דער דאקטאר דער ליגענער

פארפירט...
ווייל ער האט נישט פאר סמ'ט די איינוואוינער מיט בליעטש...?
 
ער האט געמאכט א ״חילול סייענס״ מיט פארקויפן לאקשן בשם סייענס, געזויגען און גע-פליפ פלאפט לויט וויאזוי די קאפי איז געלונגען יענע טאג.

ער ניצט נאך פאר א תירוץ אז ס׳געוועהן א נייע זאך און ער האט נישט געוויסט, נו אז די ווייסט נישט רעדט נישט, און שאָט די פאָךּ אפּ.
 
״פארפירט״ מיט וועלכע חלק?
ס׳דא פרוף אז ער האט שאדן געמאכט??

וואס ער האט געזאגט איז דאך פשוט קאמען סענס
 
ער האט געטוהן פונקטליך וואס זיין דזשאב האט פארלאנגט באותו מקום באותו זמן לויט ווי די ידיעות הסייאנטיסטן האבן דעמאלט פארשטאנען, "און דאס אליינס האט זיך געקענט טוישן פון טאג צו טאג".

זיין זיך פארופן אויף סייענס און אוים דעם עם פארהאלטן אז ער פארופט זיך אז "ער איז סייענס", איז גאנץ קלאר אז ער האט אייביג געמיינט צו זאגען אז ער ברענגט נאר אינפארמאציע וואס די סייענס שטעלט צוזאם. גאנץ סימפל.

דו זעלבע אויף די "פארהוילן" די אריג'ין פונעם וויירוס איז ער אויך גאנץ קלאר אז ס'קען זיין פון א לעב געשטיצט דורך NIH, ער ווייזט קלאר אויף די עווידענס פון עימעילס אז די נושא איז אייביג געווען אפען. Nothing new here.

דעמאלט וואס האט מען יא פארדינט פון די היערונג? אז מט"ג (the gentlelady of Georgia...😂) האט געמאכט אן אייזל פון זיך צום הונדערטסטע מאל...
What else is new ..
 
לעצט רעדאגירט:
ער האט געמאכט א ״חילול סייענס״ מיט פארקויפן לאקשן בשם סייענס, געזויגען און גע-"פליפ פלאפט" לויט וויאזוי די קאפי איז געלונגען יענע טאג.

ער ניצט נאך פאר א תירוץ אז ס׳געוועהן א נייע זאך און ער האט נישט געוויסט, נו אז די ווייסט נישט רעדט נישט, און שאָט די פאָךּ אפּ.
איך פרוביר צו פארשטיין. די פליפ-פלאפ וואס מ'רעדט דא איז א דין אזא ווי מנשה פליפ-פלאפ...?
 
היינט האט דער שקרן הידוע דר. פאוטשי מודה געוועהן אז ער איז א ליגענער און פארפירט דער עולם ביי קאוויד.
איך האב אויסגעהערט די גאנצע הירינג, ביטע קלאר אויס וואו ער איז 'מודה'? אין וועלכע 'ליגנט'? ווען האט ער פארפירט דערמיט? וואס זענען זיינע 'שקרים הידועים' אדער וויאזוי איז ער א 'שקרן הידוע' פונקטליך?


איך קען נישט אזוי גוט קיין פאקטן איבער וואס עס איז געווען - איך בין גרייט צו ווערן אויפגעוויזן! אויב ווילסטו אויסקלארן ביטע ברענגען קראנטע באווייזן (- דאקומענטן, לינקס, ווידעאוס ווי ער רעדט, וכדו'. סתם זאגן אז עס איז 'ידוע' אדער ציטירן פון טעאריסטן וואס חזר'ן איבער די זעלבע באשולדיגונגען - רעכנט נישט)
נאך א נקודה, אויפצוווייזן אז ער איז א ליגנער פארלאנגט זיך אז ער האט געזאגט/געשריבן זאכן וואס ער האט געוויסט אז עס איז ליגנטס (אנדערש האט ער געמאכט א טעות - קען זיין בפשיעה - אבער נישט געזאגט קיין ליגנט..) די זעלבע איז נוגע כלפי די געדאנק פון 'פארפירן'..
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top