- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 119
- רעאקציע ראטע
- 1,323
- פונקטן
- 223
"אזוי ווי ס'גוי'שט זיך, אזוי אידיש'ט זיך עס" זאגט דער וועלט. די גוי'אישע קאלטור און מהלך המחשבה דרינגט צוביסליך אריין צווישן די אידן. קודם שטייט מען ווייט דערפון, דאן רעאגירט מען מיט אפשיי, מען שרייעט און טעראראזירט, אבער צעביסליך צעביסליך, אזוי ווי די אלט-גריכישע פילאזאפיע, טרעפט זיך דער גוי'שע געדאנקענגאנג טיף אינערווייניג אינעם אידישן ספרים שאנק. אט האט איר א קלאסישע ביישפיל דערפון אין דבא"ח פון איינער פון די גרויסער אנגעזעענער רבי'ס בדורות הבאים:
דברות קודש שייאמרו בעת סש"ל רעוא דרעוין פרשת בא ה'תתנ"ח.
ס'שטייט אין פסוק בא אל פרעה, איז שווער וואס עפעס האט אויסגעפעלט צו שוקן משה רבנו זאל אויסלייזן די אידן פון פרעה מיט אותות און מופתים, דער באשעפער וואלט דאך געקענט אריין ווייפיי'ען פרענ'ן אין הארץ צו ארויסלאזן די אידן?
אזוי אויך איז שווער וואס האבן די ארבה געזונדיגט אז זיי זענען אזוי באשטראפט געווארן ביי די מכות? ממילא די מצריים, קען מען פארשטיין, זיי האבן דאך פארפעסטיגט די לופט און איבערגעלאזט א שמוץ אויפן אומגעגנט, אבער וואס האבן די חיות, אזוי ווי די צפרדעים, די ארבה, געזינדיגט אז זיי זענען אזוי ביטערליך באשטראפט געווארן ביי די מכות?
נאך איז שווער, פארוואס האט הקב"ה געברענגט די מכות אויפן גאנצן געגנט פון צפון מזרח פונעם אפריקאנעם קאנטינענט, דאס איז דאך סטעריאטיפיש צו פארזיגעלען מענטשן וועלכע וואוינען אין איין געאגראפישע געגנט, און עס גרעניצט זיך חלילה מיט קאלעקטי"וו פאנישמענ"ט בלע"ז, צו דען האט הקב"ה נישט געפארכט אז דער יו ען וועט דאס נישט צולאזן? (הגהת המגיה: כאן צחק הרבי צחוק קטן מאד, מקצה שפתותיו)
דער רבי/רעביצין זכותו/זכותה/זכותם יגן עלינו פלעגט זאגן בשם זיין/איר רבי, אז דאס גופא האט אונז הקב"ה געוואלט ווייזן, אז די ארבה וואס זענען דער סימבאל פון זהמת האוויר, פון לופט פארפעסטיגונג, זיי זענען געקומען אויף די געוויסע מענטשן וואס האבן געוואוינט אין די געגנט פון צפון מזרח אפריקע אלס מידה כנגד מידה פאר די ענווייראמענטאלע שאדן וואס זיי האבן אנגעמאכט.
דער טאטע/מאמע/שווער/שוויגער האט געזאגט אז עס קען זיין פשט, אז דער אייבישטער האט געברענגט ארבה, דאס איז נישט דער גשמיות'דיגע ארבה, דאס איז א רוחניות'דיגע מכה, ווי די מענטשן האבן אנערקענט אז דאס לעבן פון א חיה איז וויכטיג פונקט ווי פון דער מענטש, אז די ווייץ אין פעלד געהערט אויך פאר זיי. און דערנאך איז אראפגעקומען חושך, דאס איז נישט געווען נאך א מכה, דאס איז נאר געווען וויבאלד די מצריים האבן אנערקענט דער וויכטיגעקייט פון אפהיטן דער געגענווארט, האבן זיי זיך צוריקגעהאלטן פון אנצינדן לעקטערס און מאכן ליכטיג.
בדרך רמז האב איך געקלערט אז אויפן זעלבן אופן קען מען אפשר זאגן אויף מכת בכורות, אז דאס איז נישט געווען אזוי ווי מען לערנט פשוט פשט, אז די עלטסטער זענען געשטארבן, נאר דאס איז געווען א מכת בכורות, דאס בכורות זייערע, דאס אז זיי האבן זיך געשפירט העכער און עלטער ווי אנדערע, ווי די חיות און דער אומגעגענט, און זיי האבן געמיינט אז מען קען שולט זיין אויף זיי, דאס איז זיי אפגעשטארבן נאך די אלע מכות.
מיט דעם קען מען פארשטיין אז דער אייבישטער האט שווער געמאכט פרעה'ס הארץ ווייל פרעה האט געטענ'ט אז די אידן וועלן אנמאכן א שמוץ אין דער מדבר, אז אזוי פיל מענטשן גייען אין א מדבר וואס איז דאך א נאטור-רעזערוו, איז לא ימלט אז זיי זאלן נישט איבערלאזן קיין פארפעסטיגונג. וועגן דעם האט דער אייבישטער קודם געברענגט די מכות, אז זיי זאלן וויסן דער וויכטיגקייט פון אויפרוימען נאך זיי, און נאר נאכדעם זענען די אידן געווען גרייט מקבל צו זיין די תורה אויפן בארג סיני.
יעצט האלט מען דאך אין די ימי השובבים דארף מען זען זיך טאקע מחזק צו זיין אין דעם ענין, נישט איבער צולאזן קיין קארבאן-פוס-דרוק חלילה, ווי מען גייט. און טאמער דארף מען אמאל יא, עס איז א הכרח, מען קען נישט אנדעם, זאל דאס זיין אופן קלענסטן אופן וואס איז שייך. אזוי אויך דארף מען אכטונג געבן פון די אלע פלאסטישע כלים למיניהם, זיך צו דערווארטערן פון זיי כמטחוי הקשת און אין דעם זכות זאלן אלע מענטשן און באשעפענישן ניצל ווערן פון דער גלאבאלע אנווארעמונג און זוכה זיין צו דער גאולה שלמה אמן.

לעצט רעדאגירט: