דר בחמישה עולמים

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
949
רעאקציע ראטע
8,084
פונקטן
923
געווען דער עובד דער פרומער
לאגיק און שכל ווי דיממער
צו דברים בטלים א שטומער
זיך פארהייליגט ווי אימער
דאווענען וואס שאקלט א צימער
אבער ליידיג גיין ווי א מומר



מתמיד וואס פארברענגט קיין מינוט
זיין וואך מיינט אז לערנען מ'טוט
לומדות קענעך גוט
עפעס אנדערש ווי תורה ווייסעך ניט
ווי כ'גיי, א מחשבת תורה נעם איך מיט
פאר עפעס אנדערש כ'געב נישט קיין שיט



זיך גענימען אנליינן און גרויסן
געוואר געווארן צורת האות'ן
פון שכל גענימען א כוס'ן
די אלטע חינוך קען גיין קיין דותן
אלעס איז שטותים האבעך געשטויסן



געטון עפעס נישט קאמען
געטרינקן טיי פון סם'ען
געווען איינס מיטן נאטור מאמען
אין די סודות הבריאה געווען א מאמין
הילינג. אפי' אן אוועיטאר ווי א שאמאן



ס'הערט זיך אינטרעסאנט
אבער איין טאג וועלך גיין קאפ אין וואנט
די אמאליגע עבודה צוריק אין האנט
די ליבער תורה פריש דערמאנט
אויף אן אויפן וואס שטומט מיט מיר היינט
שעפטי נאר אלץ צדיקל באקאנט
 
צוריק אינגאנצן גייט נישט.
5 וועט קיינמאל נישט זיין אינגאנצן ווי 1 און 2.
דו אליין האסט נישט געקענט פארמיידן פון שרייבן, בשעת'ן חלומ'ן פון די וועג צוריק.
די אמאליגע עבודה צוריק אין האנט
די ליבער תורה צוריק דערמאנט
אויף אן אויפן וואס שטומט מיט מיר היינט
א בחינה פון Hegel's synthesis

1 און 2 איז די thesis
3 און 4 איז די antithesis
5 איז די synthesis
 
צוריק אינגאנצן גייט נישט.
5 וועט קיינמאל נישט זיין אינגאנצן ווי 1 און 2.
דו אליין האסט נישט געקענט פארמיידן פון שרייבן, בשעת'ן חלומ'ן פון די וועג צוריק.

א בחינה פון Hegel's synthesis

1 און 2 איז די thesis
3 און 4 איז די antithesis
5 איז די synthesis
דו קוקסט מיר אויס ווי א פרקי אבות שיעור. אזוינע טיפע פשטים וואס דער author, אונזער באליבטער jungle savage, ווייסט נישט צו ער זאל דאס האנטן אדער געדערן...

לפי האמת, איך האב א חבר א סוקסעספולער ביזנעסמאן, ער איז גאנץ קליינער בעל מחשבה און גאנץ א גרויסער בעל תאוה. ער איז געווען א ט ד פאר פולע יארן, ער איז לעצטנס צוריקגעקומען, ער זאגט אז נאך אלעמען, די קוגל ליל ששי, די שמועסן אין מיטן ליינען, דאווענען מנחה אן א הוט, סקיפן לדוד אום אלול, דאס איז נאך בעסער ווי אלס.
 
לעצט רעדאגירט:
@מר שושני כ'וועל שפעהטער נאכקוקן אט די ווערטער וואס זיי באדייטן 🫣, אבער 💯 גערעכט!
מ'גייט האפנטליך קיינמאל מער נישט מקריב זיין די אייגענער אמת אויס מורא.
מ'גייט קיינמאל נישט צוריק אריין אינעם סיסטעם, און מ'גייט קיינמאל נישט גלייבן די זעלבער אופן ווי יענער סוג אמונה. אנשטאט פון וויסן איז דא א מושג פון אננעמן (כאטש חלקים) פון אונזער מעשה וואס מיר דערציילן.
הרב @מי אני האט אסאך קרעדיט פארן מיר געבן א בעסערן בליק, און נאך אסאך שרייבער דא אינקלודינג אונזער נייער סטאר @שניאור ריבנר אינעם כוואליעס ארטיקל.
ווי אויך איז עס א סעטעלינג הרגשה, מיין ספיריטורלעטעיט גייט אלעמאל אידישלעך, כ'בין אזוי אויפגעוואקסן, א סימפל דשונגל מאן (וואס לעבט אהן דעם) קען איך נישט ווערן.

אפי' יעצט אין מיין דשורני טריפ איך זייער אידישלעך, טאקע מיט א היינטיגער ווערסיע, אויף אן אויפן וואס ס'זאל נישט זיין קיין סתירה מיט וואס איך זעה אלץ געזונט און ריכטיג. און הגם כ'פיר זיך לאו דוקא מיט הלכות נעם איך כאטש אהן אסאך 'מושגים' ווי די וועג פון לעבן פון אונזער שבט.

לייף איז אינטרעסאנט, מ'טרעפט יעדע שטיק צייט נייע שלבים און אורות! יהי רצון כ'זאל נישט מורא האבן פון טון יעדן טאג וואס כ'זעה דאן אלץ גוט און ריכטיג.
 
Back
Top