די פראבלעם פון לעבן אין א copy & paste וועלט

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
734
רעאקציע ראטע
2,931
איך מוז מקדים זיין,
בעפאר איך קען זיך צאמקלויבן מיינע מחשבות און מקיים זיין מיין הבטחה און שרייבן וועגן מיין journey פון היילן פחד און גילט וואס מ׳האט איינגעבאקן אין מיר אלס קינד (וואס חיים גראדע האט געמיינט נעבעך אז מ׳קען עס בכלל נישט העלפן און ער האט משלים געווען אז ער מוז אזוי שוין בלייבן זיין גאנץ לעבן! נישט צו קענען הנאה האבן קיינמאל פון עולם הזה - בפרט פון אזעלכע הנאות וואס זיינע מחנכים האבן גערופן אן עבירה…)

so before I can start explaining my process

פיל איך אז ס׳איז וויכטיג קלאר צו מאכן, א mistake וואס איך האב געמאכט פאר א לאנגע צייט:

כ׳האב מיך אזוי דערפרייט יעדע מאל ווען כ׳האב געהערט פון מיטלען פאר רפואות הנפש וואס אנדערע האבן מצליח געווען דערמיט.

אין אנהייב פון היילן האב איך אלעמאל געהאט די צוגאנג כאילו: יעצט האב איך ענדליך די ענטפער! ״יעצט האב איך שוין א map 🗺 וויאזוי איך קען אנקומען צו מיין אייגענע מנוחת הנפש!״ און איך דארף נאר פשוט נאכפאלגן גענוי יענעם׳ס דרך שריט און טריט און voilà! א גאנצע ישועה וועל איך האבן…

א נעכטיגע קיגל…

מיר לעבן טאקע אין א וועלט וואו מענטשן דארפן נישט איבערשרייבן די זעלבע טעקסט נאכאמאל פאר יעדע חבר וואס מ׳וויל איינלאדענען צו א וואכנאכט - מ׳מאכט נאר copy & paste און ס׳איז א מחי׳

אבער ס׳קען אונז פארנארן צו מיינען אז אינ׳ם דרך החיים איז עס אויך שייך, כאילו מ׳קען מאכן copy & paste פון אלע שריט וואס יענער האט גענומען זיך אויסצולייזן און מ׳וועט זיך שפאָרן די תחבולות און צער און עס מאכן ׳express׳

אבער דאס איז אוממעגליך
און ס׳ברענגט אזויפיל אומזיסטע הארץ-ווייטאג אויב דו פרובירסט נאכצוגיין די cookie cutter פון יענעם׳ס journey - ווייל דו ביזט אן אייגנארטיגער מענטש מיט דיין אייגענע איבערלעבענישן און נאטורן- ביזט נישט קיין cookie טייג און דיין דרך פון היילונג וועט קיינמאל נישט זיין פונקט ווי יענעם׳ס

די פשוט׳סטע משל איז ווען א בעקער האט א ״רעסעפי״ פאר א הערליכע קעיק וואס די טעם צוגייט אין אלע גלידער: אויב ער האט נאר ביי זיך אין בעקעריי די ingredients פאר א טשאקאלאד קעיק מיט האזל-נוס אבער זיין חבר האט אים געגעבן א רעסעפי פאר א מארבל טשיז-קעיק, דעמאלס איז א פראבלעם אויב ער כאפט נישט אז ער קען נאר מאכן די בעסטע קעיק וואס איז שייך מיט זיינע ingredients! אויב האסטו אמאל געוואטשט בעקער קאמפעטישן shows ווייסטו אז making the best פון וואס איז עוועילעבל איז וואס מאכט איינעם א winner
און פרובירן זיין א copycat איז נישט נאר:

1) אן אוממעגליכע ציל דא,

2) ס׳פארפאסט אויך די מעגליכקייטן וואס דו האסט יא! וואס א צווייטער האט דיר אפילו נישט געקענט דערציילן עס צו ניצן, ווייל יענער האט בכלל נישט דיינע ingredients

די נמשל איז, ווען איך האב פרובירט היילן מיינע struggles דורכ׳ן זיך אריינבּאַקסן אין יענעם׳ס ״רעסעפי״ פון היילן- האב איך פארפאסט די עיקר quality פון היילן: צו ווערן די בעסטע ווערסיע פון זיך אליין

