- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 15
- רעאקציע ראטע
- 178
דאס ליד פון דעם אויסגעהארגעטן יידישן פאלק
"זינג! נעם דיין הארף (Harp) אין האנט, הויל אויסגעהוילט און גרינג,
אויף זיינע סטרונעס דין, ווארף דיינע פינגער שווער,
ווי הערצער ווי צעווייטיקטע (פארווייטאגטע) דאס ליד דאס לעצטע זינג,
זינג פון די לעצטע יידן אויף אייראפע'ס ערד."
מיט די אויבערמאנטע שורות הייבט אן, דער געפיל-געווייקטער דיכטער, קונסטליכע פאעטיקער און מייסטער-שרייבער, יצחק קאצענעלסאן, זיינע קינות אויפן שרעקליכן חורבן וואס זיינע אייגענע פליישיגע אויגן האבן צוגעזען, זיין זעל האט אליין בייגעוואוינט, און זיין הארץ מיטגעלעבט און דערנאך מיטגעטיילט דעם זעלבן גורל ווי זיינע ברידער און שוועסטער.
יצחק קאצענעלסאן איז געבוירן געווארן אין שטאט קרעליץ רוסלאנד (היינט בעלארוס) וואו ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיינע סעקולערע עלטערן, ביז ווען ער איז אלט געווען צען יאר וואס דאן האבן זיינע עלטערן זיך אריבער געצויגן קיין לאדזש אין פוילן. ער האט געהאט א שטארקע געפיל צו ארץ ישראל, א פאעטישע פעדער האט ער געהאט און זיינע לידער און שריפטן האבן באגייסטערט יעדער וואס האט זיי געזען.
יצחק אליין האט צוויי מאל באזוכט ארץ ישראל און איז טיף באגייסטערט געווארן פון די באזוכן. ער האט געשריבן עטליכע לידער אויף עברית וועלכע זענען זייער פארשפרייט און באקאנט געווארן אין זיין צייט.
ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן איז ער אלט געווען 53 יאר. ער האט שוין געהאט א פאמיליע מיט דריי זון. גלייך ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן קיין ווארשע וועלכע האט אויסגעקוקט צו זיין א גוטע שוץ פון די דייטשע באמבעס אבער נישט לאנג דערנאך ווען די דייטשן האבן אינוואדירט רוסלאנד איז ווארשע אויך איינגענומען געווארן דורך די דייטשן און ער האט זיך געטראפן אונטער די נעגל פון די גרויזאמע נאציס.
אין אגוסט אין יאר 1943 איז זיין פרוי חנה און צוויי פון זיינע קינדער; בנימין און בן ציון, געפירט געווארן קיין טראבלינקא ווי זיי זענען אומגעקומען עקה"ש. ער איז פארבליבן מיט זיין איינציגער זון, צבי, פאר נאך א שטיק צייט ביז ווען מען האט זיי אוועקגעפירט פון ווארשעווע געטא צום לאגער אין וויטעל וואס איז אין פראנקרייך וואו ער האט געוויילט פאר אומגעפער א יאר צייט. עס איז געווען דארט אין וויטעל, וואו ער האט געשריבן זיין ליד "דאס ליד פון דעם אויסגעהארגעטן יידישן פאלק"
אין מערץ 1944 איז ער אוועקגעפירט געווארן מיט זיין זון צבי צו אן אנדערע לאגער פון וואו מען האט זיי אין א חודש שפעטער דעפארטירט מיט נאך ארום זעכציג אידן, קיין אוישוויץ וואו ער איז ענדגילטיג אומגעקומען.
זיינע שריפטן האבן וואונדערליך איבערגעלעבט אינעם לאגער. ער האט זיי איבערגעגעבן אין די הענט פון רות אדלער, זיינס א באקאנטע וועלכע האט אויך געוויילט אין וויטעל און זי האט זיי אפגעפירט קיין ארץ ישראל וואו עס איז פובליצירט געווארן דורך א פאמיליע מיטגליד פון יצחק. דאס ליד איז צעטיילט אין עטליכע קלענערע לידער אין וועלכע ער באוויינט און קלאגט אויף די הערליכע בליענדע אידישע געמיינדעס וועלכע זענען גענצליך אפגעריסן געווארן, אויף די יונגען און מוידן, די מאמעס און קינדער וועלכע זענען אוועקגעפירט געווארן צום טויט. אויף די טויזענטע יארן פון אידישע היסטאריע וואס איז אזוי ברוטאל פארשניטן געווארן פארענט פון זיינע אויגן.
"שטיי, רבי, שטיי... דער דייטש ער בייזערט זיך, ער הייסט דיך בלייבן שטיין,
ער הייסט דעם מויל דיך אויפרייסן, רייס אויף... דער שמש דארף א שפיי טון דיר אין מויל.
דער רב האט אויפגעריסן ברייט אים, דער שמש, נעבעך, פלאצט ארויס אין א געוויין,
ווי קען איך האַרעלע (מיין האר)? ווי קען איך אים, דעם רב, דעם רבין אונדזערן? אזא א גרויל?
שפיי אריין, שפיי גיך אריין אין מויל מיר, דו נארישע, דו שמש וואס דו ביסט!
דער שמש פאלט דעם אפיציר צו זיינע פיס: ווי קען איך, הַארעלע? ווי קען איך שפייען? ס'טייטש?
ס'איז אונדזער רב, ס'איז יאָסעלע... דער רב שרייט: שפיי! ער צילט אין דיר און שיסט!
דער שמש פאלגט און ווי ער וואלט א שפיי געטאן... דא האט א שטויס געטאן אים שטארק דער דייטש:
קוק, קוק זיך איין און לערן אויס זיך, שמוציקער דו ייד, קוק ווי אזוי מען שפייט,
און ס'האט דער דייטש אין אפענעם אין מויל אין רב'ס ארייגעכראקעט שלינג'ס אראפ!
דער רב ער האט אראפגעשלונגען און ס'ווענדט דער דייטש צום שמש זיך און טייט (טייטלט)
טייט (טייטלט) אויפן רב: דו זעסט, ער פאלגט! דער שמש האט געכאפט זיך פארן קאפ..."
(אינעם ליד: איין חרובע, איין אומגעבראכטע (אומגעברענגטע) היים)