די הויז פון קארטלעך צופאלט !!!

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
736
רעאקציע ראטע
1,690
ווי לאנג מיינסטו קען מען אזוי אנגיין. מעקן איינטיילן רעוואלטירן. עס איז א צייטווייליגע 5 מינוט אויף פעים וואס האלט נישט אן צו לאנג. אבער די תאווה פון שררה געוועלטיגן איז אזוי גרויס, די לאגיק שפילט נישט אריין אין קאפ. ווען די תאווה פון שררה האט זיך אנגעהויבן שפירן.

הונדערטער גרויסמאכטן זענען געפאלן, טאקע נאר דערפאר ווייל עט סאם פוינט, האט דער מנהיג געשטופט די שררה צו א לעוועל ווי אין רוב ציבור יכולין (רוצים) בה.

דאן איז געקומען זרש'ת טענה, אם מזרע השררה החלותה ליפול, נפול תיפול, ביז עס וועט קיין שריד ופליט נישט פארבלייבן. אדרבה נצא הספר ונחזה, קוק זיך אום וואס האט פאסירט במשך די היסטאריע פון געוועלטיגער וואס האבן געוועלטיגט מיט מאכט פאר תאוות השררה. עס האט זיך קיינמאל נישט גוט געענדיגט. דער מאמר החכם זאגט. ווארט נישט פאר ניצחון, בעהט פאר אריכות ימים וועסטו זעהן נצחון ממילא.

אנלימיטעד פאוער קאראפטס דע פאזעסאר Unlimited power curropts the posesor (טים וויליאם)

פון די לעצטע יאר 100 יוכיח
  • היטלער
  • מאסיליני
  • נעקאל סעיאסעסא (ראמענישער קומעניסטעשער דיקטאטאר)
  • מאמר גאדאפי
  • סאדאם כוסעין

א יעדעס איינס איז זיך ווערט אן עקסטערע אשכול


היטלער:


אין אפריל 1945 איז טראנספאטירט געווארן טויזענטער קינדער פון די היטלער יוגענט פון גאנץ דייטשלאנד קיין בערלין, אין די שווערע באהאגעלטע שטאט מיט באמבעס פון די אליאירטע ארמייען פון אלע 4 זייטן פונעם שטאט. וואס די קליינע שטינקערס גייען שטעלן א ויידערשטאנד ווייל קיין זעלנער פון דעם 1000 יעריגער רייך האבן די געווער ארונטער געשטעלט און די הענט געהויבן זיך אונטער געבענדיג כדי צו אולי זוכה זיין צו ארויס לעבעדיג פון די שלאכטן.


ערגעץ ווי אין בערלין זיצט זיך דער שייסער און פירט נאך א פעסטע קריג. אינטער דער ערד אפאר מייל טיף, ריקט אהער, און אהין אויף די מאפע. פירט אן ערענסטע מלחמה. די פלענער מיט די אלע גענארעלער דארטן ווערן שטערקער און מער וואנזיניג ביי דער מינוט. דער גס רוח האט הנאה פון זיינע אייגענע געדאנקען ווי גוט ער וועט פלענקען די נייע געקומענע רעזערוויסטן פון די אלעאירטע. ביז דער גענעראל זיינער שייטערהאף קריסטאף, האט געבאסט זיין באבעל. און זאגט איהם זאגט איהם, די קוקו, די מלחמה איז פארשפילט. דייטשלאנד איז "היה" עס איז געווען און עס מער נישטא. דייטשלאנד וועט פאלן אין די נעקסטע צוויי טאג צו די אלעאירטע.


די וואנזיניגע קולות און טרעמבלערייען פונעם וואנזיניגער היטלער איז געווען אין די שעות שרעקליך. די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען האט איהם געקענט בארואיגען איז געווען די קליינע קינדער וואס זענען אין די היטלער יוגנט פארבאנד ווערט געברענגט צו איהם און זיי ווערן איינגעשוואוירן ווייטער צו האלטן טרייהייט און ווי אויך ווערן זיי באשוואוירן צו האלטן די פראנט ליניעס, וואס אין אפאר מינוט ארום איז פון די גאנצע זאך קיין זכר נישטא.


ליבע ליינער שטעלט אייך אפ א רגע טראכטן וואס דא גייט פאר. היטלער וואס האט געפיהרט כמעט גאנץ אייראפע די לעצטע פאר יאר זיינע שטיוועל אינטערדריקט וועם עס האט זיך נאר געלאזט, קען זיך איצטערט נישט בארואיגען נאר מען דארף ברענגען 16 יעריגער בחורלעך צו שווערן טריישאפט ?


יו איז דאס א מוסר השכל, פארלירן שררה קומט ווייל מען ווערט קאראפטירט, און מען מיינט מען האט דאס, אבער שפעטער טרעפט מען זיך אין א פלאץ ווי די איינציגע וועג זיך צו האלטן ביים זינען איז נאר דאס שפירן אז מען האט שררה, איי די חמור, די זאך איז געענדיגט, עס איז נישטא גארנישט, די ביסט פארניכטעט. ניין די 16 יעריגע קינדער שווערן נאך טריישאפט. נישטא ווער עס זאל לאכן.


לאמיר איבער געבן דעם ווארט פאר ארמין לעהמאן איינע פון די עלטערע קינדער א 16 יעריגער פאנאטיקער פון די היטלער יוגענט גרופע וואס זענען געקומען קיין בערלין אונטער די שווערע אומשטענדן.


ארמין איז צו ביזי צו קומען, ווייל דער שרייבער איז געווערן פארנומען אויפן מינוט. ער וועט באלד קומען !!!
 
Back
Top