דר. שׁאַן קעראל

שער הבחינה

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אקט. 6, 2024
מעסעדזשעס
47
רעאקציע ראטע
207
שׁאַן מייקעל קעראל (געבוירן 1966) איז אן אמעריקאנער טעארעטישע-פיזיסיסט וואס ספעציעליזירט זיך אין קוואנטום מעקעניקס, קאסמאלאגיע, און די פילאזאפיע פון סייענס.

(זעה מער איבער די פראפעסאר דא.)

נער הייתי וגם בגרתי, און איך האב קיין פראפעסארן און זייערע ווערק נישט געקענט אדער אפילו געוויסט פון זייערע עקזיסטענץ. אבער פאר עטליכע יאר צוריק האב איך אריינגעבאמפט אין דר. קעראל דורך אן אלטע קורס זיינע אויף 'די גרעיט קארסעס,' איך האב תיכף דערשפירט אז דער איז פיינע נייעס ווי מ'זאגט, ולא נתקררה דעתי ביז איך האב אים אנגעהויבן נאכפאלגן אין אלע מעגליכע וועגן, און היינט צו טאג איז ער מיין מערסט אינפל-וויזויהייסטעס מענטש, אדער גאר נאנט דערצו.

לויט ווי מ'קען זעהן אויף יוטיוב איז קעראל היבש אויפגעכאפט אין די פאפולערע סייענס קארידארן, און פאר א גוטע סיבה, ער איז גלענצדע בעל הסברה און א רעדיעטאר פון חכמה און זיסקייט ביינעזאם.

images


איך שפיר מיך שוין אביסל איבערגעשטרענגט זינט מיין שרייבן סקילס זענען באגרעניצט, איך וויל נאך מייחד זיין אפאר שורות איבער זיינע שיטות, ביכער (בעיקר זיין פילאזאפישע בוך The Big Picture) און פאדקעסט, ווי אויך פערזענליכע דברי הערכה, אבער איך בין גערן מסכים אז מען זאל מיר אויסכאפן.

די סיבה פארוואס איך שרייב דאס היינט איז ווייל היינט האט זיין Mindscape פאדקעסט דערגרייכט די 300'סטע עפיסאד, און איך קען שוין קוים ווארטן עס צו אויסהערן, נעמליך עס איז א סאלא עפיסאד איבער זיין באליבסטע נושא: צייט - לויט קוואנטום מעקעניקס. איך גיי מן הסתם נישט פארשטיין צופיל, אבער זיין קול איז מוזיק צו מיינע אויערן...

שוין, שיק
 
לעצט רעדאגירט:
שכח!
זיין קול איז מוזיק צו מיינע אויערן...
דיינע שורות זענען זיס און מיין הארץ און ליכטיגקייט אין מיינע אויגן.
ביטע באגרעניץ נישט דיין שרייבן סקילס! כ'ווארט אויף די נאכפאלגענדע שורות איבער זיינע שיטות
 
איך שפיר מיך שוין אביסל איבערגעשטרענגט זינט מיין שרייבן סקילס זענען באגרעניצט,
דאס איז שוין נאכן זיך איבערשטרענגן מיט דיינע באגרעניצונגן? רעב יוד דיין ענווה לאז ביטע אינעם קלאזעט, דו שרייבסט הערליך און קלאר! כמותך ירבו בקרעמל!
 
המשך (אין א בולעט ליסט אויסשטעל, כמן ימא לטיגנא, קמא קמא דמטא לידי):

