די פרעשור בלייבט – אנאנים העלפט קנאַפּ

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
869
רעאקציע ראטע
4,408
פונקטן
413
🎶א גוטן טייערע חברים וידידים יקרים, אפתחה פי באלה הדברים🎶
אייער פריינד אייער ידיד 'איש מבקש'.​

ס'ליגט שוין עפעס אויף מיין געוויכט א שיינע שטיק צייט, אין איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו ברענגען פון מיין הארץ צו מיין מח, און פון די מח צו מיינע פינגערס, אבער אלעס האט א שיעור. איך גיי עס שרייבן פאר מיר, ווייל ווען איך שרייב עפעס אראפ איז עס מיר מער קלאר אויפן האר'ץ, ס'נישט ציווארפן.
איך לייג עס נאר דא ארויף, אין קעיס איינער פארשטייט עס, אדער האט אויך די זעלבע אישו, קען מען זיך צוזאמען מחזק זיין.

צום ענין:

זונטיג שמות איז עס געווען, ווען איך האב געשריבן מיין ערשטע מעסעדזש דא אויף קרעמל. איך האב געהערט ס'דא א קבוצה אידן וואס האבן א פלאץ ווי זיי שמועסן אן קיין שום פילטער, וקרעמל שמו, איך האב עס אויסגעטשעקט, און יא, די חברה זענען גערעכט געווען! סא איך האב געטרייט מיין לאק צו שרייבן דא עפעס א בויך דרייעניש, איך האב געגעבן שוואכע שאנסן אז איינער גייט מיר בכלל פארשטיין, אבער ווי זאגט די נביא? ס'שאדט נישט צו טרייען...

שאקט בין איך געווארן, אז נישט נאר מ'האט מיר פארשטאנען, די ליבשאפט וואס די עולם האט געווארפן דא איז געווען נישט נארמאל, אין ס'אויך געווען אסאך מי טו'ס, וואס האבן געשערט מיט זייער גוטהארציגקייט עצות און חיזוק, איך האב ממש געפילט ווי א נייע וועלט עפנט זיך פאר מיר, איי פעל אין לאוו מיט קרעמל, ס'טיישט, איך האב געטראפן די פערפעקט פלאץ ווי איך קען זיין מיר אינגאנצן, איך קען דא אויספאקן מיינע צווייפלענישן אן ווערן גע'משפט, און אן מאכן א פֶערפָארמֶענס און זאגן זאכן וואס איך האלט נישט עכט, נאר כדי צו געפעלן די מענטשן ארום.

וואס אפילו ביים טעראפיסט אין אפיס, וואס דארט איז אפישעלי א "נאו דזשאדזשמענט אינווייראמענט", נאך א שטיק צייט בין איך אבער נישט געווען אינגאנצן אמת'דיג מיט מיר אליין, אין מיין קאפ האב איך געטראכט אז דער טעראפיסט האט שוין א סערטען בליק אויף מיר, נישט קיין שלעכטע, דזשאסט א בליק... למשל, איך קום אייביג אריין צו אים מיט א סמערק אויף די פנים, פארוואס? ווייל איך וויל פערפארמען, איי איך בין נישט יעצט אין די מאד פון שמייכלען? אבער איך וויל האבן די פנים וואס איך רעד מיר איין אז ער קען מיר אזוי, בקיצור, אויב ענק האבן נישט פארשטאנען די לעצטע 3 שורות קענען ענק גיין ווייטער, ס'נישט וויכטיג, (קען זיין איך דארף שאפן נייע טעראפיסט).

