דריטע וועלט קריג

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
760
רעאקציע ראטע
3,052
ווי דער דייטשע טאבלויד דער בילד לייגט עס אראפ האט ארויסגערינען א מיליטערישע דאקומענט אז אין אנהויב פון יארע 2025 למס' וועט אויסברעכן א דריטע וועלט קריג, דורך דעם וואס רוסלאנד גייט דירעקטלי אטאקירן נאטא און די ביליאנען דאללארן וועלכע די אמעריקאנער האבן אינוועסטירט אין אוקראינה וועט אויסגעטריקנט ווערן.

איז יעצט די צייט (כאטשיג אויך שוין צו שפעט) צו פלאנירן וואס מ'טוה מיר נאך די מלחמה און וואו אהין אויב וועט מען ברויכן אנטלויפן גייט מען פון דאנעט. אונזערע עלטערן און זיידעס, די קלוגערע וועלכע האבן שוין במילא געזוכט א וועג ארויס אינעם פרייען וועלט, ארויס פון די מזרח יוראפעישער צוקוועטשקייט, זענען סאמהאו אנגעקומען קיין לאס אנדשעלעס אדער פלארידא, סאוט אמעריקע אדער אנדערע לענדער. טייל האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג דוקא, ווייל זיי האבן יא געוואלט פארזעצן מיט די יוראפעישער צוקוועטשקייט, האבן דוקא יא געוואלט וואוינען נעבן דעם סאטמערע רבי'ן צו אנדערע רבי'ס אדער רבנים.

טוישן לבוש, שערן די בארד, זיך געבן אנדערע נעמען וכו' וכו', בקיצור מ'קען אנהייבן פון דאסניי. אוודאי איז א מלחמה, איבערהויפט א וועלט מלחמה, נישט א זאך וואס סיי ווער וויל עס לכתחילה און קיינער וויל נישט זיך ברויכן טוישן לכבוד דעם, אבער אז ס'געשעהט שוין, ברויך מען עס איינקעשן מיט די מאקסימום פראפיט. אלזא זאל זיך דער עולם לאזן הערן מיט פלענער. פאנטאזיעס איז אויך גוט.
 
כ'צוה זיך פשוט אריבער מיטן געזינדל צום דשונגל.
איין מינוט. כ'פלאן סייווי נישט צו טוישן גארנישט פון וואס כ'טוה יעצט.
סאו אלעס די זעלבע
 
פארוואס מיינסטו אז א דריטע וועלט קריג, וועט אונז מאכן אנטלויפן?
ווי וועט דען זיין בעסער ווי דא?
 
פארוואס מיינסטו אז א דריטע וועלט קריג, וועט אונז מאכן אנטלויפן?
ווי וועט דען זיין בעסער ווי דא?
אין בעלזא (קענסט די ניגון מיין שטעטעלע בעלזא) מישקאלץ, דעברעצין, אדעסא, בערלין האט מען אויך געמיינט אז ס'קען נישט זיין בעסער.
 
אין בעלזא (קענסט די ניגון מיין שטעטעלע בעלזא) מישקאלץ, דעברעצין, אדעסא, בערלין האט מען אויך געמיינט אז ס'קען נישט זיין בעסער.
למעשה ביי יענע מלחמה, איז אמעריקע געווען א גוטע אפציע, אבער ווען ס'וועט קומען א מצב, אז אמעריקע וועט אויך נישט זיין גוט, ווי מיינסטו גייט זיין בעסער?
 
ס׳איז א שאד זיך צו זארגן, אונז האבן רבנים וואס גייען שוין זאגן וואס צו טוהן, אזוי ווי בא קאוויד… און די צווייטע וועלט מלחמה…

ערענסט גערעדט, דיין צושטעל צו די צווייטע וועלט מלחמה איז נישט קיין פארגלייך, פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז נאך נישט געווען קיין שומרים מיט שמירה, היינט דארף מען זיך נישט זארגן.
 
איך זיך א פלאץ וואס האט וויניגער געלט און ווייניגער מאכט.
אז מ'גייט דורך נאך א וועלט'ס קריג זאל איך לאנדען אין וויסטע סיביר.
מיט אסאך אלקאהאל און בערען.
מענטשן בייסן אסאך מער, און קאקא קולא איז סיי ווי סם.
פאר א נויט וועט א חבד'סקער שליח זיך לעקן צו מיר כדי כ'זאל לייגן תפילין און כ'וועל האבן אייס סקאלפטורט מנורות אין חנוכה פאר טראדיציעַ.
מיט ווייניג מאסקיטאס.
סיביר איז איט.
 
איך זיך א פלאץ וואס האט וויניגער געלט און ווייניגער מאכט.
אז מ'גייט דורך נאך א וועלט'ס קריג זאל איך לאנדען אין וויסטע סיביר.
מיט אסאך אלקאהאל און בערען.
מענטשן בייסן אסאך מער, און קאקא קולא איז סיי ווי סם.
פאר א נויט וועט א חבד'סקער שליח זיך לעקן צו מיר כדי כ'זאל לייגן תפילין און כ'וועל האבן אייס סקאלפטורט מנורות אין חנוכה פאר טראדיציעַ.
מיט ווייניג מאסקיטאס.
סיביר איז איט.
נאפ, סיביר איז נישט קיין אפציע
ווייסט דאך אז ס'איז גלאבעל ווארמינג, און ס'וועט קומען א טאג, ווי אלע שניי פון סיביר וועלן זיך אויפלאזן, און די וועסט ח״ו בלייבן ווי א פיש אין וואסער...
 
