די שכל'דיגע אויפוואכונג (די וועלט, דער מענטש און אידישקייט - א')

די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק א': די שכל'דיגע אויפוואכונג

יעדער מענטש קומט אריין אין דער וועלט אין א געוויסן מאמענט און אין ספעציפישע אומשטענדן. נישט נאר וואס דער מענטש האט נישט קיין דעה איבער אט די פרטים וואס באגלייטן זיינע ערשטע טריט אין לעבן, נאר ער האט נאך אפילו נישט קיין פארשטאנד צו זיין באוואוסטזיניג דערפון און צו תופס זיין וואס קומט פאר. די וועלט בלייבט מער ווייניגער די זעלבע נאכן מענטשנ'ס געבורט ווי זי איז געווען פאר דעם, אבער דער אופן וויאזוי דער מענטש וועט דורכלעבן די וועלט און איר פארשטיין וועט זיך גענצליך ווענדן אויף אט די אומשטענדן פון זיין געבורט אויף וועלכע ער האט נישט קיין שום שליטה.

אין אנדערע ווערטער, די פאקטן פון דער וועלט, פונעם יקום, זענען סטאטיש און אומבארירט פונעם מענטשנ'ס פארשטאנד, ד.ה. זיי זענען אומאפהענגיג פונעם מענטש און זיינע באגריפן, פון וויאזוי ער איז זיי משיג, און פון די באגרעניצונגען פון זיין עפיסטעמאלאגיע און זיינע אמונות. פילאזאפיש הייסט דאס אז די פאקטן פון עקזיסטענץ זענען זינען־אומאפהענגיג, זיי ווענדן זיך נישט אויף וועמענ'ס עס איז זינען און באגרייפונג. משא"כ, דעם מענשטנ'ס השגה און באגריף, זיינע אמונות און וועלט־אנשויאונגען, זיין אינערליכע רעפרעזענטאציע פון רעאליטעט, דאס ווענדט זיך אין אים און אין זיין זינען. ד.ה. זיי זענען זינען־אפהענגיג. דאס מיינט אז די מושגים און ענטיטעטן וואס ער שטעלט ביי זיך פאר און וואס עקזיסטירן אין זיין וועלט־באנעם האבן לאו־דווקא עקזיסטירט איידער ער איז געקומען צו אט דעם פארשטאנד, און אפילו יעצט עקזיסטירן זיי נישט בהכרח אויסער זיין באוואוסטזיין.

דעם מענטשנ'ס אנשויאונגען און וועלט־באנעם שאפן זיך צוביסלעך. אלס קליין קינד פארשטייט ער גאר ווייניג איבער וואס קומט פאר, אבער ווי ער וואקסט און קומט מער און מער צום זינען הייבן זיך אן פארעמען רעפרעזענטאציעס פון רעאליטעט ביי אים אין שכל, וואס קומען צו אים דורך דער השפעה פון זיינע ערציער, זיין סביבה און די ספעציפישע אומשטענדן פון זיין קינדהייט. וויבאלד דער מענטש האט נישט קיין שליטה אויף די אומשטענדן פון זיין געבורט און ערציאונג, האט ער אויך נישט קיין שליטה איבער די אומשטענדן וועלכע וועלן פארעמען זיינע ערשטע תמימות'דיגע אמונות און באגריפן וועגן דער וועלט. וויבאלד די פאקטן פון דער וועלט עקזיסטירן אבער ווייטער אומאפהענגיג פון דעם מענטשנ'ס אמונות וועגן איר, איז געדרינגען אז דעם מענטשנ'ס ערווארבענע אמונות וואס זיין ערציאונג און סביבה האט אים באגאבט איז נישט בהכרח קיין פארלעסליכע און אקוראטע רעפרעזענטאציע פון די פאקטן פון עקזיסטענץ.

אט די איינזעאונג איז דער אויסגאנגס־פונקט וואס פאנגט אן דעם מענטשנ'ס רייזע פון שכל'דיגער אויפוואכונג. דאס איז די נקודה ווען דער מענטש באפרייט זיך פון די מענטאלישע רעלסן וואס זיין ערציאונג האט אים אויף זיי ארויפגעשטעלט און ער הייבט אן טראכטן פאר זיך. דאס איז דער אברהם־אבינו מאמענט ווען מען צעשמעטערט דעם טאטנ'ס געטער און מען זוכט א מער אוניווערסאלן אמת.

