דריידעלע דריידעלע גיב זיך א דריי

דאקטאר-ראבינער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 22, 2024
מעסעדזשעס
347
רעאקציע ראטע
1,110
איך וועל עס מאכן קורץ און צום פונקט.
איינער ווייסט ווער עס האט אויפגעמאכט אז די אידן האבן געשפילט דריידל ווען זיי האבן זיך באהאלטן אין די מערות?
דער פריעסטער מקור וואס איך האב געטראפן איז לעיבל וועינשטאק. איינער האט א פריערדיגער?
 
די דריידל איז געווען א גריכישע שפיל וואס איז לויט היסטאריקער געווארען אדאפטירט דורך די אידן, און געניצט צו אויסנארן די יונים.

זוי זאגט עי איי…
 
אויף וויקעפידיע שטייט, די ערשטע מקור ווי ס׳דאקעמענטירט איז אין 1890.
 
עס איז ממש א חידוש אז א טעם אויף דריידל וואס איז קוים הונדערט יאר אלט איז אנגענומען ביי יעדעם ווי תורת משה אליינס
רוב פין אינזער תורת משה זאכען זענען קוים הונדערט יאר אלט משא״כ תורת משה המקורי מעג מען היינט אנפייפען כמו גניבה גזילה ועוד ועוד
 
עיין כאן.

איך האב עס צוגעברענגט דא.

די ערשטע מקור איז אין 1890 אין אוצר מנהגי ישורון. עיין כאן
א דאנק. נישט געוואוסט אז לעיבל וועינשטאק האט געהאט מקורות. באלד וועט מיך נאך איינער צוברענגען מקור אויף roo wrooo roo wrooo.
 
עס איז ממש א חידוש אז א טעם אויף דריידל וואס איז קוים הונדערט יאר אלט איז אנגענומען ביי יעדעם ווי תורת משה אליינס
איך וויל וויסן נאכמער, דער מחדש פון דעם טעם, וואס נאך האט ער מחדש געווען?

באלד וועט מיך איינער נאך זאגן אז פרעה איז נישט געלאפן מיט פידזשאמעס, ר׳ מאיר ש”ץ איז נישט אריבער דעם סמבטיון, די עשרת השבטים, אויב זיי אידענטיפיצירן זיך נאך אלס אידן זענען זיי פיל שוואכער פון אונז אין אידישקייט, נישט הייליגער, דער שר מקוצי איז נישט געווען מאיאר פון קוצי, דער מהר”ל האט נישט געמאכט קיין גולם, אין פראג איז נישטא קיין פינעווער פאלאץ, דער בעש”ט איז נישט געפארן מיטן וואגן יעדע מוצ”ש, אלדד הדני איז געווען א שקרן, די שווארצע קאץ האט נישט צוגעכאפט קינדער פארן ברית, מען האט נישט צוגעשפארט וואלאזין וועגן לימודי חול, דער מהר’ל איז נישט געווען אין בריטיש מוזעאם, ר׳ שאול וואהל איז נישט געווען קעניג אויף איין טאג, דער רמב”ם האט נישט געלערנט גאנץ חכמת רפואה פון ורפא ירפא, די מתים זענען נישט געקומען צולויפן אויף בעלז ווען דער שר שלום האט געזאגט מחיה מתים, די פענסטער אינעם בעלזער שול זענען נישט געווען פונעם בית המקדש, יעקב אבינו האט נישט געזונגען צו די שאף צוה ישועות יעקב, ווען משיח וועט קומען וועט ער בכלל נישט ווייזן מיט די פינגער, אה, און צום לעצט, הרב קוק איז נישט געווען א מחלל שבת.
 
ווען משיח וועט קומען און זעהן וואס דער עולם גלייבט אלס (דיין גאנצע ליסטע מיט א שמוץ אריבער)... וועט ער שוין איינמאל ווייזן די פינגער.
 
איך וויל וויסן נאכמער, דער מחדש פון דעם טעם, וואס נאך האט ער מחדש געווען?

באלד וועט מיך איינער נאך זאגן אז פרעה איז נישט געלאפן מיט פידזשאמעס, ר׳ מאיר ש”ץ איז נישט אריבער דעם סמבטיון, די עשרת השבטים, אויב זיי אידענטיפיצירן זיך נאך אלס אידן זענען זיי פיל שוואכער פון אונז אין אידישקייט, נישט הייליגער, דער שר מקוצי איז נישט געווען מאיאר פון קוצי, דער מהר”ל האט נישט געמאכט קיין גולם, אין פראג איז נישטא קיין פינעווער פאלאץ, דער בעש”ט איז נישט געפארן מיטן וואגן יעדע מוצ”ש, אלדד הדני איז געווען א שקרן, די שווארצע קאץ האט נישט צוגעכאפט קינדער פארן ברית, מען האט נישט צוגעשפארט וואלאזין וועגן לימודי חול, דער מהר’ל איז נישט געווען אין בריטיש מוזעאם, ר׳ שאול וואהל איז נישט געווען קעניג אויף איין טאג, דער רמב”ם האט נישט געלערנט גאנץ חכמת רפואה פון ורפא ירפא, די מתים זענען נישט געקומען צולויפן אויף בעלז ווען דער שר שלום האט געזאגט מחיה מתים, די פענסטער אינעם בעלזער שול זענען נישט געווען פונעם בית המקדש, יעקב אבינו האט נישט געזונגען צו די שאף צוה ישועות יעקב, ווען משיח וועט קומען וועט ער בכלל נישט ווייזן מיט די פינגער, אה, און צום לעצט, הרב קוק איז נישט געווען א מחלל שבת.
אבער אז מייערן צימעס איז א גוטע מאכל דאס ביסטו שוין זיכער מודה…
 
Back
Top