כוואליעס ארטיקל דער אייערשטאק: אן איבערזיכט איבער זיין ראלע אין דער ווייבליכער רעפראדוקציע סיסטעם

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

פעדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
111
רעאקציע ראטע
1,152
פונקטן
223
דאס שנירל איז געווידמעט פאר סיי וועלכע קאמענטארן אדער דיסקוסיעס איבער דעם ארטיקל אין דער כוואליעס אויסגאבע.

אינעם ארטיקל וועלכע איז ערשינען אין דער לעצטע כוואליעס אויסגאבע (גליון ז') איז באשריבן געווארן די אנאטאמיע פון דעם אייערשטאק: די אוועריע און אלעס ארום דעם.

אינעם טייל וואו עס ווערט באשריבן די אויפגאבע פון די הארמאנען אין דעם אייערשטאק, ווערט געברענגט איבער עסטראדזשען. צווישן אנדערע שרייב איך:
עסטראדזשען אליין איז נישט דירעקט פארבונדן מיט דער אנטוויקלונג פונעם זעקל און דער אייער- צעל; דאס קומט צושטאנד דורך די הארמאנען LH און FSH.

דאס איז נישט גענצליך ריכטיג, ווארום עסטראדשען טוט דירעקט רעגולירן דער פראדוקציע פון LH און FSH און עס העלפט אויך פאר די FSH הארמאן זיך צו צוטשעפענען צו די צעלן ארום דעם פאליקל און איהם באאיינפלוסן. דאס מיינט אז אן עסטראדזשען, טוהן די גאנעדאטרויפין הארמאנען - דאס איז LH און FSH - גארנישט אויף, ווייל זיי האבן נישט צוטריט צו די גראנולאסע צעלן.

עס קומט אויס אז וויפיל מער עסטסראדזשען עס איז דא אין די בלוט אלס שנעלער און מער ווירקזאמער זענען די FSH און LH הארמאנען אין פארמערן די גראנולאסע צעלן און די פארמארטער צעלן געבן ארויס נאך און נאך עסטראדזשען ביז ווען די עסטראדזשען שטאפל האט א נעגאטיווע ווירקונג אויף דער פראדוקציע פון FSH און דער מוח הערט אויף ארויסצולאזן נאך דערפון.

דאס מאכט אז בלויז איין פאליקל זאל זיך צייטיגן און אלע אנדערע פאליקאלן וועלכע האבן אנפאנגען דער פראצעדור פון זיך מערן און רייפן, פאלן אוועק. אין א געווענליכע אוואולאציע זענען פארהאן צווישן פינף און צוואנציג פאליקאלן וועלכע הייבן אן די פראצעדור און וואקסן אבער בלויז איינער האט גענוג גראנולאסע צעלן אין דער צייט וואס דער מוח הערט אויף ארויסצוגעבן נאך פון דעם FHS הארמאן, זיך צו פארטיגן.
 
לעצט רעדאגירט:
כספי:

https://kraimel.community.forum/threads/zyb-t-kwwly-zwm-r-tsp-h.2096/post-63838

@פעדער איז זייער שיין און קלאר מסביר באריכות (פעידזש 7) די חילוק צווישן די נארמאלע צעלן וואס מערן זיך דורך מיטאסיס, און די רעפראדוקציע צעלן וואס מערן זיך דורך מייאסיס. איך פארשטיי אז דאס האט צוטון מיט די מחלוקת אין הלכה, צו די אייער זענען שוין אין די אייערשטאק פון געבוירן אן אדער נישט. איך פארשטיי נאר נישט פונקטליך פארוואס.
צווייטנס, פעדער שרייבט דארט אז אלע צעלן זענען אויסגעשטעלט זיך צו פארעלטערן און אויסשטארבן (און דעמאלטס איז דא די צוויי א"ד וועגן וויאזוי זיך צו באנייען), דאס מיינט אז מ'רעדט פון א לעבנסלענגליכע פראצעדור, סאו וואס האט דאס שייכות מיט די א"ד שאלה צו די אייער זענען שוין אין די אייערשטאק פון געבוירן אן.
און בכלל האב איך נישט פארשטאנען וואס איז פשט אז אין די רעפראדוקציע צעלן בלייבן צום סוף איבער מיט נאר 23 כראמאזאמען, ווען די צעלן אליין הייבן אן מיט 46 כראמאזאמען. און אויך וואס זענען די 23 כראמאזאמען א מיש פון די טאטע און מאמעס כראמאזאמען, אדער נאר פון די מאמע?
איך האב באשריבן דאס מציאות מיט א ברייטקייט און איך האב נישט צופיל געקוקט וויפיל עס איז נוגע הלכה'דיג.

לגבי די צאל פון די כראמאזאמען, קען זיין איך האב זיך נישט גענוג גוט מסביר געווען.

יעדער געווענליכע צעל האט 46 כראמאזאמען. 23 פון דעם פאטערליכע און 23 מוטערליכע. די געשלעכטליכע צעלן האבן אבער בלויז 23 דאס איז בלויז א האלבע כראמאזאם פון יעדער סעט. וועלכע איז א געמיש פון די 46 ארגינעלע. עטליכע פון זיי זענען בעיקר פאטערנאל מיט אביסל מאטערנאלע גענעס און אנדער זענען פארקערט לויט וויאזוי זיי האבן זיך פארמירט אין מיאסיס. נאך דעם וואס די געשלעכטליכע צעלן פָּארן זיך צוזאם דורך דעם זכר מיט דער נקבה, פארמירט זיך א נייע סעט מיט נייע 46 כראמאזאמען וועלכע פון דעם זענען 23 פון דעם פאטער און 23 פון דער מוטער.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top