דאס קען אבער זיין א מאמענט פון קריזיס. איך רעד שוין נישט אפילו פונעם געזעלשאפטליכן און פאמיליע קריזיס וואס קומט ווען דער יחיד דערווייטערט זיך מענטאליש – און דאן בהכרח אויך מיט זיין התנהגות – פונעם ציבור. נאר איך רעד פון אן אינערליכן, עפיסטעמאלאגישן קריזיס, ווען דער מענטש דערזעט זיך ווי דער באדן אונטער זיינע פיס ווערט אנטרינען און ווי זיין גאנצער וועלט־באנעם צעפאלט און ער בלייבט איבער צעמישט און צעחושט. ער ווייסט שוין נישט וואס יא צו גלייבן און וואס נישט צו גלייבן; ער ווייסט נישט ווער איז באגלויבט און אין וועמען זיך צוצוהערן. גאר שנעל זעט ער איין אז אלע זיינע אמונות זענען תלוי הא בהא: א' איז אמת אויב ב' איז, און ב' אויב ג', אבער ג' ווידער אויב א'. יעדער באשטאנדטייל פון דער עפיסטעמאלאגישער געביידע דערהאלט זיך א דאנק אלע אנדערע טיילן און אז טייל הייבן אן פאלן, צעפאלן זיך אלע. אבער מיט וואס בלייבט ער דאן? צי קען ער דען אנפאנגען גאר מבראשית ווי אויף א ריינעם טאוול? צי דארף ער ווידער לערנען אז עסן שטילט הונגער און וואסער דארשט? אז פייער ברענט און אז ווען מען שפרינגט פאלט מען? צי דען זענען אט די טאג־טעגליכע ידיעות אויך נישט א חלק פון די אמונות וואס זיין ערציאונג האט אים געגעבן?

באמת, דארף די שכל'דיגע אויפוואכונג נישט אייביג זיין אזא ראדיקאלע. צום ביישפיל, א קינד וואס איז אויפגעברענגט געווארן מיט צוטריט צו דער וועלט'ס חכמות און מיט פרייהייט פון געדאנק; אדער א קינד וואס זיין ערציאונג איז באשטאנען פון דעם וואס מען האט אים געלאזט אליין צוקומען צו אייגענע מסקנות באזירט אויף עקספלאראציע און פארשן; אזא קינד, הגם אז זיין סביבה האט נאך פארשטייט זיך א שטארקע השפעה אויף זיינע גלויבונגען, דאך מוז נישט זיין קיין ראדיקאלער בראך צווישן זיינע קינדישע באגריפן און זיינע דערוואקסענע אמונות. פארשטייט זיך אז זיינע געדאנקען איבער דער וועלט קענען זיין אינגאנצן אומגערעכט און פאלש, פונקט ווי ביי יעדן איינעם, אבער דאך איז נישטא קיין ראדיקאלער מאמענט פון אויפוואכונג ווען ער מוז זיך באפרייען פון אנשויאונגען וואס אנדערע האבן אויף אים ארויפגעצווינגען. במילא מוז ער אויך נישט אפפרעגן יעדע טאג־טעגליכע אמונה אדער באגריף וואס קומט פון זיין ערציאונג און קען זיך קאנצענטרירן אויף די געביטן אין זיין וועלט־באנעם וואס זענען מער קאמפלעצירט און אומקלאר.

