די פראבלעם מיט'ן בית דין סיסטעם

ראדני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
101
רעאקציע ראטע
399
די היינטיגע בית דין סיסטעם איז אינגאנצען ציבראכען אין א גיטע פאל , געפירט דורך נאאיווע בהמות אין א מיטעלע פאל, און קארופטירט אין ערגסטען פאל.
פארוואס איז דאס אזוי?

1. בית דין האט נישט קיין שום אינטערעס צי ענדיגען דיני תורה, וויבאלד זיי מאכען שווערע געלד אויף א יעדע שעה

2. קאנפליקט אוו אינטרעסט, וויאזוי קען איינער וואס נעמט געלט זיין א בית דין? ווי די גמרא, מסכת כתובות דף קה תנא דבי רבי ישמעאל: ‘ושוחד לא תקח’ – אפילו לשפוט צדק. (מען רעדט נישט פון קיין גראבע שוחד מען רעדט פון נעמען געלט פון ביידע זייטען)

3. נישטא קיין עטישע סטאנדארטן און קאנסעקווענסען, א דיין קען טוען מה שליבו חפץ און קיינער קען נישט/וויל נישט עם טשעלענדזשען, ווען האט מען לעצטע מאל געהערט אז א דיין איז געווארען געפייערט/ארעסטירט/געקנסט פאר קארופציע? קיינמאל.

4. זיי געבן ארויס עיקולים און סירובים ווי א בית דין אבער אין די שטרי בירורין שטייט אין קליינע אותיות אז זיי פסק׳נען נישט אלץ א בית דין נאר אלץ ג׳ רועי בקר (אזוי קען מען זיי קיינמאל נישט אפפרעגן זייערע פסקים) איז אויב ביסטו נאר ג׳ רועי בקר וויאזוי געסטו ארויס עיקולים און סירובים? ביסט נישט מער ווי א פשוטע טעראריסט וואס רייט אויפן תמימות פונעם ציבור!

5. נישטא קיין טוענישע סטאנדארטען, אין בית דין גייט אז די טוען מאכט צישאנד און צישפאט די צד שכנגד, אז יענער זאל פארלירן חשק צי קומען און יענער זאל שנעל מאכען א פשרה אדער אויפגעבן, ס׳האט גארנישט צי טוהן מיט הלכה אדער סברא.
 
לעצט רעדאגירט:
א סיסטעם וואס פאדערט גארנישט פון איר פירערס, נאר גענעטיקס, זאל נישט קומן אפרעדן ווען אלע אנדערע גייען נאך אין די פירערס דרכים. ווארפט'ס ארויס אלע פירערס, און וויילט'ס אויס לויט טאלאנט, ערליכקייט, היסטאריא פון אויסגעהאלטענע דעסיזשענס, און גלאטקייט, און דערנאך וועלן ממילא די אלע גנבישע סארט דיינים נישט עגזיסטירן.

איך האב גראדע עקספיריענס אין בי"ד און עס איז געווען גאנץ פיין. נישט נתפעל צו ווערן, אבער פראבירט האבן זיי זיך צו האלטן צום זאך, און הגם מיין צד האט פארלוירן, האב איך נישט קיין גרויסע טענות צו זיי. די הלכה בלייבט די הלכה, און אפט שטימט עס נישט מיט די דעת הרחוב, ובפרט ווען מענטשן האבן נגיעות.
 
איך האב אויכט בית דין עקספיריענס און איך האב געווינען איך בין געוועהן שאקט וואס דארט איז פארגעגאנגען, איש הישר בעיניו יעשה, אלעס וואס איך שרייב דא איז מיין עקספיריענס פון יענע דין תורה, און דאס איז נישט קיין איינצעלנע פאל, איך האב געפרעגט נאך טוענים, ספרא דדיינא׳ס, תובעים און נתבעים זיי אלע האבן דערציילט די זעלבע זאך.
 
א סיסטעם וואס פאדערט גארנישט פון איר פירערס, נאר גענעטיקס, זאל נישט קומן אפרעדן ווען אלע אנדערע גייען נאך אין די פירערס דרכים. ווארפט'ס ארויס אלע פירערס, און וויילט'ס אויס לויט טאלאנט, ערליכקייט, היסטאריא פון אויסגעהאלטענע דעסיזשענס, און גלאטקייט, און דערנאך וועלן ממילא די אלע גנבישע סארט דיינים נישט עגזיסטירן.

איך האב גראדע עקספיריענס אין בי"ד און עס איז געווען גאנץ פיין. נישט נתפעל צו ווערן, אבער פראבירט האבן זיי זיך צו האלטן צום זאך, און הגם מיין צד האט פארלוירן, האב איך נישט קיין גרויסע טענות צו זיי. די הלכה בלייבט די הלכה, און אפט שטימט עס נישט מיט די דעת הרחוב, ובפרט ווען מענטשן האבן נגיעות.
עס איז אלץ דא אן אויסנאם
 
כ'מיין ס'ווענדט זיך אויך אין וועלכע שטעט און לענדער
איבעראל ארבעט עס אנדערש
 
אזוי זעהט אויס א אידישקייט וואס איז נישט געבויט אויף די פארשריפטן פון די תורה און נ"ך, ספעציעל ביי די קהילות וואס מען לייגט נישט קיין שטארקע דגוש דאס צו לערנען פשוט ווי א לימוד.

תורה נביאים וכתובים זעהט מען אז צדק ומשפט איז פון די פונדאמענטן וואס די תורה פארלאנגט.

אז מען וואלט פארשטאנען כאטש די הפטורות וואלט מען געזעהן ווי סאך מאל די נביאים זאגן מוסר פאר כלל ישראל אויף דער ענין פון צדק ומשפט.
 