סא דא אין קרעמל האב איך געטראכט, אז ס'איז א נייע עפאכע, א פלאץ וואו איך קען שרייבן וואס איך וויל, שמייכלען נאר ווען איך בין אין די מאד, אריינגעבן פעטש פאר מענטשן וואס רעגן מיר אויף, און זיך צוריק איבערבעטן מיט זיי ווען זיי רעדן צו מיר צוריק נארמאל. אין שול אז דו באוואשט א מענטש פארלאנגט זיך סופערמֶען כוחות צו ווערן צוריקגוט מיט יענעם די נעקסטע טאג, דא אין קרעמל גייט עס גיין איינס צוויי, ווייל קיינער גייט קיינמאל נישט וויסן ווער ס'שרייבט דא, איך האב דאך דא ממש אלעס אויף א גאלדענע טאץ, אן דארפן דיעלן מיט די געזעלשאפטליכע שטערונגען.

אזוי האב איך געמיינט!

איך האב אנגעהויבן ריעלייזן לעצטענס אז ס'נישט ממש אזוי...

איך האב אויפגעבויט א דאמי וואס הייסט איש מבקש, און דער דאמי האט שוין א עגא, פילינגס, ס'פאסט אים נישט דעיס, ער גייט זיך נישט אראפלאזן צו אים,
ער גייט אסאך מאל לייקן א מעסעדזש נישט וויל ער האט עס באמת ליב, נאר ס'פאסט אזוי, ער איז דאך דער און יענער, אדער ווייל ס'האט שוין 20 לייקס, סא אבוויעסלי איז עס באליבט, סא איש מבקש פארט מיט מיט'ן באן, איך גיי עגריען מיט געוויסע מענטשן דא, נישט ווייל איך עגרי באמת, נאר איך וויל אריינפיטן אין די עסטעבלישמענט, נישט אז איך האלט ס'דא דא א עסטעבלישמענט, איך זאג ענק נאר אין מיין קאפ וואס ס'גייט פאר, אנשטאט זיין באמת באמת מיר, גיי איך שרייבן, לייקן, דיסלייקן, אריינפארן אין מענטשן, אויסלויבן מענטשן, פלעין אז איש מבקש זאל זיך פילן באקוועם אין זיין פלאץ, ווייל איך רעד מיר איין, אז ענק האבן א געוויסע בליק אויף איש מבקש, גיי איך טרייען ענק נישט צי דיסעפאוינטן, אין איך גיי פערפארמען עקארדענגלי,

יא ס'מיר ביטער שווער צו עס זאגן, אבער דער אמת מוז געזאגט ווערן!

איך זאג נישט, זאכן וואס איך שרייב דא איז מער אין ליין פון וואו איך שטיי אויף די וועלט ווי זאכן וואס איך רעד צו חברים אין שול, אבער ס'נישט דאס וואס איך האב מיר איינגערעדט ווען איך האב געדזשוינט קרעמל.

ס'קוקט אויס אז ווען איינער ליידט אויף מה יאמרו הבריות, קען ער זיך נישט ארויסדרייען דערפון אפילו ווען מ'גייט אנאנימעס מיט א ניק... ס'לויפט דיר נאך...

יעצט אויף די מינוט קען איך טראכטן פון דריי מהלכים צו באהאנדלען די אישו:
  1. טרינקען א גלעזל וויסקי, און אנהייבן שרייבן כל העולה על רוחי
  2. סטאפן צו שרייבן ביז מיין "מה יאמרו פראבלעם" איז גאן
  3. איך בין גרייט צו הערן פון ענק א עצה
 
אן עכט זיסע מעסעדזש!

איין זאך יא... כ'בין שוין נישט זיכער פארוואס כ'האב עס געלייקט, אפשר בלויז ווייל ס'איז איש מבקש? 🤔
 
דאנק גאט אז דו האסט די פראבלעם. שטעל דיך פאר אז דא וואלסטו געשריבן אן טראכטן מה יאמרו הבריות, וואלסט דאך געבליבן באהאלטן אייביג און וואלסט נישט געארבייט אויף דיר אליינס. היות דא האסטו אויך די פראבלעם, אבער אויף א לייכטערע אופן, קענסטו זיך אויסארבייטן דא, און נאכדעם וועסטו עס קענען דזשענערעלייזן אין דיין עכטע לעבן.
 
