דער סוף פון טעלעגראם

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
716
רעאקציע ראטע
3,334
טעלעגראם האט געמאלדען אז זיי גייען אנהייבען מיטארבעטען מיט די אינסטאנצען צי געבען עקסעס צי מעסעדזשעס פון פריוואטע מענטשן, טעלעגראם קען זיך צי מאכען איך זעה נישט פארוואס איינער זאל עס ניצען.

דאס קומט נאכדעים וואס טעלעגראם CEO פאוועל דורוב איז ארעסטירט געווארען אין פראנקרייך איבער ארויסהעלפן פארשפרייטען קינדער-פּארן, מיינענדיג אז מיט דעים וואס ער ארבעט נישט מיט מיט די אינסטאנצען העלפט ער ארויס די קרימינאלען.
 
אויסער דעם איז עס שוין אסאך מאל אויסגעשטאנען העקערייען.
 
איז בכלל פארהאן אזא גוטע עפפ וואס קען עס איבערנעמען?
 
טעלעגראם האט געמאלדען אז זיי גייען אנהייבען מיטארבעטען מיט די אינסטאנצען צי געבען עקסעס צי מעסעדזשעס פון פריוואטע מענטשן, טעלעגראם קען זיך צי מאכען איך זעה נישט פארוואס איינער זאל עס ניצען.

דאס קומט נאכדעים וואס טעלעגראם CEO פאוועל דורוב איז ארעסטירט געווארען אין פראנקרייך איבער ארויסהעלפן פארשפרייטען קינדער-פּארן, מיינענדיג אז מיט דעים וואס ער ארבעט נישט מיט מיט די אינסטאנצען העלפט ער ארויס די קרימינאלען.
ער טענה'ט אז ס'טוישט נישט גארנישט
ס'איז אלע פאליסיס די זעלבע ווי ביז יעצט
מיט א געהעריגע ווארענט האָבן זיי אייביג איבערגעגעבן וואס זיי האבן געהאט
זיי גייען נאר מאכן גרינגער פאר לאו אינפארסמענט צוצוקומען צו זיי
 
ווילסט ער זאל נישט איבערגעבן מענטשן וואס פארשפרייטן די זאכן?
דעיס איז נישט די פוינט.
די פוינט איז אז ס׳זאל זיין פרייהייט פון ווארט פאר ציווילע בירגער אן האבן קיין פחד אז די גאווערמענט זאל זיך אריינמישען.
דאס אז מענטשן פארשפרייטען די זאכען איז א פרייז וואס מען צאלט פאר פרייהייט פון ווארט.
 
וואס האט קינדער פרן צוטון מיט פרייהייט פון ווארט?
 
וואס האט קינדער פרן צוטון מיט פרייהייט פון ווארט?
איך זאג נישט אז קינדער פארן איז נכלל פון פרייהייט פון ווארט.
די נושא איז אז וויבאלד דעי פעדאפילן פילן זיך היימיש אויף טעלעגראם ווייל זיי ווייסען אז מען קען זיי נישט כאפען, האבן זיי נישט מורא צו פארשפרייטען קינדער פארן.
 
סא עס מיינט אז פרייהייט פין ווארט איז א פראבלעם פאר די מענטשהייט ?? !!
 
סא עס מיינט אז פרייהייט פין ווארט איז א פראבלעם פאר די מענטשהייט ?? !!
ניין
סמיינט אז יעדע זאך דארף ווערן רעגולירט
פונקט ווי יעדער (אדער רוב מענטשן) פארשטייען אז די קענסט נישט גיין מארגן אין די פרידאם טאוער מיט א ריזיגע ספיקער און שרייען
"סדא א באמבע יעדער זאל ארויסלויפן"
ווייל מענטשן גייען ווערן וויי געטון און אפשר אפי' געהרגט פון די צושטופעניש
(חוץ פון וויפיל געלט מענטשן גייען פארלירן דורך דעם)
אזוי אויך איז דאס
ווען איינער וויל רעדן פריוואט צו איינעם איז דא גענוג וועגן מ'דארף נישט צוקומען צו טעלעגראם

