דאס השתלשלות פון פרעמדע תנועות

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
667
רעאקציע ראטע
4,260
איך עפן דא א שנירל בדומה צו די שנירל פון גע'גנב'טע ניגונים.

די חילוק איז, אז דארט רעדט מען פון קלארע גניבות, און אין אסאך פעלער היבש פארפירעריש, ווי דער זינגער האט פשוט און פראסט גענומען א גוי'אישע ניגון און עס געמאכט אייגנס. געוויסע האבן אפי' פשוט ליגנט געזאגט איבער ווער דער קאמפאזיטאר איז, און געהאפט מען וועט קיינמאל נישט אויסגעפונען.

דא אבער רעדט מען פון "געוויסע תנועות", און צומאל די וויכטיגסטע/מערסט-געדענקטע תנועה, אין א ניגון, וואס הגם מען קען נישט אייביג אויפווייזן שווארץ אויף ווייס אז ס'איז גע'גנב'ט, קען מען אבער נוצן די אייגענע שכל, נוצנדיג anecdotal evidence ווי מ'רופט עס, און יעדער זאל אליינס מחליט זיין.
 
לרגל די פטירה פון א שווארצע פּאסטעך מיטן נאמען Roberta Flack, וויל איך טאקע רעדן דא פון איר מערסט באוואוסטע ניגון killing me softly.

View: https://youtu.be/mrudT410TAI?si=7V5J7aYZgaUpq9Xj

ארויסגעגעבן אין 1973, איז עס געווען א שטארקע היט דורכאויס די 1970s אין אמעריקע, און געווארן נאמינירט פאר גרעמיס, אא"וו.

אין די 1980s איז באקאנט געווארן א נייע קאמפאזיטאר אין די מוזיק וועלט אין מדינת ישראל מיטן נאמען הנרי ברטר.

זיין ערשטע שטארקע סוקסעס איז געווען אין 1981 מיט די ניגון "תפילה" וואס ער האט געגעבן פאר די זינגערין עפרה חזה.

View: https://youtu.be/PzTBcgQ_J2k?si=VpJviBnStrSaur8X

הערט די אנהייב פון די הויכע פאל פון ביידע און איר זייט די שופט. (ס'איז די שטערקסטע, און מערסט מערקבארע, תנועה ביי ביידע ניגונים)

פארשטייט זיך אונז קען מיר די ניגון דורך עומר אדם וואס האט דאס פאפוליזירט מיט אפאר יאר צוריק.

View: https://youtu.be/mQiTfvht20I?si=rvVzqNYmYH-hrZgJ

מערקט ווי מ'קען מיט די זעלבע תנועה גיין פון soft jazz צו rock און דערנאך צו modern pop.

האטס מיר א גוטן טאג!
 
לעצט רעדאגירט:
אה! א דאנק @מר שושני פאר'ן עפענען

כ'האב ממש לעצטנס געטראפן וואס איך מיין איז דער מקור פון 'דער חלום' פון ר' יו"ט עהרליך (פון מיין פעיוואריט יו'ט עהרליך ניגונים). א 19צטע יאר הונדערט ראמאנטיק. ס'איז אביסל אנדערש כ'בין אבער היבש קאנפידענט אז פון דא קומט עס. ס'איז נישט אין די בלאג וואס איז געלינקט אינעם שכנתדיג'ן שנירל, מ'קען עס צולייגן צום ליסטע;

(כ'בין נישט זיכער אויב ס'באלאנגט דא, אדער אינעם שנירל וואס האסט געלינקט, אדרבה, כ'בין נייגעריג וואס אנדערע האלטן)

View: https://youtu.be/-RGHnVMVXMA?si=u3jxVbr-nqp_nuix

View: https://youtu.be/LZW_q6RMnOk?si=ELnM1MSCrcq3Pv4_
 
ביטע לייגט אין יענע שנירל. ס'איז אקוראט די זעלבע.

וויאזוי האסטו עס געטראפן?
 
איך וועל לאזן יעדן אליין אפמאכן.
לדעתי איז דא א שטארקע איינפלוס, און אפשר גאר דירעקט גענומען, באוואוסטזוניג צו נישט.
View: https://youtu.be/8StKOyYY3Gs?si=oQdzLLx_7k299QWm

View: https://youtu.be/tHTG0iMr5Rg?si=KPkGm1ntKK31kbEQ
ס׳דא עפעס א מעשה אז איינער איז אמאל צוגעגאנגען צו סאטמאר רבי (ר׳ יואל זי״ע) אז די תורה וואס ער האט געזאגט יענע וואך האט ער שוין געזאגט אפאר וואכן פריער, האט די רבי אים צוריק געזאגט אז איינער וואס פארשטייט נישט צו ניגונים האלט אויכט אז יעדע צווייטע ניגון איז די זעלבע.

נעמען צוויי ניגונים וואס זענען נישט די זעלבע נאר האט א קנייטש וואס זעהט אויס כמעט די זעלבע מיינט נישט גארנישט, ווען איז די לעצטע מאל וואס די האסט געהערט א נייע חסידישע ניגון און די האסט געזאגט wow דאס איז א נייע דערהער וואס די האסט נאכנישט געהערט? רוב נייע היימישע ניגונים ווען מ׳הערט עס די ערשטע מאל טראכט מען פון ווי קען איך די טאון איך האב עס שוין אמאל געהערט
 
ס׳דא עפעס א מעשה אז איינער איז אמאל צוגעגאנגען צו סאטמאר רבי (ר׳ יואל זי״ע) אז די תורה וואס ער האט געזאגט יענע וואך האט ער שוין געזאגט אפאר וואכן פריער, האט די רבי אים צוריק געזאגט אז איינער וואס פארשטייט נישט צו ניגונים האלט אויכט אז יעדע צווייטע ניגון איז די זעלבע.
איך האב שטודירט music theory and composition אין מיינע יונגע יארן. 🤷🏻‍♂️
איך בין אבער ווייט פון אן אן עקספערט. אדרבה איך לייג עס דא צו שמועסן, נישט צו זאגן זאכן אלס אויטאריטעט.

