דאווענען פאר די וואס גלייבן נישט

Thanks

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 18, 2025
מעסעדזשעס
50
רעאקציע ראטע
141
פונקטן
28
סנישט קיין סוד אז סאיז דא אסאך אידן וואס גלייבן נישט זה בכה וזה בכה יעדער אויף זיין דרגא.

סדא וואס גלייבן אין גארנישט, ממש אטעאיסטן, סדא וואס גלייבן יא איז א גאט, נאר נישט אז ער הערט תפילות, סדא סתם סקעפטיקער, ועוד ועוד. אסאך פון די אידן קומען דאך אין ביהמד יעדן טאג און דאווענען, צו ווייל זיי זענען געצווינגן אדער ווייל זיי טוען עס פון געוואוינהייט.

איך בין נייגעריג צו הערן פון די סארט אידן, וואס טוען זיי למעשה ביים דאווענען. צו זאגן זיי למעשה ווארט ביי ווארט מיט כוונה? אויב נישט, סתם זיצן און זאגן ווערטער פאר א האלבע שעה? א וועיסט פון צייט ניין? וואס טראכטן זיי בשעת זיי זאגן ברוך אתה ה'?
 
ווער האט דיר געזאגט אז די מענטשן וואס גלייבן נישט קומען אין בית מדרש??
אדער קען מען גאר אננעמען די פאקט אז ער קומט אין בית מדרש אריין גלייבט ער יא, אפשר דעיס וואס די רעדסט זיך איין וואס ער האלט אין קאפ איז א סטיגמה, הע?
 
אפציע 1. שמועסן אין פאליש און טרינקען טעקילא ביים ליינען אין די עקסקלוסיוו קידוש אנגרייטן רום קלאב.
אפציע 2. מיט ווייבן מיט עולם, מען קען ענדשויען א דאווענען, פונקט ווי מען קען ענדשויען א טעילאר סוויפט אן גלייבן אז זי איז גאט.
אפציע 3. מען קויפט די כל העלונים פלאס השמיעיני און מען דריקט ארויס קרעמל שנירלעך און מען ווארפט זיך איבער מיטן טלית און אזוי ליינט מען אפ די דאווענען.
אפציע 4. מען זעצט זיך אריין אין ס׳כיסע און מען וואטשט א TV סעריעס.
אפציע 5. מען וואקט ביז די ווייטסטע שול מען זאגט אפ די בעיסיקס און מען קומט אהיים.
אפציע 6. מען דאווענט צי whoever עס האט באשאפן די וועלט, זאל עס זיין גאט, יוזל, עוועלוציע אדער גרויסער-אויפרייס.
 
סאסייעטי. ס'קען מאכן זיצן אין ביהמ"ד מאלן וואסער פאר שעות אין א צי.
 
געווענליך דאווען איך שחרית ביחידות, און ס'נעמט טאקע מערסטנס 10 מינוט ווייל איך האב נישט קיין נערווען.
 
אהן אריינגיין אין יא גלייבן צו נישט.

זיצן מיט זיך און מעדיטעיטאן אונטערן טלית בשעת די ברומען פונעם עולם העלפט אויפהערן טראכטן. (פלעג דאס טון אמאל)

טאקע א שאד כ'קום נישט אין שוהל יעדן טאג. ס'איז נישט אזא וועיסט פון צייט ווי ארומגיין א גאנצן טאג מיטן פאון און ניטאמאל קענען גיין אין ביה"כ אהן איר.

א מינוט ישוב הדעת איז מער ווי א גאנצע לעבן אהן איר!
-

אבער כ'פיהל ווי דער עיקר וואס מ'וויל דא איז וואלעדעישאן אויף די אונטערדריקעניש און ענקשאפט, די פרוסטריציע ווי מיין חבר וואס איז סטאק אין א פלאץ ווי וויליאמסבורג מיט א ווייב וואס האט די סיסטעם מיינדסעט, מיט קינדער אין די מוסד. און מ'פיהלט ווי ס'נישטא קיין וועג ארויס!

כ'פיהל פאר יעדער אין אזא מצב!
דו גייסט נישט בלייבן אזוי, אדער גייסטו מאכן א דראסטישן החלטה איבער לאזן אלעס, אדער גייסטו צוביסלעך טוישן דיין קאמיונעטי און מיינדסעט פון דיינע ארימיגע.

לעבן ווי אן אנוס אין א פלאץ ווי דיין מיינדסעט איז אומאקאצעפטירבאר איז גיהנום.

כ'האף דער וואס האט אזא שאלה האט א טעראפיסט.
 
רוב מענטשן זענען נישט מכוון
עס שטייט און שולחן ערוך אז אזוי איז די מציאות
כוונה איז מעכב נאר ביי קריאת שמע ביז על לבבך
אדער דוקא פסוק ראשון
ביי שמ״ע דוקא די ערשטע ברכה
אבער מען טהוט תקנת אבות און מען גלייבט
איז אה קעי
רוב מענטשן גלייבן אין גאט , און השגחה אויך
 
איך גיי אין שוהל אבער כהאב נישט קיין אנונג פארוואס.
איך דאווען פשוט ווייל אויב נישט שפיר איך שלעכט! גיי ווייס פארוואס(!)
 
