די העברעאישע אותיות - היסטארישע אנטוויקלונג און אייגנשאפטן

איזי פאזען

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 23, 2024
מעסעדזשעס
25
רעאקציע ראטע
308
די העברעאישע אותיות - היסטארישע אנטוויקלונג און אייגנשאפטן

דאס איז דער צווייטער טייל אין דער 'לשון המקרא' סעריע. זע ערשטן טייל דא.

אנטוויקלונג
ביז צו דער צייט פון גלות בבל האט מען געשריבן העברעאיש אין כתב עברי. דאס איז דער פארצייטישער שריפט פון כנען און פון די פיניקער. די היסטאריע פונעם שריפט איז אגב גאר אן אינטערעסאנטע. די פארצייטישע מצריים האבן גענוצט א סיסטעם פון היעראָגליפן – סימבאלן – צו רעפרעזענטירן ווערטער, צב"ש א בילד פון א קאפ פארן ווארט 'קאפ', א שלאנג פאר 'שלאנג' אא"וו. די סיסטעם פאדערט טויזנטער פארשידנארטיגע סימבאלן פאר יעדן ווארט באזונדער וואס מען דארף באזונדער לערנען. דערפאר האט זיך מיט דער צייט אנטוויקלט אן אלפאבעטישע סיסטעם, אין וועלכער די סימבאלן באדייטן נישט קיין ווערטער נאר קלאנגען.

דער פּראָטאָ-סינישער אלפאבעט האט זיך אנטוויקלט מיט בערך דריי א האלב טויזנט יאר צוריק אין סיני. זיינע אותיות קומען פון היעראגליפן, אבער אנשטאט אז זיי זאלן אנדייטן א גאנץ ווארט, רעפרעזענטירן זיי א קלאנג. צב"ש, דער 'קאפ' סימבאל פארן ווארט 'ראש' אין כנעניש איז געווארן דער סימבאל 'ריש' פארן 'ר' קלאנג, דער 'וואסער' סימבאל (מים) איז געווארן 'מם' פארן 'מ' קלאנג, דער 'הויז' סימבאל (בית) איז געווארן דער 'בית' סימבאל אא"וו.

פון דעם כתב האט זיך אנטוויקלט דער פיניקישער שריפט און כתב עברי בערך אין די צייטן פונעם אנפאנג פון דער אידישער מלוכה אין יהודה. גלייכצייטיג האט זיך פונעם פיניקישן שריפט אויך אנטוויקלט דער אראמישער כתב וואס איז שפעטער פארשפרייט געווארן אין דער פערסישער עמפעריע. נאכן גלות בבל, האבן די אומקערנדע אידן צוריקגעברענגט מיט זיך א וואריאנט פון דעם שריפט וואס איז געווארן דער כתב אשורי און האט פארנומען דאס ארט פונעם כתב עברי.

זע דא פאר א טבלא פון די פארשידענע שטאפלן פון דער אנטוויקלונג פון די העברעאישע אותיות פון די מצרישע היעראגליפן ביזן כתב אשורי.


אותיות
די העברעאישע אותיות שטעלן פאר 29 קלאנגען. אויסשליסנדיג די ענדע-אותיות – וואס סימבאליזירן נישט קיין באזונדערע קלאנגען – זענען פאראן די 23 סימבאלן,

א, ב, ג, ד, ה, ו, ז, ח, ט, י, כ, ל, מ, נ, ס, ע, פ, צ, ק, ר, שׁ, שׂ, ת.​

אבער זעקס פון די סימבאלן, ב, ג, ד, כ, פ, ת (בג"ד כפ"ת) שטעלן פאר צוויי באזונדערע קלאנגען. ווען די אותיות ערשיינען מיט א פינטל אין דער מיט – וואס ווערט אנגערופן א דגש קל – דאן איז זייער קלאנג 'אויפרייסיג' (plosive), ווען דער לופט וואס גייט דורך דעם מויל שטעלט זיך אינגאנצן אפ מאמענטאריש. דאס זענען די קלאנגען פון אונדזער היינטצייטיגע (אשכנזישע, ווי אויך מאדערן-העברעאישע) בּ, ג\גּ, ד\דּ, כּ, פּ און תּ. ווען זיי ערשיינען אבער אן א דגש קל, איז זייער קלאנג 'רייביג' (fricative), ווען אביסל לופט ווערט אדורכגעלאזט. אין די הברות זענען נאר געבליבן די רייביגע אותיות ב, כ און פ, און זיי מאכן נישט קיין אונטערשייד צווישן ג און ד מיט אדער אן א דגש. ווייטער איז דער אשכנזישער ת נישט קיין רייביגן וואריאנט פונעם תּ.

אין א קומענדיגן פרק וועלן מיר לערנען די כללים איבער ווען די בגד-כפת אותיות ערשיינען מיט אדער אן א דגש.