עמך אנו בצרה... ווי לאנג מיר לעבן צווישן מענטשן, גייען מיר זוכן צו געפעלן אנדערע! עס איז נישטא קיין וועג ארויס, דער יומען ביאינג איז אזוי געווייערט...

בד"וו ס'איז זייער שיין געשריבן, פול מיט ליבשאפט און ווארעמקייט! ❤️❤️
 
🎶א גוטן טייערע חברים וידידים יקרים, אפתחה פי באלה הדברים🎶
אייער פריינד אייער ידיד 'איש מבקש'.​

ס'ליגט שוין עפעס אויף מיין געוויכט א שיינע שטיק צייט, אין איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו ברענגען פון מיין הארץ צו מיין מח, און פון די מח צו מיינע פינגערס, אבער אלעס האט א שיעור. איך גיי עס שרייבן פאר מיר, ווייל ווען איך שרייב עפעס אראפ איז עס מיר מער קלאר אויפן האר'ץ, ס'נישט ציווארפן.
איך לייג עס נאר דא ארויף, אין קעיס איינער פארשטייט עס, אדער האט אויך די זעלבע אישו, קען מען זיך צוזאמען מחזק זיין.

צום ענין:

זונטיג שמות איז עס געווען, ווען איך האב געשריבן מיין ערשטע מעסעדזש דא אויף קרעמל. איך האב געהערט ס'דא א קבוצה אידן וואס האבן א פלאץ ווי זיי שמועסן אן קיין שום פילטער, וקרעמל שמו, איך האב עס אויסגעטשעקט, און יא, די חברה זענען גערעכט געווען! סא איך האב געטרייט מיין לאק צו שרייבן דא עפעס א בויך דרייעניש, איך האב געגעבן שוואכע שאנסן אז איינער גייט מיר בכלל פארשטיין, אבער ווי זאגט די נביא? ס'שאדט נישט צו טרייען...

שאקט בין איך געווארן, אז נישט נאר מ'האט מיר פארשטאנען, די ליבשאפט וואס די עולם האט געווארפן דא איז געווען נישט נארמאל, אין ס'אויך געווען אסאך מי טו'ס, וואס האבן געשערט מיט זייער גוטהארציגקייט עצות און חיזוק, איך האב ממש געפילט ווי א נייע וועלט עפנט זיך פאר מיר, איי פעל אין לאוו מיט קרעמל, ס'טיישט, איך האב געטראפן די פערפעקט פלאץ ווי איך קען זיין מיר אינגאנצן, איך קען דא אויספאקן מיינע צווייפלענישן אן ווערן גע'משפט, און אן מאכן א פֶערפָארמֶענס און זאגן זאכן וואס איך האלט נישט עכט, נאר כדי צו געפעלן די מענטשן ארום.

וואס אפילו ביים טעראפיסט אין אפיס, וואס דארט איז אפישעלי א "נאו דזשאדזשמענט אינווייראמענט", נאך א שטיק צייט בין איך אבער נישט געווען אינגאנצן אמת'דיג מיט מיר אליין, אין מיין קאפ האב איך געטראכט אז דער טעראפיסט האט שוין א סערטען בליק אויף מיר, נישט קיין שלעכטע, דזשאסט א בליק... למשל, איך קום אייביג אריין צו אים מיט א סמערק אויף די פנים, פארוואס? ווייל איך וויל פערפארמען, איי איך בין נישט יעצט אין די מאד פון שמייכלען? אבער איך וויל האבן די פנים וואס איך רעד מיר איין אז ער קען מיר אזוי, בקיצור, אויב ענק האבן נישט פארשטאנען די לעצטע 3 שורות קענען ענק גיין ווייטער, ס'נישט וויכטיג, (קען זיין איך דארף שאפן נייע טעראפיסט).

