענך אם לא למענך!!!
 
ער איז נישט געווארן...
ביטע קוק ביז צום סוף
נישט גערעכט.

טאקע א בייזע חלום געווען, אבער אינעם חלום האט ער חרטה און קומט צום החלטה אז די גאנצע זאך האט זיך נישט געלוינט, דער 'שלעכטער' חבר מיינט נישט זיין גוטס, און אויף דעם מאכט ער למעשה די החלטה צו גיין מיטן זיידן קיין אמעריקע צו א סטופיד חתונה, ווי איידער צו גיין פרעזענטירן אין תל אביב.

איך נעם ארויס פון דעם א מוסר השכל אז וויבאלד ער האט געקוקט אזעלכע אנטי-אינטעלעקטועלע פלעיס אלס אינגל, איז ער געווארן ברעינוואשד און געהאט אזא שלעכטע חלום... ווען ער גייט ווען באמת קיין תל אביב וואלט ער למעשה געהאט א שיינע פרנסה קלה ונקייה און נאך געקענט אויסהאלטן אנדערע תלמידי חכמים. ער וואלט טאקע אין ריעל לייף נישט געווען אזא מייסטער ערפינדער ווי אין די חלום וויבאלד ס'איז שווער נאכצויאגן מיט די ווייניג עדיוקאציע ער האט באקומען, אבער צום ווייניגסטענס וואלט ער געקענט זיין א ארנטלעכע אינזשעניר צו גאָט און צו לייט.

יעצט וועט ער זיין אן עלטערע בחור אין ארץ ישראל. לערנען אפאר יאר נאך די חתונה. דערנאך גיין ארבעטן עניוועי. נישט קיין פוסק און נישט קיין אינזשעניר. ער וועט זיין די שארפע קאפ וואס פרעגט גוטע קשיות ביים שיעור ביינאכט אין בית מדרש ווען האלב עולם שלאפט.

שוין גענוג פארברענגט מיט שטותים... גוטע נאכט.
 
וועם פאפט מען? פאר וועמען שפילט מען?
האסט טאקע פארגעסן ווי די ביסט אויפגעוואקסן? די ביזט געבוירן געווארן א שושוני?

איך פארשטיי אז היינט קענסט עס נישט פארשטיין, איך בין אפשר נאך א פרישע אויפגעקלערטער, איך בין אבער געזיצן ביי דעם פלעי בשעת מעשה אין הנאה געהאט, חוץ דעי זיידע וואס איז געקומען אין חלום יעדע מינוט, 'קיוועלע קיוועלע' ס'געקראכן פון די נאז,

גראדע דאלמאטס האב איך שוין אויך געהאלטן נאכן קוקן אסאך מאוויס, סא אויבען אויף, גיי יעצט פאר 2 שעה צי וואטשן א סטופיד פלעי ציזאמען מיט חדר אינגלעך.., אבער מיין חבר וואס איז אויך סובסקרייבט ביי נעטפליקס, האט מיר מסביר געווען, אז זעהן מענטשן פערפארמען לייוו אן סטעידזש איז א עקסטערע הנאה, מ'אנאלאזירט די סיענס, די סאונד עפעקטס, ס'גייט דאך אריין אזויפיל ארבעט, מ'קען אינדזשאויען די ארט דערפון,

אין אויך, ס'איז אידיש, וואס גראדע, ביי די אינטערן פלעיס איז אידיש א טארן אף פאר מיר, ווייל 'ראבערט אי לי' האט גערעדט ענגליש טא די בעסט אף מיי נאלעדזש, אבער דא ביי 'עקיבא' האט עס געמאכט מער סענס.

בד"וו אויב די ווילסט האבן אן איידיע וועלכע אוידיענס זיי אפילן, זיי האבן באקומען אסאך היעט פארן מאכן די באקסינג סיען..
מיין ווארקמעיד האט מיר געבעטן איך זאל אין זאגן ביי וועלכע מארק ס'איז, ווייל ער וויל מישן ווייטער ווען ער וואטשט עס מיט זיינע בחורים...
 
I think you missed my point

זאלן זיי נישט האבן קיין פרויען, נישט האבן סמארטפאונס, נישט האבן קיין באקסינג סיען, העק זאלן זיי זיין אזוי כשר אז סאטמארער רבי זאל קומען עס קוקן.

אבער מיין עיקר 'אנטוישונג' איז דאס אנטי-אינטעלעקטועליזם וואס ווערט פארגעשטעלט אין די נאראטיוו, וואס די נאראטיוו איז די עיקר פון אזא שאו. אלעס אנדערש איז נאר א טפל. דא רעדט מען פון היינטיקע יונגעלייט, מיט סמארטפאונס און סאושעל מידיא, און אלעס ארום, אבער זייער איידיע פון א גוטע מעשה פארצושטעלן פאר די אוידיענס איז דאס? איך האב נישט קיין טענות און איך קען מיר גיין צו א בראדוועי שאו אז איך וויל, אבער 'אנטוישט' בין איך יא.
 