  • קעראל'ס עיקר פעלד איז קוואנטום מעקעניקס / קוואנטום פעלד טעאריע, ער איז בולט אין דעם פעלד אלץ א פראפאנענט פון די פילע-וועלט אינטערפעטאציע וואס לויטעט אז אונזער יוניווערס איז איינס פון אומצאליגע אנדערע יוניווערסעס. ער טענה'ט אז דאס איז די גלאטסטע מהלך אין די גרויסע קוואנטום מיסטעריע.
  • ער איז אויך שטארק פארנומען מיט ענטראפיע / סטאטיסטיקעל מעקעניקס, און אז דאס איז וואס שטייט הינטער די פייל פון צייט.
  • זיין פאמיליע איז קעטאליק און ער האט חוזר בתבונה געווען אלץ יונגער מאן, ער פרעפערט די טערמין נאטורעליסט על פני אטעאיסט, אבער טוט נישט באהאלטן זיין אטעאיזם ווען ס'קומט אריין.
  • לעבט מיט זיין ווייב און קעצלעך וועמען ער ליבט און לאזט זאגאר אים קריכן אויפ'ן קאפ. (אין איינע פון די ביכער אדער לעקציעס ברענגט ער ארויס זיין אומבאקוועמליכקייט מיט די שראדינגער קאץ עקספערעמענט...)
  • מחבר פון עטליכע גרויסע ביכער, יעצט קומט ארויס די דרייטע טייל פון זיין טרילאגיע: The Biggest Ideas in The Universe. ער האט אויך א סעריע פון יוטיוב ווידיאוס מיט די זעלבע נאמען, געמאכט געווארן דורכאויס די קאראנא עפידעמיע, מעז יצא מתוק.
  • זיין בוך The Big Picture איז איבער די פאזיטיווע צוגאנג צו לעבן אין שאטן פון נעטורעליזם, ער טוט פראומאוטען די געדאנק פון פאעטישע נעטורעליזם; מיר מעגן ליבן, האפן און רעדן ווי נארמאלע מענטשן אין טאג-טעליכע טערמינען, כאטשיג מיר* ווייסן אז עס עקזעסטירט בלויז די נאטורליכע וועלט, און אלעס איז שוין פאראויס דעטערמינט. עס זענען צוויי באזונדערע רעלמען, אקעדעמיע און טאג-טאגליכע לעבן.
  • זעלבסטפארשטענליך אינדורסירט העריס אין נאוועמבער...
אפשר וועל איך צולייגן מער שפעטער.
 
לעצט רעדאגירט:
צום שלוס;
אין א וועלט פול מיט חכמים ונבונים, ביכער און דזשורנאלן, זענען דא אלע סארט מדריגות און רעפאטאציעס, און איך ווייס אייגנטליך נישט וואו פונקטליך דר. קעראל פיט אריין, נעמליך איך בין אן דרויסנדע אטאדידאקט, ווי נאך פילע דאהי, מן הסתם. אבער אזויפיל בין איך איבערצייגט אז דר. קעראל איז אן אויסגעהארעוועטע עילוי, א לעכטיגע יומען-ביאינג און א קוואל פון חכמה ומדע, איך רעקאמאנדיר שטארק אים צו קענען-לערנען, דא איז זיין וועבסייט: Sean Carroll – Preposterous Universe.

איך וועל נאר צולייגן אפאר קרישקעלעך + א מתנה פאר די חשוב'ע חברים;
  • אין זיין א.ד. 'מיינדסקעיפ' פאדקעסט פרובירט ער צו עסקעיפן זיין טאג טעגליכע פיזיקס און רעדן מיט אינטערסאנטע מענטשן איבער אלץ און אלעמען, למעשה אבער פאלט ער היבש אפט דורך און אסאך פון זיינע געסט זענען פיזיסיסטען און קוואנטום-מעקעניקער... ספעציעל אין זיין מאנאטליכע AMA פאדקעסטס איז א גרויסע טייל דערפון געווידמעט אויף די א.ד. נושאים.
  • ער האט אמאל געהאט דעם ארטאדאקסישען דזשערעמי ענגלאנד אויפ'ן פאדקעסט, די שמועס איז ווי פארשטענדליך געווען רעספעקפול און אינטערסאנט טראץ די מיינונגס פארשידענהייטן איבער הקדוש והיקר.
  • אויף א פלאץ דרוקט ער זיך אויס אויף איינשטיין אז ער (איינשטיין) באקומט נישט גענוג קרעדיט אלץ א פיזיסיסט.
  • אויף אן אנדערע פלאץ דרוקט ער זיך אויס מיט הערצה אויף Daniel Dennett אז ער איז אין א העכערע ליגע ווי זיינע באקאנטע 3 קאלעגען אין די ניי-אטאעיזם באוועגונג. (בכלל דולד ער נישט צו שטארק Sam Harris וחבר מרעיו.)
  • די הקדמה צו די א.ד. טרילאגיע The Biggest Ideas הייבט ער אן מיט זיין שאיפה אז ווען מענטשן טרעפן זיך נאך א שווערע טאג ארבעט זאלן זיי שמועסן איבער פיזיקס, ענליך צו וויאזוי מ'שמועס פאליטיק... ר' מאיר שפירא סטייל.
  • זיין פעיוואריט ט.וו. שאו איז די Wire.
און דא האט איר, טייערע חברים, די לעצטע פרק פון די א.ד. בוך The Big Picture; נאכ'ן איבערגיין בעומק וברוחב אלע גרויסע פילאזאפישע און סייענטיפישע שאלות אין סתרי הבריאה, שליסט ער דעם ספר מיט אט דעם פרק: Existential Therapy, אויב די נאמען רעדט צו אייך דאן וועט איר האפנטליך הנאה האבן דערפון.
 

בייגעלייגטע פיילס

לעצט רעדאגירט:
Back
Top