- זיך איינגעשריבן
- אפר. 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 268
- רעאקציע ראטע
- 1,308
זעהענדיג די די לעצטע פון אונז סעריע (באזירט אויפ׳ן באקאנטן ווידיאו געים) איז מיר בייגעפאלן א מחשבה איך האב אלס געהאט ביים זעהן פילמס פונעם פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק גאנער. די סעטינג דערפון איז באזירט אויף די פענאמענאן פונעם פאקטישן פאָנגוס וואס הייסט (אָפיאָ)קאָרדיסעפּס. די פאָנגוס טוהט אינפעקטן נמלים, וואס ווען דאס געשעהט ווערט די נמלה כעין א ״זאַמבּי״. די פאָנגוס נעמט אזוי איבער דאס מח פונעם נמלה אז עס גייט צו א צווייג, ביסט אריין דערין, און בלייבט דארט ביז די פאָנגוס מיט אירע ספּאָרט מאכן נאך ברעכן ארויס דערפון, הרג׳ענענדיג די נמלה כדי זיך צו קענען פארשפרייטן; עוואלוציע אין איר פולע ברוטאליטעט. (דר. כאריסא דע בּעקער איז דאס מדמה צו וויאזוי די איכנומאנידעי וואַספּ טוהט געבוירן אירע קינדער, דורכ׳ן אריינשטעלן די אייער בתוך אַן אינזעקט וועלכע טוהן דאס אויפעסן פון אינעווייניג.) ווען נמלות כאפן אז איינע פון זיי איז אינפעקטעד דערמיט, טוהן זיי אדער הרג׳ענען די אינפעקטירטע חבר אדער זיך גענצליך ווייט איזאלירן דערפון. ווען א מענטש עסט קאָרדיסעפּס מאכט עס אים סייקאטיק ביז ער היילט זיך אויס דערפון.
אין די פיקטיווע סעריע האבן קאָרדיסעפּס עוואַלווד צו דאס קענען טוהן צו מענטשן אויך, אזוי ווי ביי נמלות, ולכך איז ציוויליזאציע צאמגעפאלן. דאס איז געשעהן מחמת קלימאט טויש וואס מאכט די וועלט ווארעמער, ולכן האבן קאָרדיסעפּסגעמוזט עוואלוון צו קענען זיין און א נאך ווארעמערע סביבה, אזוי אז זיי קענען שוין בעצם לעבן בתוך דעם מענטש׳נס גוף. די סעריע דערציילט וויאזוי א מענטש פרובירט צו טראגן א מיידל וועלכע איז נאטורליך אימיוּן דערצו, צו א פלאץ וואו מ׳גייט קענען פון איר מאכן א רפואה דערצו. די סעריע, פון 9 עפּיזאדן, איז גאר שטארק מומלץ צו וואַטשן, הגם אז עס איז זייער מאָרבּיד און טונקל.
אין די ערשטע סצענע פונעם סעריע הייבט זיך עס אָן מיט וויאזוי א דאקטאר (אין מייקאלאגיע) ברענגט ארויס יארן פריער, אז א גרויס חלק סייקעדעליקס זענען פונעם ביאלאגישן פאָנגיי ״קעניגרייך״, און וויאזוי זיי ארבעטן דורכ׳ן טוישן דאס קאַנשׁעסנעס פונעם מענטש, און דאדורך (אפטמאל) זיין התנהגות אויך. און מ׳דארף זיין באווארענט אז טאמער ״וויל״ (בלשון מושאל כמובן) די פאָנגוס, וואס טוישט דעם מח און התנהגות פונעם האָסט אין וועלכעס עס איז אינעווייניג, גאר עפעס אנדערש פונעם מענטש.
דאס האט מיר ארויסגעברענגט די קשיא וואס איך האב אלעמאל געהאט ביים זעהן די סארט פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק פילמס און סעריעס (כגון די 28 טעג שפעטער סעריע, די וואָקינג טויטע טעלעוויזיע סעריע, די מעד מעקס סעריע, און די רעזידענט איִוועל סעריע). מיינענדיג, פארוואס ווילן די מענטשן, סיי די פּראטעגאניסטס און סיי די ענטעגאניסטס, לעבן בכלל?! פארוואס ווילן זיי אָנגיין אין אזא מציאות, און זיי שלאגן זיך נאך גאר דערפאר?!
יעצט, ממילא בע״ח שאין בהן דעת, איז עס טאקע די ביאלאגישע האַרדוויירד אינסטינקט צו סוּרווייוון, דאס וואס טרייבט זיי צו טוהן כל מה שביכולתם ווייטער אָנצוגיין. עס איז בלא דעת כלל. און דאס איז וואס האט זיי טאקע געטריבן ביי עפּאַקעליפּטיק קאטאסטראפעס אינעם וועלט׳ס עבר ווייטער אָנצוגיין, טראץ דעם וואס עס איז ממש געווען א חיי גיהנום.