אבער צו ענטפערן דיין קשיא
ס'איז זייער א שמאלע ליין צווישן פרייהייט פון ווארט און קרימינאל
נישט אייביג איז עס בכלל איינער נעבן די אנדערע אבער ווען יא איז עס זייער א שמאלע ליניע

אדער נאך א משל
די פארשטייסט אויך אז ווען אן איסלאמישע אימאם שטעלט זיך אויף פרעדיגן אז מ'דארף הרגענען א געוויסע איד
און לאמיר גיין נאך ווייטער ער זאגט אויך א פונקטליכע פלאן ווי אזוי מ'קען עס טוהן
און מארגן גייט איינער וואס איז דארט געווען און טוט פונקטליך וואס ער האט געזאגט
דארף די אימאם גיין אין תפיסה - אדער דארף מען אים פשוט אפהאקן די קאפ

אזוי איז דא כמה וכמה משלים
דאס מיינט נישט חס ושלום אז מ'זאל נישט האבן פרייהייט
נאר ס'מיינט אז ליידער איז נישט יעדער אויף די וועלט אויסגעארבעט און זייער אסאך מענטשן דארף מען רעגולירן

און ווען א גאווערמענט (וואס ווערט אויסגעוועלט דורך א דעמאקראטישע וואוטינג סיסטעם) זאגן אז די מעגסט נאר אפערירן אדער זיין אין מיין לאנד אויב די פאלאוסט מיינע געזעצן, מאכט עס זייער אסאך סענס
 
דעיס איז נישט די פוינט.
די פוינט איז אז ס׳זאל זיין פרייהייט פון ווארט פאר ציווילע בירגער אן האבן קיין פחד אז די גאווערמענט זאל זיך אריינמישען.
דאס אז מענטשן פארשפרייטען די זאכען איז א פרייז וואס מען צאלט פאר פרייהייט פון ווארט.
אדער פארקערט, פרייהייט פון ווארט זאל מוחל זיין צאלן דעם פרייז פאר דעם וואס מענטשן פארשפרייטן אזאלכע זאכן.
 
טעלעגראם האט געמאלדען אז זיי גייען אנהייבען מיטארבעטען מיט די אינסטאנצען צי געבען עקסעס צי מעסעדזשעס פון פריוואטע מענטשן, טעלעגראם קען זיך צי מאכען איך זעה נישט פארוואס איינער זאל עס ניצען.

דאס קומט נאכדעים וואס טעלעגראם CEO פאוועל דורוב איז ארעסטירט געווארען אין פראנקרייך איבער ארויסהעלפן פארשפרייטען קינדער-פּארן, מיינענדיג אז מיט דעים וואס ער ארבעט נישט מיט מיט די אינסטאנצען העלפט ער ארויס די קרימינאלען.
Interesting.

כ'האב נישט געוואלט גלייבן אז פאוועל איז טאקע שולדיג אין דעם, כ'האב אים געהאלטן פאר א גלייכע מענטש.

אבער א פשוטע פראגע: מיט וואס איז עס אנדערש ווי אינסטעגראם, פעיסבוק, און יעדע עפפ וואס טרעקט דיין לאקעישן דעטע נישט מיר נישט דיר נישט, און אפילו דיין סירי אדער עלקסע הערט אונטער פונקטליך וואס דו טוסט אין פאל דו טוסט או פארברעכן איז דא פרוף און זיי אלע מוזן קאאפערירן?
 
פרייהייט פון ווארט איז א רעכט אין די קאנסטעטוציע.
אבי געזונט... טיפיקל קאנסערוואטיווע איגנארנס. נא אפענס. טשיילד פארנאגראפיע איז נישט נכלל אין פרי ספיטש שוין יארן, און די סופרים קאורט האט שוין דאס לאנג פעסטגעשטעלט. נישט דא קיין פארוואס און פארווען. ס'איז א קריים און ביי.

מענטשן האבן טאטעלי ארויס ראנג די גאנצע פרי ספיעטש ביזנעס, ס'איז דא אויסנאמען. כ'מיין ס'איז דא נאך פארברעכן וואס איז אפיצעל נישט פראטעקטעד.