אפציע 1. שמועסן אין פאליש און טרינקען טעקילא ביים ליינען אין די עקסקלוסיוו קידוש אנגרייטן רום קלאב.
אפציע 2. מיט ווייבן מיט עולם, מען קען ענדשויען א דאווענען, פונקט ווי מען קען ענדשויען א טעילאר סוויפט אן גלייבן אז זי איז גאט.
אפציע 3. מען קויפט די כל העלונים פלאס השמיעיני און מען דריקט ארויס קרעמל שנירלעך און מען ווארפט זיך איבער מיטן טלית און אזוי ליינט מען אפ די דאווענען.
אפציע 4. מען זעצט זיך אריין אין ס׳כיסע און מען וואטשט א TV סעריעס.
אפציע 5. מען וואקט ביז די ווייטסטע שול מען זאגט אפ די בעיסיקס און מען קומט אהיים.
אפציע 6. מען דאווענט צי whoever עס האט באשאפן די וועלט, זאל עס זיין גאט, יוזל, עוועלוציע אדער גרויסער-אויפרייס.
דו רעדסט פון שבת, איך בין נייגעריג אינדערוואכן, די וואס גייען אין ביהמד פאר שחרית מיינט אז זיי האבן אויפגעשטאנען פריער פאר עפעס א סיבה.
 
דו רעדסט פון שבת, איך בין נייגעריג אינדערוואכן, די וואס גייען אין ביהמד פאר שחרית מיינט אז זיי האבן אויפגעשטאנען פריער פאר עפעס א סיבה.
שבת איז אסאך מאל יסודות
וואכן גיי איך
דא טא די סיסטעם
 
דו רעדסט פון שבת, איך בין נייגעריג אינדערוואכן, די וואס גייען אין ביהמד פאר שחרית מיינט אז זיי האבן אויפגעשטאנען פריער פאר עפעס א סיבה.
אינדערוואכן איז עפעס וואס אסאך אזעלכע וועלן געווענליך איבערהיפן.
ס'איז דא גענוג וואס סקיפן שול אינדערוואכן אפי' זיי גלייבן יא אפיציעל.
 
אינדערוואכן איז עפעס וואס אסאך אזעלכע וועלן געווענליך איבערהיפן.
ס'איז דא גענוג וואס סקיפן שול אינדערוואכן אפי' זיי גלייבן יא אפיציעל.
יאפ.. ביי קאוויד האבן "די דאזיגע" כאטשיק געהאט די תפילין אינדערהיים, האט מען געלייגט,

יעצט איז די תפילין אין שול.. אין די מענטש נישט. אין מ'טרייט צי רוקן די תפילין איינמאל א וואך צי וויפול אויף אן אנדערע לאקעישען אין שול, צי צימישען די שטן...
 
1753271963815.png

א מוסולמענער מעיאר פאר'ן אידישער שטאט ניו יארק!... וואס דאווענט 5 מאל א טאג נישט נאר 3 מאל ווי אונז אידן זיינע וואוטערס...

*

דאווענען קען דינען ווי א ''פאועטרי קלאס'', מ'מוז נישט גלויבן אין גארנישט. אבער דאס צוזאם קומען 10 אידישע מענער פאר'ן זעלביגן ציהל, זיך צו מאכן טראכטן גוטע מחשבות, איז תפילה. מלשון פילל, זיך מאכן טראכטן.

איך נוץ דעם דאווענען פאר מיין ביזנעס צו נעטווארקן, אנטשטאט גיין צו ביזנעס עקספאס רעדט איך צו מענטשן איבער מאכן געלט.

פריי דיך אז ביסט נישט איינע פון די ביליאן מוסולמענער אויף די וועלט, נאר א קליינע טייל פון די וועלט נישט מער ווי זיבן אדער אכט מיליאן וואס דארפסט נישט דאווענען מער ווי 3 מאל א טאג. דער מוסולמענער מעיאר פון ניו יארק הרב זאכראן מאמדאני שליט''א, דאווענט נעבעך פינעף מאל א טאג, און ער דארף זיך ביקן ווי אונז יום הקדוש ביי עלינו לשבח יעדער איינציג תפילה די גאנצע דאוונען אויף דער ערד ליידער ל''ע ה''י רח''ל אויף אלע גוים געזאגט...!
 
לעצט רעדאגירט:
View attachment 7257

כבין טאקע נייגעריג, דער מאמדאני דאוונט טאקע פינעף מאל א טאג אדער ער איז איז אויך אזא מוסלעמענע באם וואס דאוונט נישט? ער זעט מיר אויס צו זיין א ליבעראלע נישט רעליגיעזע מוסלעם, דו ווייסט אז ער דאוונט יא 5 מאל א טאג?
 