אבער ביי מענטשן שיש בהן דעת און מעשים זענען נישט (עכ״פ דארפן נישט צו זיין) ריין אינסטינקט, אויף וואס ארויף? סתם צו לעבן א חיים של חיי צער און זיך מוטשענען אָן קיין געהעריגע תקוה אויף בעסערס?! ואיה״נ אז אינעם האָמאָ דזשינוס׳ס עבר בהעולם לאנג צוריק איז עס אויך געווען א קאנסטענט חיי צער, און דאך זענען זיי ווייטער אָנגעגאנגען מיט׳ן לעבן, איז דאס אבער טאקע נאך פאר דאס מענטשהייט, שנובע ממנו, איז פולקאם צוגעקומען לצלם אלקים ודעת (רעלאטיוו צו אונזער יעצטיגע מדריגה בדעת).
דאס זעהט מען טאקע אין די לעצטע עפּיזאָד פון די לעצטע פון אונז [די ניינטע עפּיזאד פונעם ערשטן סעזאן]. דער כאראקטער יואל פארציילט צו זיין באגלייטערין עלי אז ער האט טאקע פרובירט זיך צו נעמען דאס לעבן נאכ׳ן טויט פון זיין טאכטער שרה, אבער אָן ערפאלג. און טרעפענדיג איר, אזוי ווי א כעין שטיף-טאכטער און דורכגיין תלאות הדרך צוזאמען מיט איר, האט ער געטראפן א נייעם משמעות אין לעבן. עס שטעלט זיך נאכדעם ארויס אז עלי, זייענדיג אז איר מאמע איז אינפעקטירט געווארן מיט די קאָרדיסעפּס פאָנגוס ממש ביים איר געבוירן, אז די קאָרדיסעפּס פאָנגוס האט זיך אזוי אריינגעשטעלט אין עלי׳ס מח, און עס ״רעדט איין״ עני נייע אינפעקשאן אז עלי איז שוין אזא סארט זאַמבּי ווען באמת איז זי נישט. ולפי״ז, קען מען אויפשניידן איר מח און עס רעפּראדוצירן און אזוי היילן דעם קאָרדיסעפּס מגיפה בכלל. ולכן פרעגט מען איר נישט און מ׳שלעפט איר איין כדי איר צו טויטן און ארויסנעמען איר מח דערפאר. (כמובן, איז דאס די עטישע שאלה פונעם טראַלי פראבלעם.) יואל אבער הרג׳עט אלע דאקטורים כדי איר ארויסצוראטעווען פון דארט, און אז עס זאל נישט פארבלייבן קיינער וואס ווייסט אפילו אז זי קען זיין א לעזונג צו אט דעם עפּאַקעליפּס אין וואס דאס מענטשהייט איז אין.
דאס האט ארויסגעברענגט צו מיר וואו אין אזא סארט מצב איז די וואס גייען אָן מיט׳ן לעבן טראץ די אבנארמאלע שוועריקייטן, טאקע נישט אזוי ווייט מכח דעת ווי מכח אינסטינקט גרידא. ער גייט ראטעווען דאס צענערלינג וועלכע געבט אים די משמעות בחיים, טראץ דעם וואס ער ווייסט אז מיט דעם איז ער מקריב זיך, איר, און דאס גאנצע מענטשהייט צו א חיי אבדון מחמת זה. (אין די נעקסטע געים/סעזאן איז זי טאקע גאר בייז אויף אים דערפאר און זי צוקריגט זיך מיט אים.)
ואולי איז אפילו ביי דעם אלעם טאקע שייך די טעם פון אלבּערט קאמוס, צו טרעפן מיענינג און סיפוק בתוך דאס טאקע עמבּרעיסן אט דעם אבסורדע האַראַר ממש. ולכאורה יש בזה סמוכין מדברי דר. וויקטאר פרענקל לגבי לעבן אינעם קאנצענטראציע לאגער, און וואו דער מענטש קען ממש אלעמאל האבן א האפענונג אויף בעסערס ווי עס איז יעצט, אדער קאנעקשאן מיט אנדערע ברואים.
עס קען טאקע אויך זיין אַן ענליכע שאלה צו ווען מ׳שטעלט אריין א מאדערנער מענטש אינעם לעבן פונעם מיטל-אלטער (צי נאך פריער) אָן קיין וועג צוריק און אָן קיין מעגליכקייט דאס צו מאדערענעזירן, צי ער וואלט געוואלט בכלל לעבן?
די ארטיקל זאגט טאקע ווי מערערע מענטשן וואטשן די סארט זאכן, און אז א דריטל אמעריקאנער גרייטן צו סאָפּלייס אין פאל פון אזא סארט קאטאסטראפע ל״ע.