נישט אז איך האב עס יא ארויס אבער בעסיקס מ'מיינט ס'איז ליטערלי פרי ספיטש ניין.

סא פרעג א לויער צו דא רעדן פון די טעלעגרעם מעשה קאנסיטיטוט א טרייעל, אבער ערשטע אמענדמענט קומט נישט דא אריין. אפשר זאל די אייסיס מיט נאסראלא האבן פרי ספיטש אויף טעלעגרעם טשענלס און ער זאל זיי מעגן העלפן קאמיוניקירן טעראריזם? דאס איז דאך פון זיינע רעכטע משוגעת'ן ווייל ער איז א אנטי קרעמלין כ'פארשטיי פון וואו ער קומט...

עדיט: איך זעה דו זאגסט דו פארשטייסט ס'איז נישט פרי ספיטש, גוט אבער ס'איז נישט קיין פרייז וואס מ'צאלט, ס'איז פלעין נישט פראטעקטעד דארף מען עס בענע'ן וואס האט עס מיט דיר עסומע'נדיג אז דו ביזט נישט אין די ליין?
 
אז מ'רעדט שוין יעצט הייבן אן זאכן צו שטימען, כ'וויל וויסן וויאזוי ער האט צוגעהאלפן און וואס די טענות קעגן אים זענען. אבער מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך געטוהן א פלייץ פון ספעם פון ארץ ישראל און פון מידל איסט קאנטריס גיי ווייס וויאזוי איך בין דארט אריינגעשלעפט געווארן, אבער סוף פסוק איז געווען הונדערטע און הונדערטע טשענלס צו פארקויפן מאריוואנא און נאר געלייגט בילדער פון קאנאביס. און ס'האט זיי גענומען היבש לאנג פטור צו ווערן דערפון איז מיר אויך אינטערסאנט צו זיי האבן געמעקט צו ס'איז זיי נישט אנגעגאנגען. נישט אז איך בין קעגן מאריוואנא, נאר די צוגאנג האט אויסגעקוקט שעידי און דראג פרעינדלי... אסאך זאכן האבן זיך געטוישט זינט דאן.

זיי פלעגן האבן א לאקעישן באטאן אז מענטשן זאלן זיך קענען טרעפן מיט אנדערע ארום זיך, דיזיינט צו אנקלאפן פארשטייט זיך. Creepy shit
 
כ'האב נישט געוואלט גלייבן אז פאוועל איז טאקע שולדיג אין דעם, כ'האב אים געהאלטן פאר א גלייכע מענטש.
זיי באשילדיגען עם נישט אין ממש פעדלען די חזעריי, נאר אלץ מדלא מחה שמע מינה דניחא ליה.
 
Interesting.

כ'האב נישט געוואלט גלייבן אז פאוועל איז טאקע שולדיג אין דעם, כ'האב אים געהאלטן פאר א גלייכע מענטש.

אבער א פשוטע פראגע: מיט וואס איז עס אנדערש ווי אינסטעגראם, פעיסבוק, און יעדע עפפ וואס טרעקט דיין לאקעישן דעטע נישט מיר נישט דיר נישט, און אפילו דיין סירי אדער עלקסע הערט אונטער פונקטליך וואס דו טוסט אין פאל דו טוסט או פארברעכן איז דא פרוף און זיי אלע מוזן קאאפערירן?
ווייל טעלעגראם האט שטאלצירט מיט איר פריוואטקייט און זיכערקייט
 
איך האב מיך דא אריינגעלייגט אין בלאטע, ס׳זעהט אויס אביסל ווי איך לאבי פאר קינדער פארן, איז לאמיר קלאר מאכן איך בין אקעגן דעם בבל יראה ובל ימצא.
וואס איך וויל דא ארויס ברענגען איז די וויכטיגקייט פון פרי ספיעטש און פרייוועסי רעכטן, אז ס׳האט געכאפט א גרויסע פראסק וויבאלד די גאווערמענט האט יעצט די כוח צו צווינגען טעלעגראם ארויסצוגעבן מעסעדזשעס.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top