אין קעגנזאץ, א מענטש וואס וואקסט אויף אין א סביבה וואס איז שטארק דאגמאטיש און מיט א דערציאונג וואס צווינגט אויף אים ארויף ספעציפישע אמונות; און ספעציעל ווען די אמונות זענען אין שטארקן קעגנזאץ צו די וואס זענען אנגענומען ביי רוב פון דער וועלט'ס באפעלקערונג; און על־אחת־כמה־וכמה ווען זיין אינפארמאציע און בילדונג איז שטארק באגרעניצט און ווען מען צענזורירט זיינע מקורות פון אינפארמאציע און מען פארשליסט פאר אים גאנצעטע תחומים פון דער וועלט'ס חכמה; פאר אזא איינער איז דער עפיסטאמאלאגישער קריזיס א גאר באדייטנדער און ארומנעמיגער. פלוצלינג דערזעט ער זיך אן קיין אחוזה אין רעאליטעט; מיטאמאל כאפט ער אז מען האט אים פארנארט, דעם מוח פארוואשט; זיינע מחנכים פארלירן ביי אים נאמנות און די גאנצע סיסטעם איז ביי אים כפורח באוויר. ער איז אין אן עפיסטעמאלאגישן קריזיס – און במילא אויך א געזעלשאפטליכן.

איבעריג צו זאגן אז איר, טייערער ליינער, וואס לייענט אט די שורות, דערקענט מן הסתם אז אייער ערציאונג און קינדהייט־סביבה איז נענטער צו דער צווייטער פון צווישן די צוויי עקסטרעמע שילדערונגען. דערפאר איז פארשטענדליך אז איר אויך זענט אפשר דורכגעגאנגען – אדער אפשר גייט איר נאך יעצט דורך – דעם עפיסטעמאלאגישן קריזיס. איר האט שוין אפשר מערר געווען אין אייער פון־דער־היים־געירשנטן וועלט־באנעם, אבער קיין בימקום האט איר זיך נאכנישט אוועקגעשטעלט. איר ווייסט אפשר גאר גוט פון דער נאענט די פראבלעמען פון אייער גירסא־דינקותא'דיגער השקפה, אבער וואס איז די אלטערנאטיוו זענט איר נאך נישט אזוי קלאר.

און אפשר זענט איר דווקא יא גוט אויסגעקאכט אינעם וויסנשאפטליכן אויסקוק; איר זענט בקי אין די לעצטיגע טעאריעס און איר קענט אפילו מסביר זיין מה למעלה ומה למטה בטוב טעם ודעת לויט די בעסטע סייענטיפישע באווייזן. אבער אפשר שפירט איר ביי זיך, אז הגם אז איר זענט גוט באהאוונט אינעם מאין־באת, זענט איר נאך היפש פארלוירן ביים לאן־אתה־הולך. ד.ה. איר האט שוין פארביטן דעם חרדישן וועלט־באנעם פארן וויסנשאפטליכן ווען עס קומט צו סייענטיפישע עניינים, אבער וואס צו טון דערמיט אין טאג־טעגליכן לעבן, וויאזוי דאס איבערצופלאנצן מכוח־אל־הפועל ווען עס קומט צו שאלות פון "איזוהי דרך ישרה שיבור לו האדם", דארטן שפירט איר אז סייענס גיט אייך נישט קיין קלארן מהלך וואס זאל קענען ממלא־מקום זיין די ווירדן און הדרכות פון אייער ערציאונג.

און עס קען אויך זיין אז איר פרעגט ביי זיך וואס צו טון מיטן אידישקייט, היינט אז איר זענט שוין געקומען צו דער שכל'דיגער אויפוואכונג. צי איז נאך געבליבן פלאץ פאר איר אין אייער נייער מאדערנער השקפה? צי איז נאך כדאי אין איר אנצוהאלטן? און אויב יא, וויאזוי? צי קען מען דאס טון אן זיך נארן און אן זיך אומוויסנדיג מאכן פון די סייענטיפישע און היסטארישע פאקטן פון רעאליטעט?