סא דא אין קרעמל האב איך געטראכט, אז ס'איז א נייע עפאכע, א פלאץ וואו איך קען שרייבן וואס איך וויל, שמייכלען נאר ווען איך בין אין די מאד, אריינגעבן פעטש פאר מענטשן וואס רעגן מיר אויף, און זיך צוריק איבערבעטן מיט זיי ווען זיי רעדן צו מיר צוריק נארמאל. אין שול אז דו באוואשט א מענטש פארלאנגט זיך סופערמֶען כוחות צו ווערן צוריקגוט מיט יענעם די נעקסטע טאג, דא אין קרעמל גייט עס גיין איינס צוויי, ווייל קיינער גייט קיינמאל נישט וויסן ווער ס'שרייבט דא, איך האב דאך דא ממש אלעס אויף א גאלדענע טאץ, אן דארפן דיעלן מיט די געזעלשאפטליכע שטערונגען.

אזוי האב איך געמיינט!

איך האב אנגעהויבן ריעלייזן לעצטענס אז ס'נישט ממש אזוי...

איך האב אויפגעבויט א דאמי וואס הייסט איש מבקש, און דער דאמי האט שוין א עגא, פילינגס, ס'פאסט אים נישט דעיס, ער גייט זיך נישט אראפלאזן צו אים,
ער גייט אסאך מאל לייקן א מעסעדזש נישט וויל ער האט עס באמת ליב, נאר ס'פאסט אזוי, ער איז דאך דער און יענער, אדער ווייל ס'האט שוין 20 לייקס, סא אבוויעסלי איז עס באליבט, סא איש מבקש פארט מיט מיט'ן באן, איך גיי עגריען מיט געוויסע מענטשן דא, נישט ווייל איך עגרי באמת, נאר איך וויל אריינפיטן אין די עסטעבלישמענט, נישט אז איך האלט ס'דא דא א עסטעבלישמענט, איך זאג ענק נאר אין מיין קאפ וואס ס'גייט פאר, אנשטאט זיין באמת באמת מיר, גיי איך שרייבן, לייקן, דיסלייקן, אריינפארן אין מענטשן, אויסלויבן מענטשן, פלעין אז איש מבקש זאל זיך פילן באקוועם אין זיין פלאץ, ווייל איך רעד מיר איין, אז ענק האבן א געוויסע בליק אויף איש מבקש, גיי איך טרייען ענק נישט צי דיסעפאוינטן, אין איך גיי פערפארמען עקארדענגלי,

יא ס'מיר ביטער שווער צו עס זאגן, אבער דער אמת מוז געזאגט ווערן!

איך זאג נישט, זאכן וואס איך שרייב דא איז מער אין ליין פון וואו איך שטיי אויף די וועלט ווי זאכן וואס איך רעד צו חברים אין שול, אבער ס'נישט דאס וואס איך האב מיר איינגערעדט ווען איך האב געדזשוינט קרעמל.

ס'קוקט אויס אז ווען איינער ליידט אויף מה יאמרו הבריות, קען ער זיך נישט ארויסדרייען דערפון אפילו ווען מ'גייט אנאנימעס מיט א ניק... ס'לויפט דיר נאך...

יעצט אויף די מינוט קען איך טראכטן פון דריי מהלכים צו באהאנדלען די אישו:
  1. טרינקען א גלעזל וויסקי, און אנהייבן שרייבן כל העולה על רוחי
  2. סטאפן צו שרייבן ביז מיין "מה יאמרו פראבלעם" איז גאן
  3. איך בין גרייט צו הערן פון ענק א עצה
הערליך שיין און קלאר צולייגט...
אזוי ריין פון הארץ ארויס!
אזוי ריכטיג ...
צום פוינט....

כ'האב געמוזט קאמענטן און באדאנקען ווייל איש מבקש האטעס געשריבן...
האסט מיר ארויף געברענגט מיין אינער קאמפלעקס צו א קומענדיגע שטאפל....
ווי גיימיר פון דא ווייטער?...🫣
 
ס'איז דוקא א געזונטע זאך.
ס'געווען איין קאצקער וואס איז געווען הונדערט פראצענט טראנספערענט, (און אפשר אויך נישט קיין גאנצע הונדערט פראצענט...).

