די לעזונג צו די ישראל-פאלעסטינער קאנפליקט

שפן הסופר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2025
מעסעדזשעס
438
רעאקציע ראטע
1,944
פונקטן
213
צווישן די מוסלעמענער אין ארץ ישראל זענען לכאורה פאראן א גאר שיינע פראצענט וואס זענען אידן אפשטאמיגע (א חלק דירעקט, און א חלק קומען פון קריסטן וואס קומען אריגינאל פון אידן).

נו... אויב לויפן מיר קיין קעניע, טאנזאניע און די טיבעטישע בערג אפיר זוכן ספיק ספיקא'דיגע אפשטאמיגע פון די עשרת השבטים, פארוואס'זשע זיך נישט אריינלייגן אין מגייר זיין די ישראל'שע מוסלעמענער???

זאלן די קירוב ארגאניזאציעס עפענען ספעציעלע טשעפטערס וואס וועלן זיך אפגעבן מיט מקרב זיין אונזערע פארלוירענע ברודער אין ארץ ישראל, און אזוי שיסן צוויי פייגל אין איין שאס. סיי מער קירוב רחוקים און סיי ווייניגער מלחמות.

האו עבאוט דעט 🤔🤔
 
איך בין נישט קיין מבין אין די ענינים אבער איך קלער אז נאכדעם וואס איסלאם האט אטאקירט אידישקייט איז פיל שווערער צו דעפענדען אידישקייט ווי איידער ברענגן א דריטע געדאנק צו אטאקירן איסלאם
 
נישט אז די געדאנק האט בכלל הענט און פיס אז מ'זאל זיך מתייחס זיין צי דעהם, (במחילת כבודך, שפן)
אבער עס איז א אינטערסאנטע פאקט אז עס איז כמעט נישט דא בנמצא קיין גרים פון איסלאם, כ'האב אמאל געהערט אז ס'שטייט שוין אזוי על פי קבלה, עפעס א הסבר
(בפשטות ווייל עשיו איז דאך א ישראל מומר, אבער ישמעאל איז אינגאנצן אינדרויסן פון בילד 'כי ביצחק יקרא לך זרע')
שוין האט מען שוין געלערנט היינט עפעס...
 
אדער ווייל אין איסלאם הארגעט מען איינער וואס לאזט אפ די איסלאם.
און ס'געבט גענוג רוחניות פאר איינער וואס דארף עס.
 
צווישן די מוסלעמענער אין ארץ ישראל זענען לכאורה פאראן א גאר שיינע פראצענט וואס זענען אידן אפשטאמיגע (א חלק דירעקט, און א חלק קומען פון קריסטן וואס קומען אריגינאל פון אידן).

נו... אויב לויפן מיר קיין קעניע, טאנזאניע און די טיבעטישע בערג אפיר זוכן ספיק ספיקא'דיגע אפשטאמיגע פון די עשרת השבטים, פארוואס'זשע זיך נישט אריינלייגן אין מגייר זיין די ישראל'שע מוסלעמענער???

זאלן די קירוב ארגאניזאציעס עפענען ספעציעלע טשעפטערס וואס וועלן זיך אפגעבן מיט מקרב זיין אונזערע פארלוירענע ברודער אין ארץ ישראל, און אזוי שיסן צוויי פייגל אין איין שאס. סיי מער קירוב רחוקים און סיי ווייניגער מלחמות.

האו עבאוט דעט 🤔🤔
האו אבאוט איינפירן א אידישע אינקוויזיציע אין ישראל, און טויפן יעדן פּאלעסטיניער צום אידישן — aka איזראעלישן — גלויבן, און ווער סזאגט זיך אפ דערפון זאל מען אים גלייך פארברענען אויפן שטייערהויף! האו אבאוט דעט? 🤔🤔

צווישן מיין געדאנק און דיינס גלייב איך אז מיינס איז מער רעאליסטיש!
 
ווערטלעך אין א זייט געלייגט, האלט איך אז דאס קען זיין פיל מער רעאליסטיש ווי מען טראכט אויף די ערשטע מינוט, און אז מען וועט נישט פרובירן וועט מען נישט וויסן.

אויב קריסטענטום איז מצליח צו שלעפן צו זיך הונדערטער טויזנטער מוסלעמענער יעדעס יאר, דארף אידישקייט אויך קענען באווייזן אזא זאך לכה"פ אויף א קליינער סקעיל...

אידישקייט האט טאקע נישט אויף די מינוט די מעקעניקס דערפאר וויבאלד מיר זענען נישט פארנומען צו פראסטעלאזירן, אבער דארט ווי מיר האלטן דערביי פארן מיר זייער שטארק (בעלי תשובה).
ס'ברויך נאר ארויסקומען א פסק אז אונזערע פארלוירענע ברודער אין ארצינו הקדושה האבן א דין ווי ספק אידן, און די קירוב ארגאניזאציעס וועלן שוין באווייזן זייערע וואונדער.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

דאס איז גאנץ א שוואכע ווערטל...
 
ס'האט א שטארקע שייכות
ס'דא צוויי סיבות פארוואס א מענטשן זאלן טוישן זייער גלויבונג
1) זיי ווילן ס'זאל זיי זיין גרינגער
2) ס'פעלט זיי רוחניות
און ביידע איז נישט קיים ביי דיין בליציגע פלאן...
 
ביסט מיר א מדרש פליאה... 🤣

דו האלסט אז מענטשן טוישן זייער גלויבונג "ווייל זיי ווילן ס'זאל זיי זיין גרינגער", בשעת וואס דו אליינס שרייבסט אז מער מענטשן גייען פון קריסטענטום צו איסלאם ווי פארקערט.
און לעצט כ'האב נאכגעקוקט האט איסלאם פיל מער צוימונגען צום לעבן ווי קריסטענטום.
זעהט אויס אז א טויש אין רעליגיע איז לאו דווקא פארבינדן מיט גשמיות'דיגע גרינגקייטן...

אז דו קענסט אראפלייגן א גוטן ספיריטואלער סיבה אויף צו קומען צו דיין רעליגיע (אזוי ווי עס טוהן טאקע די קריסטליכע מיסיאן, די איסלאמישע דאוואה אדער אידישע קירוב) קענסטו אריינכאפן בערג מיט מענטשן.
 
פון קריסטנטום צו איסלאם קען איך פארשטיין פאר איינער וואס זוכט רוחניות
אבער פארקערט איז לכאורה וועגן מען וויל א גרינגערע לעבן
 
Back
Top