אויב איר טרעפט זיך געשילדערט אין איינעם פון די טיפן, דאן איז די סעריע געווידמעט פאר אייך. אין דער סעריע האף איך אייך צו געבן א בליק אויף אן אלטערנאטיוון וועלט־באנעם, אוועקגעשטעלט אויף וויסנשאפטליכע און פילאזאפישע יסודות, וואס וועט אייך נישט נאר באקענען מיט דאס וואס עקזיסטירט פאקטיש, נאר וועט אויך עקספלארירן וואס מען קען טון מיט אט די ידיעות און וויאזוי מען קען זיי ניצן אויף צו פירן א געזונט לעבן באזירט אין רעאליטעט. די סעריע זוכט נישט אפצופרעגן סיי וועלכן רעליגיעזן וועלט־באנעם, און זי זוכט אויך נישט אויפצואווייזן די בארעכטיגקייט פון דער וויסנשאפטליכער השקפה. נאר זי וועט פארשטעלן און מציע זיין דעם אלטערנאטיוון אויסקוק און פרובירן קלארשטעלן וואס עס שטעלט מיט זיך פאר. די סעריע איז נישט מבטיח צו פארענטפערן אלע שאלות און זיכער נישט צו זאגן אלץ וואס ס'איז דא צו זאגן אויף דעם נושא. ביקוש האמת איז א לעבנסלענגליכע עבודה און דא קענען מיר איר נאר צורירן מיטן שפיץ גאפל.

אין די קומענדיגע ארטיקלען: די סייענטיפישע מעטאדע און רעוואלוציע, פאלסיפיקאציע, עמפיריציזם בניגוד צו ראציאנאליזם, די באציאונג צווישן פאקטן און ווירדן
 
לעצט רעדאגירט:
זײער שײן, איך פארשטײ נישט פארװאס קײנער האט זיך דערװײל נאכנישט גענומען די מיה אין האבן איבערלאזט א קאממענט דא. איך האב זײער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, ספעציעל פון דײן מעטאדאלאדזשיקְל און סיסטעמאַטישְן צוגאנג. אײם לוּקינג פאָרװערד צו די נעקסטע טײל.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב מיר צוגעגרייט ארויסצודריקען א פדף פון דעם ארטיקל צו קענען ריכטיג אויסנוצן די צייט אין דעם הייליג'ן טאג, ומיגו דזכי לנפשאי זכי נמי לכולהו יהודאין חביבין.
 

בייגעלייגטע פיילס

מיר ווארטן פאר חלק ב׳,צו קריגן א פילינג אויף וועלכע ריכטונג מען פאהרט, און צו מען וועט צוקומען צו עפעס א ליכטיגקייט אין די ענדע פון דעם טונעל .דער מאמר אין מסכת אבות ״בעל כרחך אתה ובעל כרחך אתה חי״ איז דאך כולל די ווערטער פון דעם מחשבה וואס ווערט גוט ארויס גיברענגט פון דעם שרייבער , דארטן,אין אבות, זאגט ער צו בעל כרחך אתה מת ובעל כרחך אתה עתיד ליתן דין וחשבון , ווארטן מיר אז דער חלק ב׳ זאל ערשיינען , פילייכט וועט זיין חדשות,סאם פוד פאר טאוט.
 
Wow! דאס איז א מעסטערפיעס!
כ'שלינג מיט דארשט יעדעס ווארט.
כ'שטעל מיך פאר ס'ליגט אסאך ארבייט אין יעדע אזא פארזעצונג.
איז מעגליך צו מאכן לענגערע ארטיקלעך פער פארזעצונג? כ'פרעג נאר
 
איז מעגליך צו מאכן לענגערע ארטיקלעך פער פארזעצונג?
איך האב ליב צו קריגן דעם עולם'ס פידבעק נאך יעדן שטיקל ווייל דאס העלפט מיך מיט אינספיראציע פארן נעקסטן. אז דו ווילסט, קענסטו ווארטן ביז עטליכע שטיקלעך ווערן ארויפגעלייגט און דאן זיי לייענען צוזאמען.
 
אין קעגנזאץ, א מענטש וואס וואקסט אויף אין א סביבה וואס איז שטארק דאגמאטיש און מיט א דערציאונג וואס צווינגט אויף אים ארויף ספעציפישע אמונות; און ספעציעל ווען די אמונות זענען אין שטארקן קעגנזאץ צו די וואס זענען אנגענומען ביי רוב פון דער וועלט'ס באפעלקערונג; און על־אחת־כמה־וכמה ווען זיין אינפארמאציע און בילדונג איז שטארק באגרעניצט און ווען מען צענזורירט זיינע מקורות פון אינפארמאציע און מען פארשליסט פאר אים גאנצעטע תחומים פון דער וועלט'ס חכמה; פאר אזא איינער איז דער עפיסטאמאלאגישער קריזיס א גאר באדייטנדער און ארומנעמיגער. פלוצלינג דערזעט ער זיך אן קיין אחוזה אין רעאליטעט; מיטאמאל כאפט ער אז מען האט אים פארנארט, דעם מוח פארוואשט; זיינע מחנכים פארלירן ביי אים נאמנות און די גאנצע סיסטעם איז ביי אים כפורח באוויר. ער איז אין אן עפיסטעמאלאגישן קריזיס – און במילא אויך א געזעלשאפטליכן.
איך טראכט אז דער גאנצער באגריף פון “שכל’דיגער אויפוואכונג” ווערט אפט פארוואנדלט אין עפעס צו גרויס, צו רעוואלוציע’ניש. אבער אפשר דארף עס נישט זיין אזא רעוואלוציע. אויפוואכן מוז נישט מיינען צעברעכן און אויך נישט אוועקלויפן פון וואו מען איז געקומען. אויפוואכן קען זיין סתם דער מאמענט ווען דער מענטש הייבט אן הערן זיין אייגענעם קול אינעווייניג (הנודע בקרעמעל דיין אינער-דיין), צווישן אלע קולות וואס האבן אים באגלייט ביז יעצט.

מען קען זיין זעלבסטשטענדיג און דענקען פאר זיך אן דעם אז מען זאל זיך מוזן פארווארפן דעם ערד-באזיס פון וואו מען איז ארויסגעוואקסן. דער מענטש איז דאך באשאפן צו באלאנגען — צו עפעס, צו עמעצער, צו א גרופע, צו א מסורה. און דאס באלאנגען איז נישט קיין בוים וואס מוז זיך שליסן אין טויבער ערד כדי צו וואקסן. עס קען וואקסן פון אינעווייניג ארויס, אין דער זעלבער ערד, נאר מיט מער באוואוסטזיין.

מען דארף נישט פארמעקן אינגאנצען די רעלסן וואס האבן אים (איר) געטראגן ביז אהער. זיי האבן אפשר געברענגט ביז דעם פלאץ וואו מען קען היינט בכלל פרעגן. דער מענטש קען אנערקענען אז זיין מסורה האט נישט שלעכט געפירט, און זיך אפהאלטן פון זיינע דאגות. דער חילוק איז נישט צווישן גלייבן און נישט גלייבן, נאר צווישן שלאפן אין אמונה אדער זיין וואך אין איר.

אפילו ווען מען שפירט זיך נישט באקוועם אין דער איצטיגער שטייג, דארף מען נישט איבערבויען די גאנצע וועלט כדי זיך צו בארואיגן. אמת’דיגקייט הייסט נישט אויסרייסן די פאנדעישאן, נאר קוקן אויף זיי און פארשטיין פון וואו זיי קומען. אפשר איז די אמתע אויפוואכונג ווען דער מענטש לערנט צו לעבן מיט זיין שורש אן מורא פון זיין צווייג, אדער מיט זיין צווייג אן פארגעסן זיין שורש.

עס האט זיך שוין אפט געמאכט אז דער סארט יחיד וואס האט זיך געטראפן מיט זיין פראבלעם (אויפוואכונג), האט מחליט געווען: “גענוג — מײן אמונה איז טפילה! איך וועל לאזן וויסן אלע מיינע ערציער און ארומיגע אז איך האב געפונען דעם סוד: עס איז אלעס בי.עס. (BS). אראפ מיט די קאפל, אראפ מיט די לבוש — און היידא געלאפן צו ‘ווייסעך־ווי’.” און יארן שפעטער טרעפט ער זיך אין זיין אייגענע געבויעטע שייג: פוסט, לער, נישט באלאנגט. הייבט אן צוריק צו גארן די קאטשעניו מיט די געפילטע פיש (פילעכלעך אין שמחת־תורה וכדו’), שפירט א פוסטקייט אין זיין “ריכטיגער” אויסגעטראפענער וועג. נו — וואט?

ארבעט רואיג און געלאסן. גלייב יא. גלייב נישט. דאס איז ווי אזוי עס קומט דיר. נאר מיזערבעל און אונטערהאקן די צווייגן וואס וועלן שפעטער שווער זיין צוריק צו פלאנצען זעה איך נישט פאר די בעסטע אפשאן.
 
איך האב ליב צו קריגן דעם עולם'ס פידבעק נאך יעדן שטיקל ווייל דאס העלפט מיך מיט אינספיראציע פארן נעקסטן. אז דו ווילסט, קענסטו ווארטן ביז עטליכע שטיקלעך ווערן ארויפגעלייגט און דאן זיי לייענען צוזאמען.
פאר א מענטש וואס איז הונגעריג זאגסטו אויך ער זאל ווארטן ביז מערערע עסן געפונען זיך אויפן טיש?🤣
 
איך בין געקומען צום אויספיר, טראָץ די ערנסטע פֿראַגעס וועגן רעליגיע און די קעגנזאַצן מיט וויסנשאַפֿט, אַז רעליגיע איז אַ טייל פֿון מײַן וועלט, און דאָס איז אויף וואָס איך בין אויפֿגעוואַקסן.

רעליגיע און טראַדיציע זענען אַ טייל פֿון מענטשנס גײַסטיקע און רוחניותדיקע באַדערפֿנישן, און פּונקט ווי איך האָב נישט קיין ענטפֿער פֿאַרוואָס עס איז דאָ אַ נויט פֿאַר אַזוי פֿיל מינים פֿרוכטן פֿון אַלע מינים שאָטנס און געשמאַקן אין דער וועלט, אַזוי פֿיל איך אַז שמחת תורה האָט אַ באַזונדערן טעם און ראש השנה האָט אַ באַזונדערן טעם, צי גאָט האָט עס טאַקע באַפֿױלן צי נישט... און איך לעב נישט מיטן געפֿיל אַז איך ליג צו זיך...

וזה סוד כי האדם עץ השדה....
 
לעצט רעדאגירט:
איך טראכט אז דער גאנצער באגריף פון “שכל’דיגער אויפוואכונג” ווערט אפט פארוואנדלט אין עפעס צו גרויס, צו רעוואלוציע’ניש. אבער אפשר דארף עס נישט זיין אזא רעוואלוציע. אויפוואכן מוז נישט מיינען צעברעכן און אויך נישט אוועקלויפן פון וואו מען איז געקומען. אויפוואכן קען זיין סתם דער מאמענט ווען דער מענטש הייבט אן הערן זיין אייגענעם קול אינעווייניג (הנודע בקרעמעל דיין אינער-דיין), צווישן אלע קולות וואס האבן אים באגלייט ביז יעצט.

מען קען זיין זעלבסטשטענדיג און דענקען פאר זיך אן דעם אז מען זאל זיך מוזן פארווארפן דעם ערד-באזיס פון וואו מען איז ארויסגעוואקסן. דער מענטש איז דאך באשאפן צו באלאנגען — צו עפעס, צו עמעצער, צו א גרופע, צו א מסורה. און דאס באלאנגען איז נישט קיין בוים וואס מוז זיך שליסן אין טויבער ערד כדי צו וואקסן. עס קען וואקסן פון אינעווייניג ארויס, אין דער זעלבער ערד, נאר מיט מער באוואוסטזיין.

מען דארף נישט פארמעקן אינגאנצען די רעלסן וואס האבן אים (איר) געטראגן ביז אהער. זיי האבן אפשר געברענגט ביז דעם פלאץ וואו מען קען היינט בכלל פרעגן. דער מענטש קען אנערקענען אז זיין מסורה האט נישט שלעכט געפירט, און זיך אפהאלטן פון זיינע דאגות. דער חילוק איז נישט צווישן גלייבן און נישט גלייבן, נאר צווישן שלאפן אין אמונה אדער זיין וואך אין איר.

אפילו ווען מען שפירט זיך נישט באקוועם אין דער איצטיגער שטייג, דארף מען נישט איבערבויען די גאנצע וועלט כדי זיך צו בארואיגן. אמת’דיגקייט הייסט נישט אויסרייסן די פאנדעישאן, נאר קוקן אויף זיי און פארשטיין פון וואו זיי קומען. אפשר איז די אמתע אויפוואכונג ווען דער מענטש לערנט צו לעבן מיט זיין שורש אן מורא פון זיין צווייג, אדער מיט זיין צווייג אן פארגעסן זיין שורש.

