- זיך איינגעשריבן
- אוג. 11, 2024
- מעסעדזשעס
- 15
- רעאקציע ראטע
- 310
- פונקטן
- 48
דאס יידישער דשוינט
צוטומלט, באמוטשעט,
פון חובות דערקוטשעט,
ווייסע קאַלער,
דאָרשטיג פאר דאַלער,
זיין אין די מײַלער,
לאָנדאוֹ און צאַללער,
הייסן א מוצלח,
ביי שנוקעס און פּיצלעך,
ארבעט שווער,
מאַכט, און וויל מער,
נאר דא איין קלער,
א מיליאנער ווער,
אנדערש מ׳קען נישט,
ס׳קלעקט נישט די רײַניש,
אויסגאַבּן בּאַצאָלן,
פאַר אלעם געמאָלן,
קאָנטרי און טשוּלנט,
מ׳ווערט דאך צומאָלן,
פון לעהרן הוֹיז,
א לאַנג פּאַפּיראס׳ל,
מיט גראָזעלעך לויז,
צומאָלן דורך יוסל,
ער שלעפּט ארויס,
אין טונקלן הויף,
מיט א צינדער אין שויס,
לעשט אויס די נויז,
אהן לשם ייחוד,
פאַרטרײַבּט אלע רוחות,
טעיק אוּף,
מ׳פליהט,
קוק פון אויבן,
העכער די שויבּן,
שטייען די טויבּן,
קעניג זיי לויבּן,
אויך איך דערהויבּן,
שַׁלֵּחַ תּוּשעלעך,
פארשידענע דרשה׳לעך,
געשיכטעס אויסמשל׳עך,
פלוצלינג א לאַך,
שבת אחים גם יח,
ביז טיף אינדערנאכט,
האלט איך זיך וואַך,
שטרענס באטראכט,
גאַלאקסיעס ווייט,
וואונדערליך צייט,
נאר דאהי איז נישט גלאַט,
פיל ווי איך קראַך,
די וועלט איז יעצט זיסער,
יאַגדעס אויך,
פרעס אבער מיאוסער,
פיל איז מיין בּויך,
עס און קיי,
ווי א קוּה אויף דער פריי,
ווי לאנג ס׳גייט,
מאָנטשי טיים,
א קורצע מנוחה,
שנעלע בדיחי,
פארמאכטע ביכער,
משה דו קריכער,
ווען ס׳מיר ניכטער,
צופרי - מארגן זוך מיר,
הויעך בלילות,
כ׳קוק אויף די כלי,
תּיבוּ - נו מילא,
פרעג נישט קיין שאלה,
די מלא משאלות,
געט אויך נישט אלעס,
מיין אלטע טלית,
די ברוינע פון שבּת,
שמוציג פון גאַלע,
אלעס מגלה,
חנוך ופלוא,
כ׳בּין מער נישט נארמאל,
איך מיט מיין כלה,
זענען געפאַלן,
פון לעבן געמאַלעט,
מציצה בַּמֶּה,
ס׳זייגט - האוֹ בּאַוט דע,
ארבּעט מ׳שעלט,
געלט קומט און פעלט,
א ריזיגער וועלט,
פּיצל געצעלט,
מ׳פרעגט, וואַט די העלל,
האף אויבן מ׳קוועלט,
און ווען איך בין הויעך,
ציה אריין רויעך,
האב איך מער כּח,
ארבעט מיין מח,
גאט זאָג איך שקויעך,
קאָנעקד אויך צו נח,
אמאל געווען צייטן,
פאר א מינוט וויל איך בייטן,
א אייזעלע רייטן,
מדבר א ווייטן,
קוילען א טאטן,
איוואַן א פעטן,
א צרה׳לע גלעטן,
פון צוקומנפט איך קלער,
וואס וועט זיין מער,
ספערן שוועבּן,
פאלשע רעגן,
וואס וועט מען מעגן,
וועט מען קאָפּ שעיווען,
אוי די פראבלעמען,
באדייט איבערגעבּן,
איך וויל דערלעבּן,
קינדער וואס קלעבּן,
וועלן מיך לייגן,
נאכן זיך בייגן,
אין א אייביגע שטייג,
מיט קלאַפּער געצייג,
ווייסע תכריכים,
די זיידע ירוחם,
אין בית עלמין זוך אים,
פּראַווען יאָרצייט,
זינגען כִּי נִחַם,
א תקופה נישט ווייט,
אנדערע צייט,
אנדערע טאנצן,
פארגעסן אינגאנצן,
זיידע געהאַט,
תְּהֵא נשמתי צְרוּרָה,
כ׳וויל א גרעסערע דירה,
צרוֹר החיים,
לאָמיר פרעסן און קייען,
אפּאר שעה זיך פרייען,
ביז האָן טוט קרייען,
דעם פלאָג בּאַנייען,
טוּ לייף - לחיים!
