די געקניפטע געשיכטע פון די פאליטישע פארטייען אין די פאראייניגטע שטאטן: דעמאקראטן קעגן רעפובליקאנער

די דעמאקראטן און רעפאבליקאנער וואס מיר קענען היינט זענען גארנישט אזוי ווי די וואס מען וואלט געפינען צוריק אין די 1800ער יארן. די פארטייען זענען ביידע דורכגעגאנגען עטליכע גרויסע טראנספארמאציעס איבער די יארן. איז לאמיר גיין אויף א צייט-רייזע צו זען די השתלשלות וויאזוי די פארטייען זענען געקומען אהער.
---

די בראשית יארן: די פעדעראליסטן און די דעמאקראטיש-רעפאבליקאנער (1790'ער-1820'ער)

די ערשטע פאליטישע רייבערייען אין די פאראייניגטע שטאטן איז נישט געווען צווישן דעמאקראטן און רעפאבליקאנער. ניין, עס איז געווען צווישן די פעדעראליסטן און די דעמאקראטישע-רעפאבליקאנער.

פעדעראליזם איז געבוירן אין 1787 ווען אלעקסאנדער העמילטאן, דזשעמס מעדיסאן און דזשאן דזשעי האבן געשריבן די "פעדעראליסט פאפירן" ווי זיי האבן פארגעלייגט זייער וויזיע. לכתחילה האבן זיי פאבליצירט זייערע מאמרים אין צייטונגען אונטערן פענע-נאמען Publius מיטן ציל צו איבעררעדן די פאלק צו שטיצן די נייע קאנסטיטוציע וואס איז געווארן דעבאטירט.

די פעדעראליסטן (געפירט דורך אלעקסאנדער העמילטאן) האבן אלע געהאלטן פון א שטארק צענטראלע רעגירונג און נענטערע באציאונגען מיט בריטאניע (א ביסל ווי די "גרויסע רעגירונג" שיטה היינט).

דעמאקראטיש-רעפאבליקאנער, פון די אנדערע זייט זענען מער געווען פאר שטאַטן’ס רעכטן און האבן זיך געפארכט אז א שטארקע צענטראלע רעגירונג וועט פירן צו טיראניע ("אנטי-פעדעראליסטן").

עס הערט זיך ענדליך צו היינט, ווי מיר האבן איין גרופע וואס זאגט, “ביג גאווערמענט!” און די אנדערע שרייען, “סטעיטס רייטס!” די דעמאקראטיש-רעפאבליקאנער האבן זיך געענדיגט מיט דאמינירן די פרייע יארן, און זייער פארטיי איז דער פארגייער צו די מאדערנע דעמאקראטן.

נאכדעם ווי דזשאן אדאמס, דער פעדעראליסט קאנדידאט, איז געווארן ערוועלט אלס פרעזידענט אין 1796, האבן די פעדעראליסטן אנגעהויבן פאלן. די פעדעראליסטן האבן אונטערדריקט פרידאם אף ספיעטש דורך די „עליען און סאדיציע אקט“ און האבן געהאט נענטערע באציִאונגען מיט בריטאניע אנשטאט מיט פראנקרייך. דאס האט שטארק אויפגעברויזט די „דזשעפערסאן רעפאבליקאנער“.

בשעת די אומאפיצילע מלחמה מיט פראנקרייך אין די סוף 1790ער, האבן די פעדעראליסטן שטארק אונטערדריקט די וואס האבן גערעדט לטובת פראנקרייך, דורך די „עליען און סאדיציע אקט“. די דעמאקראטיש-רעפאבליקאנער האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט דעם שריט, זעענדיג עס ווי א געפערליכע אטאקע אויף פרידאם אף ספיעטש.