לעצט רעדאגירט:
צדק ומשפט מיינט גארנישט אז מ'קען נישט גוט חשן משפט. צדק מיינט נישט יעדעמ'ס געפיל פון ישרות. דער געפיל פון ישרות איז געווענדליך גזילה ועושק.

איך בין נישט קיין דיין און נישט קיין טוען. אבער אסאך מענטשן רעדן דורך זייער חו"מ שאלות מיט מיר, און דער דעת בעלי בתים פון יושר וצדק איז ממש פארקערט פון די אמת. אז א דיין נעמט שוחד, אדער רעדט פאניא בראט צו איין בעל דין און שטרענג צו די אנדערע, אדער לאזט נישט קומן צום ווארט, קענסטו האבן טענות. אבער טאמער דיין טענות זענן אז זיי האבן נישט אנגענומן דיין טענה, און געפסקנ'ט אנדערש ווי די 'שכל הישר', ווער איך נישט נתפעל. דער דיפאולט ביים עולם איז ממש פארקערט פון די תורה.
 
עס איז דא דערין א געוויסער אמת, ד.ה. למשל אז דער בעה"ב טראכט אויבנאויף, אבער דו לערנסט די הלכה קענסטו אים צייגן אז די זאך גייט פיל טיפער, און די הלכה גייט אריין מיט א עומק און א חכמה'דיגער כאפ וואס דער בעה"ב בלייבט שטיין געפלעפט און מוז מודה זיין אז ער האט נישט געטראכט פון די ענגל טאקע, אבער בעצם איז דאס זיכער גערעכט.

אויב אבער עס ארבעט אז די הלכה טרעפט זיך קאנסיסטענטלי 'עט אדדס' מיטן דעת בעה"ב, אויב שוין נאכן ערקלערן די הלכה'דיגע נימוקים און לאגיק פילט נאכאלס דער בעה"ב אז דאס רעדט נישט צו זיין געפיל פון צדק ויושר, איז דאס א גרויסער פראבלעם. די הלכה קען נישט זיין צופיל סטענדערט דיוויעישאנס אוועק פון די דרכיה דרכי נועם. אפגערעדט חושן משפט וואס די הלכה דארף זיין א תורת חיים, עס איז מיינסטנס געבויט אויף סברות פון הסכמות בני אדם וכדו' (מיטן אויסנאם פון גזיה"כ און צומאל פארשידענע תיקונים לטובת הכלל וואס זענען גובר אויף די שיקולים פונעם טובת הפרט) און עס דארף קענען שטימען מיט מענטשן'ס מאראל קאמפאס.

מיר האבן נישט היינט קיין חז"ל, קיין הלל הזקן וואס זאל מתיר זיין די ממזירי אלכסנדריה מיטן אויפווייזן אז די טרוקענע הלכה המקובלת אפליידט פשוט נישט צו די דארטיגע מציאות, אבער אויב איז דער מציאות טאקע ווי דו לייגסט עס אראפ קען מען זיכער זיין אז הלל וואלט ווען געהייסן פארמאכן דעם חושן משפט און נוצן שלשה רועי בקר אנשטאט. די הלכה דארף דוקא יא קענען שטימען מיט די וועג וויאזוי מענטשן האנדלען און אפלייען עס למעשה.
 
צדק ומשפט מיינט גארנישט אז מ'קען נישט גוט חשן משפט. צדק מיינט נישט יעדעמ'ס געפיל פון ישרות. דער געפיל פון ישרות איז געווענדליך גזילה ועושק.

איך בין נישט קיין דיין און נישט קיין טוען. אבער אסאך מענטשן רעדן דורך זייער חו"מ שאלות מיט מיר, און דער דעת בעלי בתים פון יושר וצדק איז ממש פארקערט פון די אמת. אז א דיין נעמט שוחד, אדער רעדט פאניא בראט צו איין בעל דין און שטרענג צו די אנדערע, אדער לאזט נישט קומן צום ווארט, קענסטו האבן טענות. אבער טאמער דיין טענות זענן אז זיי האבן נישט אנגענומן דיין טענה, און געפסקנ'ט אנדערש ווי די 'שכל הישר', ווער איך נישט נתפעל. דער דיפאולט ביים עולם איז ממש פארקערט פון די תורה.
אמת.
אבער הלוואי וואלט די פראבלעם דא אין אמעריקע געווען דעת בעל הבית ווס דעת תורה. אין אמעריקע אז די טרעפסט א בי״ד וואס זייער איינציגסטע עוולה איז די רייסן געלט (מער ווי שכר בטילה) שטייסטו שוין גוט, אויף רובא דרובא בתי דינים אין אמעריקע קען מען זאגן במקום המשפט שמה הרשע
 
הרב דעת תורה, זאגסט א סברא, אבער אין די עולם המעשה איז עס נישט צו נייטיג. ווען איינער קען זיצן מיט א בעל דין, און דער בעל דין וועט זיך עפענן די אויערן און קאפ, און עכט אריין טראכטן אין וואס טוט זיך דא, וואלטסטו געהאט א טענה אז טאמער אלס שטימט נישט, שטייט מען פאר א פראבלעם.

אבער למעשה, ווי מיר שטיין, איז עס נישט אזוי. דער בעל דין איז צוהיצט, אדם בהול על ממונו, און ער הערט נישט ריכטיג אויס, נאר וואס ער קען נוצן צו ווייזן אז ער איז דער צדיק און דער אנדערע איז דער (רשע) (חסיד פון זיין רביס ברודער) (גנב) (ממזר) (דעמאקראט), צייכן א רינגל ארום די נייטיגע ווארט. ממילא איז דאס נישט קיין עכטע דעת בעל הבית אויך נישט.
 
Back
Top