https://x.com/HevelVurik
צוטומלט, באמוטשעט,
פון חובות דערקוטשעט,
ווייסע קאַלער,
דאָרשטיג פאר דאַלער,
זיין אין די מײַלער,
לאָנדאוֹ און צאַללער,
הייסן א מוצלח,
ביי שנוקעס און פּיצלעך,
ארבעט שווער,
מאַכט, און וויל מער,
נאר דא איין קלער,
א מיליאנער ווער,
אנדערש מ׳קען נישט,
ס׳קלעקט נישט די רײַניש,
אויסגאַבּן בּאַצאָלן,
פאַר אלעם געמאָלן,
קאָנטרי און טשוּלנט,
מ׳ווערט דאך צומאָלן,
פון לעהרן הוֹיז,
א לאַנג פּאַפּיראס׳ל,
מיט גראָזעלעך לויז,
צומאָלן דורך יוסל,
ער שלעפּט ארויס,
אין טונקלן הויף,
מיט א צינדער אין שויס,
לעשט אויס די נויז,
אהן לשם ייחוד,
פאַרטרײַבּט אלע רוחות,
טעיק אוּף,
מ׳פליהט,
קוק פון אויבן,
העכער די שויבּן,
שטייען די טויבּן,
קעניג זיי לויבּן,
אויך איך דערהויבּן,
שַׁלֵּחַ תּוּשעלעך,
פארשידענע דרשה׳לעך,
געשיכטעס אויסמשל׳עך,
פלוצלינג א לאַך,
שבת אחים גם יח,
ביז טיף אינדערנאכט,
האלט איך זיך וואַך,
שטרענס באטראכט,
גאַלאקסיעס ווייט,
וואונדערליך צייט,
נאר דאהי איז נישט גלאַט,
פיל ווי איך קראַך,
די וועלט איז יעצט זיסער,
יאַגדעס אויך,
פרעס אבער מיאוסער,
פיל איז מיין בּויך,
עס און קיי,
ווי א קוּה אויף דער פריי,
ווי לאנג ס׳גייט,
מאָנטשי טיים,
א קורצע מנוחה,
שנעלע בדיחי,
פארמאכטע ביכער,
משה דו קריכער,
ווען ס׳מיר ניכטער,
צופרי - מארגן זוך מיר,
הויעך בלילות,
כ׳קוק אויף די כלי,
תּיבוּ - נו מילא,
פרעג נישט קיין שאלה,
די מלא משאלות,
געט אויך נישט אלעס,
מיין אלטע טלית,
די ברוינע פון שבּת,
שמוציג פון גאַלע,
אלעס מגלה,
חנוך ופלוא,
כ׳בּין מער נישט נארמאל,
איך מיט מיין כלה,
זענען געפאַלן,
פון לעבן געמאַלעט,
מציצה בַּמֶּה,
ס׳זייגט - האוֹ בּאַוט דע,
ארבּעט מ׳שעלט,
געלט קומט און פעלט,
א ריזיגער וועלט,
פּיצל געצעלט,
מ׳פרעגט, וואַט די העלל,
האף אויבן מ׳קוועלט,
און ווען איך בין הויעך,
ציה אריין רויעך,
האב איך מער כּח,
ארבעט מיין מח,
גאט זאָג איך שקויעך,
קאָנעקד אויך צו נח,
אמאל געווען צייטן,
פאר א מינוט וויל איך בייטן,
א אייזעלע רייטן,
מדבר א ווייטן,
קוילען א טאטן,
איוואַן א פעטן,
א צרה׳לע גלעטן,
פון צוקומנפט איך קלער,
וואס וועט זיין מער,
ספערן שוועבּן,
פאלשע רעגן,
וואס וועט מען מעגן,
וועט מען קאָפּ שעיווען,
אוי די פראבלעמען,
באדייט איבערגעבּן,
איך וויל דערלעבּן,
קינדער וואס קלעבּן,
וועלן מיך לייגן,
נאכן זיך בייגן,
אין א אייביגע שטייג,
מיט קלאַפּער געצייג,
ווייסע תכריכים,
די זיידע ירוחם,
אין בית עלמין זוך אים,
פּראַווען יאָרצייט,
זינגען כִּי נִחַם,
א תקופה נישט ווייט,
אנדערע צייט,
אנדערע טאנצן,
פארגעסן אינגאנצן,
זיידע געהאַט,
תְּהֵא נשמתי צְרוּרָה,
כ׳וויל א גרעסערע דירה,
צרוֹר החיים,
לאָמיר פרעסן און קייען,
אפּאר שעה זיך פרייען,
ביז האָן טוט קרייען,
דעם פלאָג בּאַנייען,
טוּ לייף - לחיים!
https://x.com/HevelVurik