דער שרײבער מיט'ן פּען נאמען 'פארמעגליך' און זײן שילדערונג פון דער אהרן-ז"ל ט"ב פאליטיק (אפדעיטעד)

די ארוינים זענען נישט קיין חסידים וואס זענען בטל צו א רבי, נאר וואס זענען שטארקע פאטריאטן פאר א רבי (די זאליס זענען בכלל נישט קיין חסידים)
דאס אז זיי האבן געקענט באשטיין צו גיין צו די רבי'ס זוהן אנשטאט די רבי אליינס, אפגעזען זיין צושטאנד, אין יעדע חסידות זענען די לעצטע יארן געווען די צייט וואס מ'איז די מערסטע געלאפן צום רבי'ן, צו די טישן און מעמדים, אבער דא די ארוינים - טראץ וואס היינט זענען זיי גרויסע חסידים פון די ברך משה, זענען זיי סוף ימיו ענדערש געגאנגען צו די מעמעדם פון זיין זוהן.
מ'האט זיי ארויסגעווארפן פון זייער רבי סתם פאר די אינפאו
 
יעדער וואס געדענקט יענע צייט וועט צושטימען דערצו (אפשר נישט אפן).

אמת, אז ביז תשנ"ט איז ר' זלמן לייב בכלל נישט געווען קיין נאמבער, אבער איינמאל די שטורעם האט אויסגעבראכן, האט משה גבאי געהאט די רבי, אלע דיינים, אלע עשירים, די סאטמארע צייטונג, אלע עסקנים (ארי' לייב גלאנץ פאר ער האט געטוישט זייט, משה דוד נידערמאן וכו'), און א ריזן ציבור (מ'האט נישט געוויסט ווי גרויס) אין וויליאמסבורג (דאן סאטמאר'ס קעפיטעל) און דאס איז חוץ די אבנארמאלע פאער וואס משה גבאי האט דאן פארמאגט, עפעס וואס קיין שום אנדערע גבאי בעפאר און דערנאך האט נישט געהאט. נישט געווען קיינער וואס האט געהאלטן אז ר' אהרן וועט עס קענען איבערלעבן.

ביי די קומענדיגע וואלן אין קרית יואל ווען מהר"א'ס מענטשן האבן געווינען איז עס געווען א שאק, מ'האט געזען אז ר' אהרן האט נאך יא עפעס. הערשט שפעטער ווען די ארוינים האבן אנגעהויבן מיט די יסוד איתן'ס האט מען געזען אז סאטמאר צוטיילט זיך אין צוויי. און אפילו דעמאלטס האט משה גבאי געזאגט אז ס'וועט טאקע נישט גיין אזוי שנעל אבער צוביסלעך וועט די גאנצע עולם אריבערקומען צו ר' זלמן לייב.

פאר יעדן וואס האט מיטגעהאלטן יענע תקופה איז קלאר אז משה גבאי האט נישט געוואלט צוטיילן סאטמאר (פאר די אלע וואס באשולדיגן אין אים אלס די גורם פאר די אלע שפיכת דמים און חילול השם'ס, ער איז געווען א שוגג...) ער האט געהאלטן אז ער האט גרויס געמאכט ר' אהרן און יעצט וועט ער אים פשוט טוישן צו ר' זלמן לייב, אפילו היינט פרובירט ער עס צו לייקענען. אין פאקט האט ער באזיייטיגט פיל גרעסערע מענטשן ווי ר' אהרן, למשל די רביצין אלטא פיגא, ער האט אין איין פאל געסטראשעט ר' אהרן'ס טאכטער אשכנזי אַז אויב זי צוויייפלט אין זיינע מעגליכקייטן זאל זי זיך דערמאנען פון די רביצין (פאר ווער ס'געדענקט איר שטאנד אירע לעצטע צוואנציג יאר נעבעך, מ'האט אפילו נישט געוויסט אז זי עקזיסטירט).

סאו יא, מיט די אלע ריסורסעס וואס רז"ל האט פארמאגט איז נישט קיין גרויסע חידוש אז ער איז היינט א גרויסע רבי, די חידוש איז אז ר' אהרן האט אלעס דורכגעשוויצט און ער איז היינט פונקט אזוי גרויס ווי זיין ברודער.
ווי ווייט איך געדענק טרייבסטו גאר שטארק איבער משה גבאי'ס פאוער און די דעמאלסדיגע ווינט אויפן גאס,

משה גבאי האט טאקע ערלעדיגט פאר ר' זלמן לייב די סיסטעם פון וויליאמסבורג מיט רוב עשירים, פון די אנדערע זייט האט אהרן געהאט גאנץ קרית יואל, אלעס, מוסדות, קהילה ווילידש מיט אלע עשירים, אפשר איין מענדל שווימער נישט, און אזוי אויך בארא פארק. ער האט געפירט א גרויסע שבת אין בארא פארק תש"ס.

דאס זאגן אז די ארוינישע געווינס אין קרית יואל איז געווען א שאק, איז ליצנות געמאכט פון זיך אליינס פאר ווער סג'עדענקט, דאס אז די זאליס מיט בני יואל האבן אנגעצויגן איבער 40% איז געווען די שאק,

יסוד איתן איז שוין געווען תש"ס, און ר' אהרן האט שוין געפירט א פעסטע מלוכה דעמאלס, אין דער צייט וואס ר' זלמן לייב האט נאך נישט געקענט פירן אליינס אין ראדני ווען זיין טאטע איז נישט דא געווען, ווייל מ'פלעגט אים באשרייען זאלי פוי יעדע שבת,

משה גבאי איז טאקע געווען זייער פאוערפול דאן, אבער פארט איז ער נאר געווען א גבאי, ס'איז טאקע געווען א ריזיגע חידוש אז מ'קען אריין בייסן אין דעם ריזיגן בער אהרן, אבער קיינער האט נישט געהאט קיין הו"א אז ער איז אויס.

דעי סלאגאן אז משה גבאי זאל האבן געזאגט, אז ר' אהרן גייט מופן אויף לאס אנדשעלעס, צו לעווי, געדענק איך, איז געבוירן געווארן אין די מיטעלע ס' יארן ווען די ארונים האבן אנגעהויבן אנערקענען אז ראדני בלייבט פאר רז"ל, און סאטמאר ווערט צוטיילט אייניג, מיט צווי מלוכות פאר ביידע,
 
Back
Top