מיך איז טאקע זײער שװער דאס דאװענען. און נישט װײל איך גלײב נישט אין גאט נאר װײל איך פארשטײ נישט אײנס, פארװאס אזא גרױסע גאט װאס װײסט סײװי גענױ װאס ס'פעהלט מיך ברױך מײנע תפילות און צװײ, ער קען במילא נישט טױשן די טבע, װײל ער מעג דאך נישט צונעמען מענטשן'ס בחירה, אלזא איז מײן דאװענען פאר עפעס, סײװי א תפילת שװא.

און אױב אלס שבח, איך זעה נישט דאס לעבן זאל זײן אזױ גוט אז מען זאל אים דאנקען אזױפיל. די פאר מאָלן װאס ס'געשעהן יא צו מיר גוטע זאכן, כדי ער זאל נישט מײנען אז ארױסצוקװעטשן א תפילה פון מיר דארף ער מיך באהאָגלען מיט שלעכטס ביז איך בעהט מיך ברחמים הושע נאָ, הרף נאָ - אזױ װי ס'האט שױן טאקע פאסירט אין די פּעסט, דרוק איך מיך אױס אױף אידיש, צו מיר אלײנס, "שקױעך באשעפער פאר'ן טוהן פאר מיך דאס און דאס, פליז קיפ איט אָפ." פארפאלן, איך בין נישט װי דער זינג-פױגל װאס ס'דרוקט אים אינסטינקטיװלי און ספּאַנטאָניש צו טשװיטשקען און טשירפּען הױך אױפ'ן קול אגאנצן טאג.

דערפאר, אױב בין איך נישט אין שוהל, אװאו מען זינגט שטיקלעך פון דאס דאװענען און מען דאװנט צוזאמען בקול רם, דאװען איך טאקע נישט.

דאך, שטרענג איך מיך אהן צוזאגן יעדן טאג די ברכת-התורה, ברכות השחר און קר"ש. איך האב עמיצער א קרוב װאס רופט מיר אהן כמעט יעדן טאג און הערט מיך אױס. נאר דעמאלס זאג איך זײ.

און איך בין זעהר העפפי אזױ.

דאס גאנצע גײן אין שוהל 3 מאל יעדן טאג איז רובו געמאכט צו פארשטערקערן די קשרים צװישן דעם יחיד און ציבור און צוצושטעלן פאר מענטשן א סאושעל לײף מיט'ן אײגן דזשענדער אין קעיס די זיװג האט זיך נישט אױסגעארבעט און אינדערהײם האט מען נישט מיט װעמען צורעדן.
 
לעצט רעדאגירט:
View attachment 7257
א מוסולמענער מעיאר פאר'ן אידישער שטאט ניו יארק!... וואס דאווענט 5 מאל א טאג נישט נאר 3 מאל ווי אונז אידן זיינע וואוטערס...

*

דאווענען קען דינען ווי א ''פאועטרי קלאס'', מ'מוז נישט גלויבן אין גארנישט. אבער דאס צוזאם קומען 10 אידישע מענער פאר'ן זעלביגן ציהל, זיך צו מאכן טראכטן גוטע מחשבות, איז תפילה. מלשון פילל, זיך מאכן טראכטן.

איך נוץ דעם דאווענען פאר מיין ביזנעס צו נעטווארקן, אנטשטאט גיין צו ביזנעס עקספאס רעדט איך צו מענטשן איבער מאכן געלט.

פריי דיך אז ביסט נישט איינע פון די ביליאן מוסולמענער אויף די וועלט, נאר א קליינע טייל פון די וועלט נישט מער ווי זיבן אדער אכט מיליאן וואס דארפסט נישט דאווענען מער ווי 3 מאל א טאג. דער מוסולמענער מעיאר פון ניו יארק הרב זאכראן מאמדאני שליט''א, דאווענט נעבעך פינעף מאל א טאג, און ער דארף זיך ביקן ווי אונז יום הקדוש ביי עלינו לשבח יעדער איינציג תפילה די גאנצע דאוונען אויף דער ערד ליידער ל''ע ה''י רח''ל אויף אלע גוים געזאגט...!
אין צייטאויס געדוירט אונזער דריי תפילות לענגער ווי להבדיל זייער 5 פרעיערס
 
איך וואונדער מיך, אויב אלעס וואס דער באשעפער טוט איז סיי ווי די בעסטע פאר מיך, וואס האב איך פון דעווענען? אויב עס איז דא עפעס וואס איז בעסער פאר מיך ווי דאס וואס גייט זיין אויב איך דאווען נישט, פארוואס געט מיך עס נישט די באשעפער סתם אזוי? ער טוט דאך נאר וואס איז די בעסטע פאר מיך? אויב איז נישטא עפעס וואס איז בעסער פאר מיך, וואס דארף איך דעווענען? עס איז דאך שוין סיי ווי די בעסטע וואס קען זיין?
 
Back
Top