אין 1801 איז טאמעס דזשעפערסאן געווארן פרעזידענט, מיט זיין וויצע־פרעזידענט, אהרן בער, צו זיין זייט. די פעדעראליסטן האבן מורא געהאט פון, און פיינט געהאט דזשעפערסאן, אבער צוליב אינערלעכע קריגערייען האבן זיי קיינמאל נישט געקענט צוזאמענשטעלן אן ערנסטע אפאזיציע. זייער לעצטע גרויסע האפענונג — אז די ניו ענגלאנד שטאטן וועלן זיך אפטיילן און מאכן אן אייגענע פעדעראליסטישע מדינה — איז צונויפגעפאלן ווען דזשעפערסאן האט געוואונען א לענדסלייד ווידערוויילונג זיג אין 1804. אלעקסאנדער האמילטאן פון די פעדעראליסטן איז געבליבן אויסגעשפילט און למעשה זענען די פעדעראליסטן מער קיינמאל נישט צוריקגעקומען צו די מאכט. די פארטיי האט זיך למעשה אויפגעלעזט.
---

די דעמאקראטיש-רעפאבליקאנער פארטיי:

באוואוסט אומאפיציעל אלס „דזשעפערסאן רעפאבליקאנער“, האבן ווי געשריבן זיך צוזאמען געשטעלט קעגן די פאליטיק פון די פעדעראליסטן וועלכע האבן געשטיצט א שטארקע צענטראלע רעגירונג.

די אנטי-פעדעראליסטן, געפירט דורך טאמעס דזשעפערסאן, וועמען זיי האבן געהאלפן צו ווערן פרעזידענט פאר צוויי טערמינען (1801-1809), האבן געגלויבט אין פערזענליכע פרייהייטן און די רעכט פון די שטאטן. די רעפאבליקאנער האבן מורא געהאט אז א קאנצענטראציע פון צופיל צענטראלע פאדעראלע מאכט אונטער דזשארדזש וואשינגטאן און דזשאן אדאמס איז א געפאר צו ליבערטי ווייל עס קען צוברענגען א פארלוסט פון פערזענליכע און שטאַט רעכטן. עס האט זיי אויך נישט געשמעקט די פעדעראליסטישע געלט פאליסיס, וואס זיי האבן געהאלטן אז עס גיבט אן אויבערהאנט פאר דער אויבערשטער קלאס. אין אויסערן פאליטיק זענען די רעפאבליקאנער געווען מער צוגעצויגן צו פראנקרייך, וואס האט אונטערגעשטיצט די קאלאניעס בשעת דער רעוואלוציע קעגן ענגלאנד.

די געדאנקען זענען געווען אן אפנויג פון די פאליטיק פון די פעדעראליסטן אונטער די אדמיניסטראציעס פון וואשינגטאן און אדאמס. די פעדעראליסטן האבן באשטימט פינאנציעלע פאליסיס וואס האט געגעבן מער מאכט צו דער פאדעראלער רעגירונג און האבן אפגעזאגט פארבינדונגען מיט פראנקרייך כדי צו האבן שטערקערע באציִאונגען מיט בריטאניע.

צוליב די אישוס, ווי אויך דעם כוח וואס ער האט באקומען דורך זיין וויצע־פרעזידענט, אהרן בער, האט דער רעפאבליקאנער פירער טאמעס דזשעפערסאן, געוואונען די פרעזידענט־וואלן אין 1800. די רעפאבליקאנער פארטיי, וואס האט אנגעהאלטן די מאכט ביז 1825, איז דער דירעקטער פארגייער פון דער היינטיגער דעמאקראטישער פארטיי.
---

די צוגאנג פון די רעפאבליקאנער: די פארטיי פון לינקאלן (1850ער)

שנעל פאראויס צו די 1850ער יארן. די רעפאבליקאנער פארטיי איז געבוירן געווארן אין 1854, פארמירט אין גרויס טייל אלס אן ענטפער צו די פארשפרייטונג פון שקלאפעריי אין די נייע טעראטאריעס דורך די קענסא-נעבראסקא אקט. די אקט האט ערלויבט פאר די טעריטאריעס אליינס צו באשליסן אויב זיי טוען ערלויבן שקלאפעריי, אנשטאט קאנגרעס זאל באשליסן.

עיברעהעם לינקאלן איז געווארן דער ערשטער רעפאבליקאנער פרעזידענט אין 1860, און מיט אים, איז די (GOP) Grand Old Party אפיציעל געבוירן געווארן.