רוב נייע היימישע ניגונים ווען מ׳הערט עס די ערשטע מאל טראכט מען פון ווי קען איך די טאון איך האב עס שוין אמאל געהערט
טאקע וועגן דעם ברענג איך נישט דא יעדע חסידשע ניגון.
איך האב געברענגט דווקא אזעלכע ווי די שטארקע חידוש אין די ניגון, וואס מאכט עס unique, הערט זיך שטארק די זעלבע ווי אן אנדערע באוואוסטע ניגון מיט די זעלבע תנועה.

איך זאג אבער קלאר אינעם ערשטן תגובה אז דא איז דווקא פאר זאכן וואס איז נישט מוכרח.
 
איך וועל לאזן יעדן אליין אפמאכן.
לדעתי איז דא א שטארקע איינפלוס, און אפשר גאר דירעקט גענומען, באוואוסטזוניג צו נישט.
View: https://youtu.be/8StKOyYY3Gs?si=oQdzLLx_7k299QWm

View: https://youtu.be/tHTG0iMr5Rg?si=KPkGm1ntKK31kbEQ
איך הער אויס לענארד כהן ליטערעלי יעדן איינציגן טאג כ'פריי מיך צו זעהן אז נאך איינער קען זיין נאמען

איך הער נישט עכט קיין שטארקע ענליכקייט
איך קען הערן אז ס'זאל האבן א ענליכע פיל, אבער נישט עכט די זעלבע אוועראלל
 
ויהיו זרעי די שטארק באקאנטע ניגון פון יאנקי דאסקאל
הייבט זיך אן די זעלבע ווי די ראפשיצע ידיד נפש
 
איך הער נישט עכט קיין שטארקע ענליכקייט
איך קען הערן אז ס'זאל האבן א ענליכע פיל, אבער נישט עכט די זעלבע אוועראלל
ס'קען זיין איך האב מיר נישט גוט ערקלערט.
איך הער א שטארקע ענליכקייט צווישן לענארד כהן'ס "לאלא, לאלאלאלא, לאלא"... אין אנהייב, און ארהלע סאמעט/הערשי ראטנבערג'ס "למה למה למה למה למה... איה איה איה איה איה...".

אפי' די עצם איבערזאגן די זעלבע ווארט אזויפיל מאל איז נישט פאפולער עכט מיט היימישע ניגונים.

זעהסט נישט די ענליכקייט? די קארדס, די סטיל, די ריטם?

ס'איז נישט מוכרח, אבער איך מיין ס'איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די לאלא... האט איהם געשפילט איינמאל אין קאפ ווען ער האט זיך עפעס צוזינגען ביי לא לנו ביי הלל.

איי... למה למה למה למה למה... אייאיי למה יאמרו הגויים.
איייי איה איה איה איה איה... אייאיי איה....

דערנאך האט ער עס שוין ארומגעפוצט...

(איך זאג נאר ס'איז מעגליך)

איך הער אויס לענארד כהן ליטערעלי יעדן איינציגן טאג
אוודאי אזוי. דארפסט דאך שטיצן דיינע קאנאדישע האומיס. איך האף דו פארגעסט נישט פון דעם בלאנדן שיינער ביבער...
 
אוודאי אזוי. דארפסט דאך שטיצן דיינע קאנאדישע האומיס. איך האף דו פארגעסט נישט פון דעם בלאנדן שיינער ביבער
ביבער איז א וויליאמסבורגער היינטיגע צייטען, צום סוף זעהט יעדער איין אז די רבי איז גערעכט געוועהן.
 
אוודאי אזוי. דארפסט דאך שטיצן דיינע קאנאדישע האומיס. איך האף דו פארגעסט נישט פון דעם בלאנדן שיינער ביבער...
ביבער האט נישט עכט רעזאנעיטעד מיט מיך

לענארד דארף יעדער אויסהערן נישט נאר קאנאדישע
כ'האב שוין לאנג געוואלט גיין באזוכן זיין קבר דערווייל איז מיר עס נאכנישט געלונגען
די ערשטע מאל כ'האב מיך אנגעטראפן מיט אים איז געווען אין א סיגאר לאונדזש אין מאנטרעאל וואס פון די פענסטער קען מען זעהן אז ריזיגע בילד פון אים, אסאך שעות האב איך שוין פארברענגט דארט

איינער דארף טאקע עפענען א סיגאר שנירל קודם פשוט פאר די בעיסיקס און אזוי גיין ווייטער אין ווייטער
 
געעפענט
 
ויהיו זרעי די שטארק באקאנטע ניגון פון יאנקי דאסקאל
הייבט זיך אן די זעלבע ווי די ראפשיצע ידיד נפש
איך בין נישט קיין מבין צו זאגן א דעה דערויף, אבער ער זאגט אלץ נאך פונעם אמרי חיים אז די זכרון איז א גנב...
 
Back
Top