אבער מיין עיקר 'אנטוישונג' איז דאס אנטי-אינטעלעקטועליזם וואס ווערט פארגעשטעלט אין די נאראטיוו, וואס די נאראטיוו איז די עיקר פון אזא שאו. אלעס אנדערש איז נאר א טפל.
זאג איך דיר אבער, אז איך בין אהין געגאנגען טאקע פאר אלעס אנדערש, דאס וואס די רופסט די טפל.

ווען איך גיי צי א אינטערן פלעי היינט ציטאגס ווייס איך שוין פון פארדעם אז די מעשה גייט סאקן, פארגעט עבאוט די פארקרימטע נאראטיוו, דזשאסט די פלאט איטסעלוו איז עקעלדיג, אבער איך גיי נאך אלס וועגן אלעס ארום..
 
האסט דאך אנגעפאנגען אז די גויאישע וועלט איז נישט בעסער און ביזי מיט זייער אייגענע שתוסים
נישט בעסער?

יעדע קולטור קען מען זעהן זייערע וועליוס און וועלט אויסקוק דורך מוזיק און פילמען. און אסאך מאל נאכן זעהן גענוג ווערט עס פרעדיקטעבל, בארינג.

מוזיק און פילם איז אין א וועג אן עקספרעשן און סנעפשאט פון די קולטור.

מיין אנטוישונג איז אבער טאקע דאס. די שפיל איז בכלל נישט קיין עקספרעשן פון אונזער קולטור. ס'איז א זעלבסט צענזורירטע ווערסיע פון עפעס א מין געטא/פאוסט-האלאקאוסט איידיע פון ווירדן.

איך גלייב ווען זיי עקספרעסן זיך באמת (וואס אַרט דארף אפיציעל צו זיין), וואלט איך אויך געהאט קריטיק, אבער נישט אנטוישונג.
 
I think you missed my point

זאלן זיי נישט האבן קיין פרויען, נישט האבן סמארטפאונס, נישט האבן קיין באקסינג סיען, העק זאלן זיי זיין אזוי כשר אז סאטמארער רבי זאל קומען עס קוקן.

אבער מיין עיקר 'אנטוישונג' איז דאס אנטי-אינטעלעקטועליזם וואס ווערט פארגעשטעלט אין די נאראטיוו, וואס די נאראטיוו איז די עיקר פון אזא שאו. אלעס אנדערש איז נאר א טפל. דא רעדט מען פון היינטיקע יונגעלייט, מיט סמארטפאונס און סאושעל מידיא, און אלעס ארום, אבער זייער איידיע פון א גוטע מעשה פארצושטעלן פאר די אוידיענס איז דאס? איך האב נישט קיין טענות און איך קען מיר גיין צו א בראדוועי שאו אז איך וויל, אבער 'אנטוישט' בין איך יא.
שכח מר. שושני כ׳האב אויך געקוקט די פלעי נישט צי לאנג צירוק אין כהאב געטראכט צי איינער איז געקומען צי די זעלבע מסקנה ווי מיר אז די פלעי וואלט פונקט גיט אריינגעפאסט אין תש״מ ס׳ליצו לצוצינת צי זעהן אינעלייט מיט אינסטגרעם זאלן מאכן א פלעי וואס וואלט גיט געוועהן ווען השומרים מיט הבדלה שטעלן זיך צאם צי מאכן א פראפאגאנדע שפיל צי האלטען בחורים אין ישיבה באט קאם אן מ׳קען נישט טרעפן א בעסערע מעשה ווי אז א עלטערע בחור איז געווארן אפגעפארן ווייל ער האט גענומען א דשאב.
 
@שושני א דאנק פאר'ן אנאליז

איך בין איינשטימיג מיט דיר איבער דאס געשפאט פון געזעלשאפט וואס גייט פאר מיט די איבערגעטריבענע צענזור ביי אידישע שפילן א שטייגער ווי די באנוץ פון פליפ-פאון'ס און די אפוועזנהייט פון פרויען קאריקאטורן אין סיי וועלכע געשיכטע.

אבער ווי דו אליינס זאגט דאך איז HOLLYWOOD גארנישט בעסער, זיי נאגן אויכעט ארויס יעדעס ביסל געשמאק און רעאליטעט פון זייערע שוי'ס מיט דעם וואס DEI טוט דאמינירן די פארשריפטן אויף יעדע ריר, אנגעהויבן פון פרויען העלדן, און בכלל די WOKIZM וואס האט זיי געפירט צו טוישן די דעפיניציע וואס "שיינע פרויען" באדייט, אנשטאט די נאטירליכע שיינקייט זענען זיי מקפיד צו בעפארצוגן שווארצע גראבע פרויען מיט פינקע האר און סניקערס, סיי אלס נייעס אנקערס, און סיי אלס אקטיארן. די שויס זענען אנגעפילט מיט נארישע לינקע איידיעלאגיעס ווי כאילו דאס רעפרעזענטירט די מיינונג פון אלע צושויער, אינדערצייט וואס זיי ווייסן אז ווייניגסטנס האלב פון אמעריקע האלט און ערווארט פונקט ס'פארקערטע.

וויאזוי ס'גוי'שט זיך אידישט זיך... MAKE HOLLYWOOD HOT AGAIN


זעה אויכעט וואס ראב שניידער טענה'ט איבער דאס פייערן סטיוו קאלבערט

 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top