דער תלמוד, ש"ס אויף טרייעל

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
764
רעאקציע ראטע
1,866
חלק א'

אין יאר 1240 אין פאריז איז דער תלמוד בבלי געברענגט געווארן אין געריכט צו ווערן אנגעקלאגט און כמה וכמה חטאים וואס די תלמוד פארזינדיגט זיך אנטקעגן די מענטשהייט.

דער שופט האט צוזאם געשטעלט א דזשורי קאמיסיע צו אויס הערן די טענות פון ביידע זייטן און פסקנן למי הזכאי ולמי החייב.

א משומד איז געווען דער קטיגור האט פרעזענטירט די פעלערהאפטיגקייט פון די תלמיד און ארויס געברענגט ווי שלעכט דער תלמוד בבלי לערנט אויס זיינע נאכפאלגער נישט צו זיין מאראליש, עטיש. אין קורצען נישט זיין קיין מענטשען צווישען מענטשען נאר ממש להיפך רציחה ג"ע וש"ד איז פראמאטירט און פארלאנגט פון אירע נאכפאלגער. זיי זאלן זיך פאר די זאכן מוסר נפש זיין. און ע"כ ליידט זייער דער עטישער בירגער פון די בירגער וואס זענען תלמדיתטן און פירן זיך אויף ווי חיות אין וואלד. דערפאר בעהט מען פון געריכט צו פארדאמען און אסרן דאס מין לימוד אין א יעדע מדינה אין פראנקרייך בכל מקום אשר דתו מגיע זאל די תלמוד ווערן פארברענט נאכן עס אוועק נעמען פון ווי די בירגער זיי זאלן נישט דערצו קענען האבן קיין צוטריט בתי מדרשים, און פון הייזער זאל עס ווערן קאנפעסקירט און עס זאל זיין בבל ירא ובל ימצא בכל מדינות המלך.

אלץ סניגור פארן תלמוד זענען געווארן גסאמענסט רבנים פון גאנץ פראנקרייך צו קומען צום משפט צו פארטיידיגען דעם קטיגורס טענות. און קומען עדות זאגן בעד התלמוד. ווי פארשטייט זיך אליינס עס דארף בכלל נישט קיין באשרייבונג אז דער פסק האט געלויטעט אז די תלמוד איז גילטי עס טשארדזשד ע"פ די טענות פון דעם קטיגור. און 2 יאר נאך דעם ענדגילטיגען פסק איז א געוואלד מיט ש"ס'ן אסאך דערפון איבער געשריבען מיט די האנט זענען פארברענט גאווארן ברוחבה של עיר הבירה אין איינע פון די קעניגליכע סקווערס אין פאריז. און די פסק איז מקיום געווארן מיט חומרות יתרות למען ישמעו ויראו, אזא פארברעכער איז נידון לשריפה כדי צו מקיים זיין תשביתו התלמוד ולא ימצא בבתיכם.

א געזעץ איז ארויס געגעבן געווארן אדאנק דעם גילטי ווערדיקט אז אזא חיבור ווי דער תלמוד טאר זיך אין קיין שום הויז אדער שוהל געפונען איבער גאנץ פראנקרייך.

אינטערסאנט אבער אז דער פויבסט זעלבסט האט אדאנק דעם פסק פארלאנגט פון די קריסטענטום אז א יעדעס קריסט ווייס שווערט ביי אלעם הייליג אינעם יוזל זאל באזיצען א צענזערירטע ש"ס וואס נעמט ארויס די חלקים וואס פארשעמט דעם קריסט און נעמט ארויס אלע וואלגארישע םסקים און היסטאריע וואס דער קריסט האט נישט געגליכען פונעם תלמודץ אבער די בעצם ש"ס האבן זיי געהאלטן פאר א חשובער רעספעקטעד ארטיקעל וואס קען דינען די קריסטענטום מיט א שטרענגע צענזור.
 
איז דא ערגעץ וואו איך קען מער ליינען דערוועגן? ס'וואלט געמעגט זיין א וויקיפעדיע בלאט דערויף. ווי ווייט איך ווייס ווערט יוזל נישט דערמאנט אינעם תלמוד (אויסער די חסרונות הש"ס וואס איז לכאורה א שפעטערדיגע זאך).
 
יעך האב א PDF פון די טרייעל און די דעפענס. דאס וואס איז דא געשריבען איז די אינטקאדאקשען צו די טרייעל א בריעף היסטארישער קאפיטאל וואס האט געברענגט צום טרייעל. שפעטער אין די בלעטער גייט ער אריין אין דיטעילס פון די טענות ומענות פון די צוויי קעגן זייטיגע צדדים און ווייזט אויף אז די טרייעל איז געווען א דעם נישט צולאזן די תלמוד צו ווערן אריין געוואוט.

פראבלעים איז נאר אז איך האב עס נישט אויף מיין פוין. איך קען פרובירן אריין לאגן צו מיין פי. סי.
 
איז דא ערגעץ וואו איך קען מער ליינען דערוועגן? ס'וואלט געמעגט זיין א וויקיפעדיע בלאט דערויף. ווי ווייט איך ווייס ווערט יוזל נישט דערמאנט אינעם תלמוד (אויסער די חסרונות הש"ס וואס איז לכאורה א שפעטערדיגע זאך).
דא האסטו דאס ביכל אין די ענגלישע שפראך
 
איז דא ערגעץ וואו איך קען מער ליינען דערוועגן? ס'וואלט געמעגט זיין א וויקיפעדיע בלאט דערויף. ווי ווייט איך ווייס ווערט יוזל נישט דערמאנט אינעם תלמוד (אויסער די חסרונות הש"ס וואס איז לכאורה א שפעטערדיגע זאך).
עס דארף נאך אריין אסאך דעטאלן אין די אינטראדאקשען.
 
שוין, האב איך געמאכט א גוגלזוך פאר "1240 talmud debate" און די וויקיפעדיע בלאט איז מיר ארויפגעקומען!

https://en.wikipedia.org/wiki/Disputation_of_Paris
אגב ברענגען זיי צו אפאר זיסע אנעקדאטן דארט:
There is a passage, for example, of someone named Yeshu who was sent to hell to be boiled in excrement for eternity. The Jews denied that this is the Jesus of the New Testament, stating "not every Louis born in France is king."

It was common for Christians to equate the religion of the Jews with the Mosaic faith of the Old Testament, so the Church was surprised to realize that the Jews had developed an authoritative Talmud to complement their understanding of the Bible.
 
דאס איז א חלק פון די טרייעל
 
Back
Top