קאנסאנאנטן
דער אריגינעלער העברעאישער אלפאבעט האט געהאט אותיות נאר פאר קאָנסאָנאַנטן (ד.ה. קלאנגען וואס מען מאכט דורכן אפשטעלן דעם אטעם לכה"פ טיילווייז) אבער נישט פאר וואקאלן (צב"ש א, ע, וי, יי, אי, אא"וו אין אידיש). דער טעכנישער טערמין פאר אט אזא אלפאבעט איז אן 'אַבדזשאַד' (Abjad), טאקע נאכן 'אבגד' פון העברעאיש. די אשכנזישע, ווי אויך מאדערן-העברעאישע הברות האבן אבער פארלוירן די קאנסאנאנטישע קלאנגען פונעם א און ע און היינט זענען זיי נישט נאר וואקאלן, נאר אויך אייניג.

די קאנסאנאנטן קען מען איינטיילן אין פארשידענע קלאסן, לויט דעם פלאץ פון זייער ארטיקולאציע אין מויל. די קלאסן האבן אויך זייערע אייגענע אייגנשאפטן און כללים, ווי מיר וועלן שפעטער זען.
  • די געגאָרלטע קלאנגען (אותיות גרוניות) זענען די קלאנגען א, ה, ח, ע, וואס ווערן ארטיקולירט אונטן פון האלדז. פאר געוויסע כללים ווערט אויך 'ר' פאררעכנט אלס א געגארלטן קלאנג
  • די דענטאַל\אלוועאָלע קלאנגען (אותיות הלשון[1]) זענען די קלאנגען ד\דּ, ט, ת\תּ און ל, נ, ר, וואס ווערן ארטיקולירט מיט דער צונג אנטקעגן די אויבערשטע ציין אדער דעם אלוועאָלן בויגן (דער גומען אונטער די ציין)
  • די סיבילאנטן זענען די קלאנגען שׁ, ז, ס, שׂ, וואס מען מאכט דורכן פארשמעלערן די לופט-שטראם אין מויל כדי צו פראדוצירן א שיפּעדיגע (hissing) קלאנג
  • די האלבוואקאלן זענען די אותיות ה, ו, י, וואס זענען קאנסאנאנטן וואו דער לופט ווערט אזוי ווייניג אפגעשטעלט אז זיי זענען כמעט ווי וואקאלן


[1] די טראדיציאנעלע קאטעגאריע פון 'אותיות הלשון' איז נישט ממש אקוראט די זעלבע ווי דער מאדערנער קאטעגאריע פון די דענטאַל\אלוועאָלע קלאנגען. דאך צייכן איך אן דעם טערמין, ווייל דאס וועט דער ליינער באגעגענען אין די טראדיציאנעלע דקדוק ספרים.
 
קודם כל זייער שיין באשריבן
צווי הערות נאר:
1. עס וואלט סאך שענער געווען ווען די לייגסטו און באשרייבסט די השתלשלות פונים ערשטן כתב די פראטא-סינשער ביז דעם היינטיגן כתב אשורי.
2. וועגן וואס די שרייבסט דא:
אבער זעקס פון די סימבאלן, ב, ג, ד, כ, פ, ת (בג"ד כפ"ת) שטעלן פאר צוויי באזונדערע קלאנגען. ווען די אותיות ערשיינען מיט א פינטל אין דער מיט – וואס ווערט אנגערופן א דגש קל – דאן איז זייער קלאנג 'אויפרייסיג' (plosive), ווען דער לופט וואס גייט דורך דעם מויל שטעלט זיך אינגאנצן אפ מאמענטאריש. דאס זענען די קלאנגען פון אונדזער היינטצייטיגע (אשכנזישע, ווי אויך מאדערן-העברעאישע) בּ, ג\גּ, ד\דּ, כּ, פּ און תּ. ווען זיי ערשיינען אבער אן א דגש קל, איז זייער קלאנג 'רייביג' (fricative), ווען אביסל לופט ווערט אדורכגעלאזט. אין די הברות זענען נאר געבליבן די רייביגע אותיות ב, כ און פ, און זיי מאכן נישט קיין אונטערשייד צווישן ג און ד מיט אדער אן א דגש. ווייטער איז דער אשכנזישער ת נישט קיין רייביגן וואריאנט פונעם תּ.
די תימני אידן ווייסן א חילוק אויך ציווישן די אותיות ג״ד דגושה און רפויה
אזוי אויך כדי צו צייכענען אז אין ספר היצירה שרייבט ער בגד כפרת אז די אות ר האט אויך א דגש און רפוי
 
זייער אינפארמאטיוו, אויב קען איך בעטן צו שרייבן די ענגלישע נעמען אויך (למשל פראטא-סינישער) אזוי איז גרינגער צו נאכקוקן און ווייטער לערנען
 
Wow
זייער אינטערעסאנט ווען קומט די נעקסטע חלק?
 
Back
Top