- זיך איינגעשריבן
- אפר. 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 285
- רעאקציע ראטע
- 1,388
דר. בּערנארד סוּטס האט מגדיר געווען א "געים" אלס וואו מ׳איז בהדיא בוחר צו בייקומען אייגענע אויסגעשטעלטע מניעות, וועלכע באדארפן נישט צו זיין קיינע מניעות בעצם, לפי געזעצן וואס מ׳איז מסכים צו, כדי אָנצוקומען צו א מטרה וואס מ׳דארף נישט און מ׳וואלט ווען געקענט אָנקומען אסאך גרינדער ווען נישט די אייגן-מסכים געווען מניעות. א דוגמא איז בּעסקעטבּאָל וואו (ווי די באקאנטע וויץ מיט ר' חיים קאניעווסקי זצ"ל) מען קען געהעריג אריינלייגן די בּאָל אז מ'וויל אינעם בּעסקעט אָן זיך דארפן מוטשענען מיט'ן דאס בּאַוּנסען וכדומה, וואס די מטרה אליינס פון דאס לייגן אינעם בּעסקעט איז בעצם א נאַרישע און נוצלאזע.
ער האט דאס גענומען נאך ווייטער און גע'טענה'ט אז ס׳איז יתכן לומר אז דאס גאנצע לעבן פונעם מענטש איז בעצם א געים וואס ער כאפט נישט אז ער שפילט. די מטרה איז לבסוף אָנצוקומען צו דאס טויט, אבער נאר עפ"י רוּלס וואס מ'שטעלט זיך אליינס אויס - מ'טאר נישט באגיין זעלבסטמארד. וממילא דארף מען דורכגיין אלע הרפתקי וואס דאס לעבן ווארפט צום מענטש, אלס דאס אלעס איז א חלק פונעם געים וואס מ'שפילט.
און נאכמער האט ער גע'טענה'ט, אז עפי״ז קומט אויס אז תכלית האנושי ויעודה איז טאקע בעצם צו שפילן געימס. והיינו, ווייל אין א יוּטאָפּיע וואו יעדעס מענטשליכע פראבלעם איז שוין געלעזט געווארן, אזש אז אָן קיין שום כח ווערט דאס געסאַלווט פאר׳ן מענטש (דורך מאשינען אא״וו) רגע כמימריה. קומט דאך אויס אז עס איז נישט דא קיין שום צורך פאר מענטשן משקיע צו זיין כח אויף איבערצוקומען מניעות פאר צרכים. וא״כ בלייבט נאר איבער פאר׳ן מענטש זיך צו שטעלן מניעות וואס פעהלן נישט אויס, און זיי בייקומען אויף געצוימטע וועגן וואס ער שטעלט זיך אויס בהדיא (ביחד מיט׳ן מעגליכקייט פון דורכפאלן און/אדער קאמפּעטישאן; ועיין בדברי דר. דזשאן דענעהער), וואס דאס איז דאך די הגדרה פון א ״געים״.
דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס דער פילאזאף בּערנאַרד וויליאמס האט גע'טענה'ט אז חיי נצחיים איז ל"ד א טובה פאר'ן מענטש. דאס איז ווייל עס איז מוכרח פאר'ן מענטש, באשר הוא "מענטש", צו אלעמאל האבן עפעס אלס האבן א ציהל צו ערייכן עפעס וואס ער האט נאך נישט. ולכן איז חיי נצחיים ל״ד א טוב, וויבאלד עס וועט עווענטועל אויסלויפן ציהלן פאר׳ן מענטש; זיי זענען ל״ד אינפיניט. און דערפאר, במקום וואו אלע באדערפענישן פונעם מענטש זענען אים ערגענצט אָן קיין שום יגיעה בכלל, די הכרח'דיגע צילן האט ער שוין נישט, דאן פעהלט אים אויס אייגן-געמאכטע צילן, וועלכע זענען טאקע בכלל נישט מוכרח לו - און דאס זענען געימס.
דאס איז מיר אפירגעקומען ביים זעהן די גאונות'דיגע מיניסעריע מרת. דעיוויס. (דאס איז פון דעימאן לינדעלאף, דער וועלכער האט געפירט די ברייט-באקאנטע לאָסט סעריע. און ווער עס האט דאס נישט געזעהן האט נאך נישט אָנגערירט די קליאמקע פון קריעיטיוו אַרט פון די טעלעוויזיע סעריע מידיאום.) די פּרעמיס דערפון איז אז עס איז דא א גאר פארגעשריטענע AI וועלכע האט ארויס מענטשן, אירע יוּזערס, לגמרי לגמרי. ולכן (ווי מ'קען זעהן לדוגמא אינעם דריטן עפּיזאד) קען עס צושטעלן פאר יעדן וואס ער בעצם דארף, זייענדיג אז עס קען אויסשטעלן מיט א געוואלדיגע עפישענסי, אפילו מיט גאר אסאך מענטשן און קאמפּלעקס סיסטעמען, גאר קאמפּלעקס טשעינס פון בּיהעיוויאר וואס מאכט יעדן "טיקן" אא"וו, אז עס זאל זיך אויסשטעלן על צד היותר טוב לכל אחד. און דערפאר איז שוין מער נישטא קיינע מלחמות אדער עניות אא"וו. זייענדיג אז עס איז שוין בעצם (מער-ווייניגער) א יוּטאָפּיאַ, קומט טאקע אויס אז עס שטעלט אויס צו מענטשן (און אלס א חלק פון דאס האלטן ביוּטאָפּיאַ) גאר קאמפּלעקס קוועסטס און געימס. אזוי ווי דר. סוּטס'ס טעזע.
עס האט נאך טיפע געדאנקען דערין, וועלכע איך וועל אפשר מער מפענח זיין אין קומענדיגע תגובות.
די סעריע איז אויך שטארק אַבּסורדיסט, אבער בכוונה און גאר גוט געמאכט; עס איז לגמרי סעלף-עוועיר דערפון (און סעלף-עוועירנעס איז אליינס א טרויׂפּ לגבי AI). עס איז א געוואלדיגע געוואלדיגע טיעפע און לעיערד שׁוֺי. ענליך צו די געוואלדיגע לאָסט סעריע פון לינדעלאף, אבער אויף סטערוידס. קריעיטיוו גאונות! (עס דערמאנט אויך א משהו פון דוד פינטשער׳ס די געים פילם, נאר נאך טיפער און קאמפּליצירטער.)

לעצט רעדאגירט: