דו ביסט דיין אייגענער משיח

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
506
רעאקציע ראטע
1,860
איך ווייס נישט אויב איך וואלט געשריבן דעם אשכול
ווען נישט וואס איך וויל מיטטיילן דעם ווידיאו (ס׳רירט פשוט די סטרינעס און איך קען נישט איבערקומען וויאזוי א צען יעריג קינד קען אזוי גוט hit all the notes

אבער אז איך האב עס שוין יא מיטגעטיילט וויל איך מודה זיין אז כאטש די ניגון איז זייער הארציג און זייער רילעיטעבּל, איז עס א פארבלענדעניש וואס די ראמאנטישע האליוואד קולטור טוט אונז כסדר דערמיט אויסנארן: צו מיינען אז אמת׳ע אהבה מיינט איינער זאל זיין דיין משיח און save you פון די שוועריקייטן אין לעבן.

איך בין א לאנגע צייט געווען miserable ווארטנדיג פאר אזא סארט פּארטנערשיפ וואו מיין שותף איז אלעמאל דארט פאר מיר, מיר צו מאכן גוט פילן, אבער דאס האט מיר אוועקגענומען פון אן אמת׳ע מציאות וואס איך קען יא האבן: א פארטנער מיט וועמען איך קען קאמיוניקעיטן און איז גרייט צו טון דאס בעסטע מיר צו שטיצן פונקט ווי איך טוה.

איינזייטיגע ערווארטונגען איז א רעסעפי פאר דיזעסטער און ultimately פאר טיפע אנטוישונג.

ווידעראום ווען מ׳האט א reciprical רילעישנשיפ ווי מ׳שעצט זיך איינע די אנדערע, מ׳קען זיך געטרויען און מ׳וויל דאס בעסטע פאר׳ן שותף איז עס א מחי׳ וויאזוי ס׳קען וואקסן אין ריכטונגען וואס מ׳קען זיך אפילו נישט פארשטעלן
(נישט אז ס׳פארט גלאטיג יעדן טאג,
ווי א bed of roses אבער
ווילאנג ס׳דא מער גוטע מאמענטן ווי שווערע,
לוינט זיך די פלאג)

בעיסיקלי, כ׳מוז מאכן א דיסקלעימער אז איך האב זייער ליב די ווידיאו אבער נישט די מעסידש פונ׳ם ליד. איך בין נייגעריג צו הערן אויב איינער פון ענק איז מסכים מיט מיר
View: https://m.youtube.com/watch?v=oEMmo8kh0ik&pp=ygUTdGhlIHZvaWNlIGJqYXJuZSAxMA%3D%3D
 
סאַרי כ׳האב דאס דערמאנט אין א צווייטע אשכול אבער אפשר איז וויכטיג קלאר צו מאכן: איך מיין נישט חלילה אז א מענטש דארף זיך ״אליין״ היילן און העלפן, דאס איז אן אוממעגליכע פארלאנג (in case no one told you,
the idea of a self-made man is a farce:
קיינער קען נישט אליין אויפבינדן זיינע שטריק. יעדער דארף אנקומען צו הילף
וואס איך האב געמיינט צו זאגן מיט׳ן זיין דיין אייגענער משיח איז פשוט צו נעמען
initiative
אריינלייגן די השתדלות צו טרעפן די ריכטיגע הילף
נישט אז דו ביזט אחראי אדער אז ס׳איז אפילו מעגליך
to do the whole job on your own
 
Back
Top