רעפאבליקאנער זענען אריגינעל געווען די אנטי-שקלאפעריי פארטיי, און זיי זענען אלע געווען אין שטיצע פון פעדעראלער מאכט עס אויסצוראטן. לינקאלן האט דורכגעפירט א פראקלאמאציע צו דערקלערן די פרייהייט פון די פארקנעכטעטע שקלאפן.
---

דער גרויסער פארטיי־טויש (1930ער ביז 1960ער)

ווען די 1930'ער יארן האט זיך אנגערוקט, האבן די דעמאקראטן געהאט דורכגעמאכט א גאנצן רי-ברענד אונטער פרענקלין ד. רוזעוועלט און זיין „ניו דיעל“. דאס איז געווען די צייט ווען די דעמאקראטישע פארטיי האט זיך טראנספארמירט אין די פארטיי פון „גרויסער רעגירונג“ צום ביישפיל, סאציאלער זיכערקייט, ארבעטער רעכטן, און פראגראמען פאר פובליק אינטערעסן. זיי האבן געזוכט ארויסצושלעפן די לאנד פון דער גרויסער דעפרעסיע, און זיי האבן זיך שטארק פארלאזט אויף פעדעראלע אריינמישונג דאס צו עררייכן.

יעצט, צוריק צו די דרום-דעמאקראטן וואס זענען געווען די שטערקסטע שטיצער פון שטאַטן רעכטן (און אויך פון שקלאפעריי). ביי די 1960ער, ווען לינדאן ב. דזשאנסאן האט דורכגעשטופט די סיוויל רייטס געזעץ, האבן א סך פון די דרום-דעמאקראטן בשום אין אופן נישט מסכים. אזוי, אז צוליב דעם האבן זיי געמאכט א דראמאטישן טויש, און זיך געוואנדן אין די מאסן צו די רעפובליקאנער פארטיי.

דא קומט דער ווילדער חלק: די פארטייען האבן ממש איבערגעדרייט זייערע אידעאלאגיעס. פלוצלינג זענען די רעפובליקאנער געווארן די פארטיי פון די רעכט פון די שטאטן און ווייניגער פעדעראלע רעגירונג־אריינמישונג, בשעת די דעמאקראטן האבן געשטיצט סיוויל רייטס און מער פעדעראלע רעגירונג איבערזיכט. א פאליטישע טויש פון היסטארישע פראפארציע!
---

די פאליטישע שלאכטפעלד (1980'ער-היינט)

און אזוי, למעשה היינט צוטאגס האבן מיר א רעפאבליקאנער פארטיי וואס רעדט נאר פון א קליינע רעגירונג, נידעריגע שטייערן, און פרייע מארקעטס, און א דעמאקראטישע פארטיי וואס פאקוסירט זיך אויף גרויסע רעגירונג סאציאלע פראגראמען, העלטקעיר ריפארם און נאך.

טאקע, קוקנדיג אויף די צוויי פארטייען יעצט, איז שווער צו גלייבן אז זיי זענען געווען פונקט קאפויער אויף די פארקערטע זייטן פון פראבלעמען אזוי ווי ציווילע רעכט אדער שקלאפעריי. יעצט זענען די רעפאבליקאנער די וואס שטופן אפט פאר א באגרעניצטע רעגירונג, בשעת די דעמאקראטן אדוואקאטירן פאר מער רעגירונג קאנטראל ארויסצוהעלפן אין געזונט, בילדונג, און די עקאנאמיע.

מיט טראמפ וואס האט איבערגענומען די פירערשאפט פון די רעפאבליקאנער פארטיי, טוישט ער שוין ווידער און אסאך זאכן וואס די רעפאבליקאנער פלעגן זיך קעגנשטעלן איז יעצט יא אנגענומען. ווער ווייסט וואס קומט ווייטער? וועלן די פארטייען זיך ווידער טוישן זייט? וועט די צוויי פארטיי סיסטעם זיך האלטן? וועט אמעריקע סוף כל סוף באקומען איינס אדער עטליכע נייע פארטייען? די צוקומפט איז אומזיכער, און אלעס קען פאסירן.
 
Back
Top