•דיין לעבן איז נישט פונקט ווי יענעם׳ס
•דיינע קינדער יארן זענען נישט געווען ווי יענעם׳ס
•דיינע תכונת הנפש זענען אנדערש פון יענעם׳ס
•דיין משפחה איז נישט די זעלבע ווי יענעם, און אפילו דיין פּלאץ אין די משפחה מאכט א חילוק! (די עלטסטע איז אפט די ״עקספּערעמענט״ קינד-אויף וועם די עלטערן לערנען זיך, און אין אנדערע פעלער קען זיין פארקערט: א מיטל קינד קען פילן צוקוועטשט ווי א סענדוויטש און די ערשטע קינד האט נאך באקומען עקסטערע עטענטשן- ממילא אפילו קינדער פון די זעלבע משפחה קען מען אויך נישט פארגלייכן זייער עקספיריענסעס.)
דיין פינאנציעלע מצב קען זיין זייער פארשידנארטיג פון יענעם׳ס און דאס האט א געוואלדיגע השפעה - נישט נאר אויף די הרחבת הדעת פון טאג-טעגליכן לעבן, נאר אויך ווי גרינג מ׳קען זיך פארגינען צו גיין צו רופאים און האבן א גלענצענדע רפואת הנפש.

תמצית הדברים: ווען איך טייל מיט בעז׳׳ה מיין journey פון היילן פון גילט און פחדים וואס מ׳האט איינגעקריצט אין אסך פון אונז - מיין איך חלילה נישט איינצורעדן קיינעם דא אז ס׳איז א פשוט׳ע copy & paste פראצעדור און דו דארפסט פשוט נאכפאלגן וואס איך האב געטון און וועסט שוין זיין א געהאלפענער.
די איינציגסטע טובה פון מיטטיילן מיין עקספיריענס איז אויפצולייכטן די אויגן מיט insight וואס לוינט זיך אין אכט צו נעמען אין דיין אייגענע היילונג.

ווען איך האב אויפגעהערט פרובירן זיין א copycat האב איך זיך אנגעהויבן אסך מער מחי׳ זיין פון הערן אנדערע מענטשן׳ס עקספיריענסעס (איך בין בעיקר אינטערעסירט צו הערן פון אזעלכע וואס האבן קוראזש מיטצוטיילן זייער שטרויכלונגען, די trial & error וואס זיי האבן געדארפט דורכגיין צו דערגרייכן זייער גאולה פונ׳ם גלות פרטית ווי זיי האבן געשמאכטעט.

ס׳געט מיר האפענונג, ס׳געט מיר אינפארמאציע וואס קען זיין ניצבאר און חוץ פון חיזוק ברענגט עס אויך נייע ideas וואס לוינט אפשר פאר מיר אויסצופרובירן (ווייל די היילונג איז א לעבנס-לענגליכע רייזע. ס׳דא אסך layers פון בעסער און בעסער. למשל יעצט ארבעט איך אויף מעטאדן וויאזוי איך קען סובל זיין אז איך קען נישט fix’ן די וועלט LA fires האבן ארויפגעברענגט די טעמע דא- און איך האב פאר א לאנגע צייט געהאט איינגעקריצט אין מיר די איינרעדעניש אז צו זיין א גוטהארציגע מענטש מיינט איך טאר נישט האבן א גוטן טאג אין לעבן ווילאנג א צווייטער ליידט (עס רופט זיך survivor’s guilt) און די היילונג layer וואס איך figure out אין מיין לעבן אין די יעצטיגע צייט, איז וויאזוי איך קען זיין א גוטהארציגע מענטש אבער אויך גוטהארציג צו זיך אליין (ווייל קיינער בענעפיט נישט ווען איך קארג אויף הנאה אין לעבן. Sharing is caring אבער איך קען נישט געבן וואס איך האב נישט- ממילא איז עס א טובה פאר יעדן וואס איך וויל מהנה זיין- ווען איך געב פאר זיך אויך הנאה
און איך פול אן מיין אייגענע ברונעם, כדי ס׳זאל זיין פון וואס צו שעפּן.)
 
לעצט רעדאגירט:
אוי ווי ריכטיג!

די זעלבע איז מיטן פארלאנגן פון מענטשן ווי אזוי זיך צו שפירן.
זיין וועלט איז געפארעמט אנדערש, ער איז לאו דוקא ביכולת צו מימיקן דיינס.
-

ווען איך האב אויפגעהערט פרובירן זיין א copycat האב איך זיך אנגעהויבן אסך מער מחי׳ זיין פון הערן אנדערע מענטשן׳ס עקספיריענסעס וכו'. ס׳געט מיר האפענונג, ס׳געט מיר אינפארמאציע וואס קען זיין ניצבאר און חוץ פון חיזוק ברענגט עס אויך נייע ideas וואס לוינט אפשר פאר מיר אויסצופרובירן
ועל דרך זה, ווען כ'קען א מענטש וואס האט עפעס געזונטער פון מיר, (- געווענדליך איז עס מער קאנפידענס און/אדער די שטארקייט צו נעמען גרויסע ריזקעס 🫣). כ'פראביר צו פארשטיין ווי אזוי ער זעהט דעם וועלט, זיך, ווי אזוי ער דיעלט מיט די נאטירליכע שרעק וואס אונז האבן, און וויזוי ער נעמט אויף זיינע אייגענע טעותים.