ווי אנדערע האבן ערווענט, איז עס א חלק פון די מענטשליכע געברויך צו האבן אן אידענטיטעט און א שניט מיט וואס מען שניידט אדורך דעם געזעלשאפט.
טאקע דער מציאות, וויפול מען איז פועל אנדערש ווי מען האלט באמת דערביי איז א חלק פון דיין פערזענליכקייט (און טאקע נאר גלוי וידוע פאר דיר) ביי וועלכע זאכן פילסטו אז דו דארפסט אריינפיטן און זיין א חלק פונעם ציבור'ס גייסט און אויף ווי סאך.

מאידך איז וויכטיג צו וויסן אז מען מעג זיין אנדערש און נישט מורא האבן צו הייסן א משוגענער, איבערהויפט ווען דו ביזט אנאנים.
א ידיד מיינער, אן אייגנעראטיגער טראכטער האט מיר אמאל געזאגט אז ווען איינער זאגט אים אז ער איז א משוגענער, נעמט ער עס פאר א קאמפלימענט, ער וויל נישט זיין סתם נאך א נאכטאנצער פון יעדעם.
 
Screenshot_20250529-135831~2.png

נו ארי וואס איז די נמשל?
 
איך טרעף עס מורא'דיג פאני אז א ניק האט די זעלבע בלאקידזשעס ווי א בשר ודם, איך וואלט נישט געחלומט אין מיין וויסטע חלום אז ס'איז אזוי.

איך וואלט געוואלט מאכן א עקספערימענט שנירל, ווי יעדעמס ניק איז באהאלטן,
מ'קען שמועסן פון אלעס דארט, מ'קען זיך פליקן, ליב האבן, א פרי קאנטרי,

נייע ניקים גייען באקומען לייקס, ווייל מ'גייט מיינען אז א אלטע ניק האט עס געשריבן, ווייל ס'איז אזוי גוט,

אין נאך אפאר וואכן וועלען די ניקים ווערן אויפגעדעקט,

אין מענטשן וועלן זיך רייסן די האר פון קאפ, "אים האב איך אריינגעפליקט? וואס וועט זיין דא?" :ROFLMAO:

בקיצור, משיח'ס צייטן,

@חבקוק @מַחֲנַיִם אין סטעף, מ'קען עפעס מאכן?
 
עס איז א געזונטע זאך צו אנטון א מאסק אין גאס, מען דארף זיך נישט עפענען צו מענטשן וואס גייען דיר אראפקלאפן. מען דארף נאר קודם אפווישן די בלוט אונטער די מאסק, מען דארף זיין געבויעט מיט א געזונטע סעלף, און נאכדעם קען מען אנטון די מאסק פון א געזונטע פלאץ.
 
ס'איז מער געזונט צו לערנען וויאזוי צו דיעלן מיט געפילן פון אראפגעקלאפטקייט און אזוי קענען זיין אפען און נאטורליך רוב לעבן ווי צו דארפן אנהאלטן א מאסק רוב לעבן כדי צו פארמיידן דא דארט אן אראפקלאפעניש
 
איך טרעף עס מורא'דיג פאני אז א ניק האט די זעלבע בלאקידזשעס ווי א בשר ודם, איך וואלט נישט גע'חלומ'ט אין מיין וויסטע חלום אז ס'איז אזוי.
איך פארשטיי נישט פארוואס דו טרעפסט עס אזוי פאני. א ניק איז בלויז א פען-נאמען פאר א אמת'ע בשר ודם, א מענטש מיט הרגשים און מדות. אויב איינער קען נישט עכט פליקן א צווייטן אין ריעל לייף, וועט ער נישט קיין סאך מער פליקן אפילו פאר א פרעמדע ניק - אפשר וועט ער אביסל מער ארויסקאלערן, אבער זיין טבע טוישט זיך נישט.
 
Back
Top