עס האט זיך שוין אפט געמאכט אז דער סארט יחיד וואס האט זיך געטראפן מיט זיין פראבלעם (אויפוואכונג), האט מחליט געווען: “גענוג — מײן אמונה איז טפילה! איך וועל לאזן וויסן אלע מיינע ערציער און ארומיגע אז איך האב געפונען דעם סוד: עס איז אלעס בי.עס. (BS). אראפ מיט די קאפל, אראפ מיט די לבוש — און היידא געלאפן צו ‘ווייסעך־ווי’.” און יארן שפעטער טרעפט ער זיך אין זיין אייגענע געבויעטע שייג: פוסט, לער, נישט באלאנגט. הייבט אן צוריק צו גארן די קאטשעניו מיט די געפילטע פיש (פילעכלעך אין שמחת־תורה וכדו’), שפירט א פוסטקייט אין זיין “ריכטיגער” אויסגעטראפענער וועג. נו — וואט?

ארבעט רואיג און געלאסן. גלייב יא. גלייב נישט. דאס איז ווי אזוי עס קומט דיר. נאר מיזערבעל און אונטערהאקן די צווייגן וואס וועלן שפעטער שווער זיין צוריק צו פלאנצען זעה איך נישט פאר די בעסטע אפשאן.
שכ'ח פאר דיין זאכליכער און וויכטיגער הערה. אבער איך וויל קלאר מאכן מיין מהלך דא. ווען מען רעדט פון "שכל'דיגער אויפוואכונג", מיין איך בהחלט נישט "אראפ מיט די קאפל, אראפ מיט די לבוש אא"וו". מען רעדט דא פון א מענטאלישער באפרייאונג פון מח־באוואשונג און פון דער איינגעבאקענער אמונה אז דער חרדי'שער וועלטבאנעם איז דער איין איינציגער אמת. דיין "רואיגער און געלאסענער" צוגאנג קומט שוין דערנאך; דאס איז שוין די העכערע מדריגה. ד.ה. איינמאל דו האסט שוין אפגעווארפן די שטארקע דאגמע, שיעבוד־המוחין און פארכט פונעם גהינום, קענסטו יעצט זאגן אז עס מאכט נישט אזוי אויס, "גלייב יא. גלייב נישט". אבער פון דער פערספעקטיוו פון דעם וועלכן איז נאך משיעבוד צו די דאגמען, מאכט עס דאך אוודאי יא אויס; פארקערט, גארנישט אויף דער וועלט מאכט אזוי אויס ווי דעם! פאר אזא איינעם, איז די שכל'דיגע אויפוואכונג טאקע יא א ראדיקאלע און רעוואלוציאנערישע רעאליזאציע, מיט די עפיסטעמאלאגישע קריזיסן וואס פאלגן נאך, ווי געשילדערט.
 
איך בין געקומען צום אויספיר, טראָץ די ערנסטע פֿראַגעס וועגן רעליגיע און די קעגנזאַצן מיט וויסנשאַפֿט, אַז רעליגיע איז אַ טייל פֿון מײַן וועלט, און דאָס איז אויף וואָס איך בין אויפֿגעוואַקסן.

רעליגיע און טראַדיציע זענען אַ טייל פֿון מענטשנס גײַסטיקע און רוחניותדיקע באַדערפֿנישן, און פּונקט ווי איך האָב נישט קיין ענטפֿער פֿאַרוואָס עס איז דאָ אַ נויט פֿאַר אַזוי פֿיל מינים פֿרוכטן פֿון אַלע מינים שאָטנס און געשמאַקן אין דער וועלט, אַזוי פֿיל איך אַז שמחת תורה האָט אַ באַזונדערן טעם און ראש השנה האָט אַ באַזונדערן טעם, צי גאָט האָט עס טאַקע באַפֿױלן צי נישט... און איך לעב נישט מיטן געפֿיל אַז איך ליג צו זיך...

וזה סוד כי האדם עץ השדה....
דאס איז שוין א העכערע מדריגה, אשריך! זע מיין פאריגע אנטווארט.
 
Back
Top