(שטייצעך דאס איז נאר אויב דער מענטש איז א עכטע מענטש וואס איז אפן און באוויסטזיניג צו זיין אייגענע געפילן, און גענוג סעיף צו זיין וואלנערבול און מיר אריינלאזן אין זיין הארץ.)

דוקא זיינע תשובות וואס הייבן מיינע אויגן ברעמען, פרעג איך מער אויס, דו שפירסט נישט כך וכך? און אזוי באקום איך עפעס א געפיהל פון זיין יונערווארס, וואס געט מיר נייע מהלכים, געפיהלן, בעליעפס, וואס כ'קען פראבירן צו זעהן וויזוי זיי צו אריינלייגן אין מיין לעקסיקאן לויט מיין אינגרידיענס.
 
אוי ווי ריכטיג!

די זעלבע איז מיטן פארלאנגן פון מענטשן ווי אזוי זיך צו שפירן.
זיין וועלט איז געפארעמט אנדערש, ער איז לאו דוקא ביכולת צו מימיקן דיינס.
-


ועל דרך זה, ווען כ'קען א מענטש וואס האט עפעס געזונטער פון מיר, (- געווענדליך איז עס מער קאנפידענס און/אדער די שטארקייט צו נעמען גרויסע ריזקעס 🫣). כ'פראביר צו פארשטיין ווי אזוי ער זעהט דעם וועלט, זיך, ווי אזוי ער דיעלט מיט די נאטירליכע שרעק וואס אונז האבן, און וויזוי ער נעמט אויף זיינע אייגענע טעותים.

(שטייצעך דאס איז נאר אויב דער מענטש איז א עכטע מענטש וואס איז אפן און באוויסטזיניג צו זיין אייגענע געפילן, און גענוג סעיף צו זיין וואלנערבול און מיר אריינלאזן אין זיין הארץ.)

דוקא זיינע תשובות וואס הייבן מיינע אויגן ברעמען, פרעג איך מער אויס, דו שפירסט נישט כך וכך? און אזוי באקום איך עפעס א געפיהל פון זיין יונערווארס, וואס געט מיר נייע מהלכים, געפיהלן, בעליעפס, וואס כ'קען פראבירן צו זעהן וויזוי זיי צו אריינלייגן אין מיין לעקסיקאן לויט מיין אינגרידיענס.
א דאנק פאר׳ן מיטטיילן!
דערמאנסט מיר פון מיין וויזיט אין א רייכן חבר׳ס הויז, וואו אנדערע וואלטן אפשר געשפירט קנאה אבער ב׳׳ה איך האב יונגערהייט געהאט גוטע רבי-געלט & געלערנט אז ״די גראז זעהט נאר אויס גרינער ביי יענעם״

איך לאז זיך מער נישט נארן פון אויגן-פארבלענדעניש, כאילו אויב יענער איז רייך מיינט עס ״ער איז גליקליך״ …
אמאל פלעג איך פילן אויסגעשפילט און מיינען איך בין אזוי אומגליקלעך ווייל איך מוטשע זיך…

אנשטאט דעם קוק איך אמת׳דיג אריין מיין חבר אין די אויגן, און אויב זיי שיינען נישט פון גליק, ווייס איך אז ער מוטשעט זיך פונקט ווי מיר (אפשר מער) מיט אנדערע זאכן.

Sorry איך בין פארקראָכן פונ׳ם עיקר פּוינט:

מיין וויזיט האט געטוישט מיין מהלך המחשבה, ווייל זיין אין א רייכע מענטשן׳ס הויז איז גאר אן אנדערע אטמאספער. די רחבות איז משפיע אויפ׳ן גייסט. ס׳ברענגט אריין א געפיל פון שפע (און געפילן קענען האבן א גרויסע השפעה אויף וויאזוי מיר פירן זיך אויף!)

די צמצום געפילן וואס איך בין געווען געוואוינט פון אויפוואקסן אין אן ארימע סארט שטוב (ב״ה עסן האבן מיר אלעמאל געהאט צו זעט, אבער ס׳ענג געווען די פינאנציעלע לאגע כסדר) ממילא האב איך ליב - אזויווי דו זאגסט - אריינצוגיין אביסל אין יענעם׳ס וועלט, ווייל ס׳טוישט מיינע בעליפס פון וואס איז possible פאר מיר אין מיין אייגן לעבן. ווען איך זאַפּ איין אביסל די ease אין מיין חבר׳ס הויז, האט עס א השפעה נישט נאר אויף מיינע געפילן: עס געט מיר האפענונג ארויסצוגיין פון א צמצום סיטואציע- אבער אויך מיינע מעשים וועלן נאכדעם זיין אנדערש.
 
Back
Top