כ'צוה זיך פשוט אריבער מיטן געזינדל צום דשונגל.
פאר דעיס דארף מען נישט ווארטן אויף א מלחמה ח״ו, לאמיר נאר וויסן ווי און אין וועלכן דזשונגל אין כ׳קום שוין מיט מיט דיר.
 
גיימיר מופן אויף כינע, דארט איז די נעקסטע גרעסטע וועלטס מאכט, אונז גיימיר דארט ווי די געלט איז....
דארטן הייסן די דיינים נעמען בירט קאנטראל ודו"ק....
ווי אויך איז די אינטערנעט געפילטערט...
און כ'מיין אז נישט צאלן טעקס איז טויט שטראף.

בקיצור, איך דארף ערנסט טראכטן דערוועגן 😏
 
שוין א לאנגע פאר יאר וואס איך טראכט דערפון. יאך ליין שוין די מאפע פאר יארן אלס כדי צו וויסן מיין אנטלויפס פלאן.

אבער.. כאנאכניש קיין אויסוואל.. אפשר שווייץ אדער אסטראליע.. העמער דארפן זעען צו ווי די לעצטע שיף וועט פארן, ווי איך וועל בדרך נס קענען זיך ארויפכאפן..

אבער וואס איך שוין יא געטראכט אסאך און דאס האט שוין יא מער ווייניגער זיך געפארעמט און מיין קאפ איז די ויהי אחרי..

נסיעות צו דער היים אין אמעריקע לכבוד די יארצייט פון איך ווייס נישט וועמען.. למשל אזא צדיק ווי איצא גליק.. פארשער האבן געטראפן אז ער האט זיך געשריבן מיט אלע רבנים בזמנו.. געפירט ביד רמה זיין מוסדות סאכדעס האראבנים.. ער האט געראטעוועט אידישקייט אין זיין צייטן.. סאטמארע רבי ליגט נעבן אים..

בקיצור.. מען וועט באזיכן וויליאמסבורג, דשערזי סיטי, און שבת וועט מען זיין ניו בראנסוויק ניו דשערזי נעבן דעם ציון פונעם צדיק פון תולעת יעקב וואס איז אווועק על קידוש השם בימי קאראנא..

עפעס אזוי וועט עס אויסזען ווען אינפו וועט נישט זיין קלאר און זיכרונות איבער עפעס א מחלוקת אין סאטמאר וועט זיין פרעמעד. "דארפסט פארשטיין" וועל איך זאגן דאן פארן אינטערוויער.. "סאטמאר איז דעמעלטס געווען היבש גרויס, ממילא איז די מחלוקת געווען א מדובר.. אבער היינט וואס פעלט אויס צו רעדן.." איך וועל שילדערן איבער די מחלוקת "מען האט זיך געקריגט איבער הלכהישע אנגעלעגנהייטן ווי כשרות ביי עופות וכו', פארשטייט זיך אז געוויסע אינגען האבן עס גענומען מער פיזיש.. אבער בכלליות איז נאר געווען איבער תורה"...

אבער דאס איז אמאל זיכער אז ווי דער עולם קומט אן וועל איך לויפן סאנדערע וועג.. און לייקענען מיין אפשטאם ווען עס פעלט אויס..
 
למשל אזא צדיק ווי איצא גליק.. פארשער האבן געטראפן אז ער האט זיך געשריבן מיט אלע רבנים בזמנו.. געפירט ביד רמה זיין מוסדות סאכדעס האראבנים.. ער האט געראטעוועט אידישקייט אין זיין צייטן.. סאטמארע רבי ליגט נעבן אים..
און אויב מ׳קען נישט פארן צו זיין קבר קען מען גייען צו זיין ברידער׳ס ציון ווי מזעהט גרויסע זאכן…
 
און אויב מ׳קען נישט פארן צו זיין קבר קען מען גייען צו זיין ברידער׳ס ציון ווי מזעהט גרויסע זאכן…
אדער מאכן א מלוה מלכה, בויען א קיך כדוגמת רעב שייעלע, סוכ"ס האט ער דאך אנגעפירט מיט די באקאנטע סאכדעס ארגענעזאציע וועלכע האבן ג'כשר'ט (און ג'טרפה'ט פאר ווער ס'האט נישט באצאלט די ביל) עסן פאר אידישע קינדער
 
דרום אמעריקע האט אסאך גוטע אפציעס, דאס לעבן איז ביליג דארט און א איד מיט גוטע קאנטאקטען דארף צו קענען מאכן פרנסה ווי נישט ווי, (אין גואטעמאלא האבן מיר שוין אפילו א היימישע באזע מיט די קהלת אור חדש).

וואס טוט זיך אין אזיע? טיילאנד איז גאר א גוטע אפציע און די לענדער דארט ארום זענען אויך נישט אוועקצומאכן.
 
אין די איצטיגע מצב בין איך אל פאר ארגענטינע
 
Back
Top