די מנהג פון פארענטפערן הלכות

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
2,373
רעאקציע ראטע
12,614
פונקטן
2,193
ס'דא עפעס א מנהג ביי געוויסע אז אויף יעדע הלכה וואס איז שווער אויפן מענטש, טרעפן זיי אייביג פון אינטער די ערד סברות ווי ס'גאר אונזער טובה בגשמיות.

פאסטען? ס'מורא'דיג געזונט.

הרחקות? זייער גוט פאר שלום בית.

הלכות שבת? זייער רילעקסינג.

ברית מילה? ס'עפעס נישט סתם געזונט.

מציצה בפה? אפגערעדט, דאס איז דאך די מקור רפואה.

בשר וחלב? איז דאך קלאר, די דאקטוירים זענען דאך שוין אויך היינט מודה.

זרע לבטלה? איז דאך זיכער נישט געזונט, און ס'מאכט דאך ח"ו די האר זאל ארויספאלן.

קאנדאם? ס'נישט סעטיספייאינג.

ס'זיכער דא נאך.

פון ווי קומט די urge? פארוואס איז נישט גענוג גוט אז די תורה האט אזוי געהייסן?

איך מיין ס'קומט פון א לעק אף קאנפעדענס אין רעליגיע, וואס האלטן ענק?
 
דער רמב''ם האט שוין מחדש געווען די געדאנק אז די מצוות האבן מאטעריאלע בענעפיטן (#ראציאנאלע טעמי המצוות)
דער חתם סופר שרייבט אויך אויף א פלאץ (יבואו המלנקקים) אז בעצם זענען אלע מצוות אסאסיאירט מיט מאטעריאלע גוטס, סייענס איז נאר נישט גענוג סאפיסטיקירט עס נאכצוגיין.
 
הרחקות? זייער גוט פאר שלום בית.
מיין חתן רבי האט אנגעהויבן מיטן מסביר זיין אז הרחקות קען זיין גוט אבער עס קען אויך זיין שלעכט, עס טאר נישט זיין די סיבה צו האלטן די הלכות אבער עס קען העלפן זיך מחזק זיין
 
דער רמב''ם האט שוין מחדש געווען די געדאנק אז די מצוות האבן מאטעריאלע בענעפיטן (#ראציאנאלע טעמי המצוות)
דער חתם סופר שרייבט אויך אויף א פלאץ (יבואו המלנקקים) אז בעצם זענען אלע מצוות אסאסיאירט מיט מאטעריאלע גוטס, סייענס איז נאר נישט גענוג סאפיסטיקירט עס נאכצוגיין.
פונקט אנגעהויבן ליינען די כוואליעס פון שבת חנוכה, איך האלט יעצט ביי @שניאור ריבנר ארטיקל, נישט געקענט דיסיידען צו יא ליינען צו נישט, אפגעמאכט למעשה אז יא, פשוט צו בארייכערן מיין ארעיניעם איך מיין וויסענשאפט.

זעה איך טאקע דארט עפעס וועגן א יוטיפרָא חקירה, צו זאכן ווערן גוט ווייל אזוי האט גאט געהייסן, אדער גאט האט אזוי געהייסן ווייל ס'איז גוט.
 
לעצט רעדאגירט:
לייען און האט הנאה!

אין בעצוג צו עצם השאלה, מיר דאכט זיך אז עס מעסט זיך מיט'ן פראבלעם פון חולשת הרצון. ווייל אויב דאס וואס די תורה האט אזוי געהייסן איז גענוג אז דער מענטש זאל זיך אזוי פירן, דאן וואלט חולשת הרצון ניט געווען מעגליך. דער מנחת חינוך אין זיין הקדמה (אויב איך מאכט ניט קיין טעות) דערקלערט אז דער טעמי המצוות רעדט זיך נאר וועגן דער סיבה פארוואס דער מענטש זאל זיך פוילן, אבער די סיבה פארוואס די פעולה איז מצווה געווען איז געבליבן א סוד.

אן ענליכע מהלך האט דר. ינתן בראפמטן אויסגעדריקט אין זיין ספר Critique of Halalkhic Reason. ווי ער לויטעט, ספארהאן א נ"מ צווישן "reasons of" און "reasons for". א סיבה "for" גיט צו אַ באדייט וואס איז מבפנים, כדי דער מענטש זאל זיך קענען צושטעלן. א סיבה וואס איז "of" קומט פון אינדרויסן, און איז דעם צוועק פארוואס די מצווה עקזיסטירט.
 
Back
Top