די טעאריע פון וויסנשאפט

מרחשון

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 12, 2024
מעסעדזשעס
143
רעאקציע ראטע
377
איך ווייס אז…

איך ווייס פארוואס…

איך ווייס וויאזוי…

מיר אלע זענען באוואוסטזיניג צום קאנצעפט פון ידיעה - וויסנשאפט. אין פאקט איז דאס ווארט 'וויסן' פון די געציילטע ווערטער וועלכע פארמאגן א ווארט דערויף אין כמעט יעדע שפראך, און איז פון די צען מערססט באנוצטע ווערטער גלאבאל.

אבער וואס איז דאס 'וויסן'? וועלכע תנאים פעלן זיך אויס אז מען זאל קענען רופן א געוויסע מחשבה 'ידיעה'?

דאס איז אמאל זיכער אז "איך 'מיין' אז עס רעגנט אינדרויסן" ווערט נישט אנגערופן ידיעה, פשוט ווייל דו ביסט אליין מודה אז עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז דו ביסט ראנג. בלויז ווען דו ביסט אבסאלוט זיכער מיט דיין ידיעה, ווערט עס אזוי אנגערופן.

אלזא, האבן מיר געטראפן דעם ערשטן תנאי - קאנפידענץ!

און פארשטייט זיך אז אויב די זאך וואס דו 'ווייסט' שטעלט זיך ארויס צו זיין פאלש, ווערט דאס אויך נישט גערופן ידיעה. אויב דו ביסט זיכער אז עס רעגנט, אבער למעשה רעגנט נישט, דאן קען מען נישט אנרופן דיין מחשבה "ידיעה". עס קען זיין אז דו האלסט אז דו ווייסט, אבער מיט א דרויסנדיגע בליק, ווייסטו נישט.

אלזא, האבן מיר דעם צווייטן תנאי - אמת!

איז דאס אבער גענוג?
שטעלט זיך ארויס אז נישט.

לאמיר אנכאפן א פעסימיסטיש גענויגטע פארשוין, וואס וועקט זיך אויף אין א צימער אן קיין פענסטער, וויסנדיג אז היינט גייט פארקומען דער לאנג ערווארטעטע פאמיליע גריל… "איך בין זיכער אז עס רעגנט היינט." זאגט ער מיט ביטערניש.

אלזא, ער איז זיכער. מיר האבן דא דעם ערשטן תנאי.
לאמיר אפילו זאגן אז עס איז גראדע אמת וואס ער טראכט. עס רעגנט טאקע. האבן מיר אויך דעם צווייטן תנאי.

אבער קען דאס דען אנגערופן ווערן ידיעה? 'ווייסט' ער אז עס רעגנט?
שווער צו זאגן…

דארפן מיר אלזא מוסיף זיין א דריטער תנאי.

און דאס איז - דער מענטש מוז האבן א גוטע 'סברה' וואס מאכט אים טראכטן, און ער זאל זיין בארעכטיגט מיט'ן טראכטן, אז דער זאך איז אזוי.

(וואס הייסט א גוטע סברה וואס בארעכטיגט א ידיעה איז א מבוכה פאר זיך, אין וועלכע עס קומט אריין די סוגיא פון סקעפטיסיזם, אין וואס מיר וועלן נישט אריינגיין יעצט.)

עס קוקט אויס ווי מיר האבן געלייזט דעם מיסטעריע. דריי תנאים פעלן זיך אויס אז א זאך זאל הייסן ידיעה. קאנפידענץ, אמת און א גוטע סברה.

אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז עס ווייט נישט אזוי…

לאמיר טראכטן פון א מענטש וואס קוקט אויף א וואנט זייגער, און זעט אז עס איז דריי אזייגער. ער 'ווייסט' אז יעצט איז דריי אזייגער. וויאזוי? איינס, ער איז זיכער. צוויי, עס איז גראדע אמת אויך, און דריי, ער האט א גוטע סברה דערצו, דער זייגער זאגט אים אזוי.

עס איז פארהאן איין פראבלעם…
דער זייגער האט אויפגעהערט ארבעטן גענוי צוועלף שעה צוריק…

'ווייסט' ער אז עס איז דריי אזייגער?
לכאורה נישט.
און דאס איז טראץ דעם וואס ער האט מקיים געווען אלע דריי תנאים…

אט דער פראבלעם איז באקאנט אלס דער געטיער פראבלעם, נאך דעם פילאזאף עדמאנד געטיער.

דער משל וואס געטיער האט געגעבן, גייט ווי פאלגנד:

ראובן און שמעון, ביידע קאנדידאטן פאר א געוויסע זשאב פאזיציע, זיצן אין ווארט צימער פונעם אפיס, ווארטנדיג צו הערן ווער פון צווישן זיי ביידע וועט זוכה זיין צו באקומען דעם ארבעטס פאזיציע.
ראובן ווערט לאנגווייליג, און נעמט זיך ציילן די מטבעות וואס ליגן אין זיין טאש. עס שטעלט זיך ארויס אז עס ליגן דארט צען מטבעות.
ווען דער בעל הבית קומט ארויס, לייגט ראובן צוריק אריין די מטבעות אין טאש, און דער בעל הבית איז מודיע פאר זיי ביידע אז ער האט באשלאסן צו געבן דעם זשאב פאר ראובן.
שמעון פארמאגט אצינד א ידיעה וואס לויטעט אז 'דער מענטש וואס איז אויסגעקליבן געווארן פאר'ן זשאב, פארמאגט אין זיין טאש צען מטבעות.'
אויפ'ן וועג ארויס, האט דער בעל הבית פלוצלונג געטוישט זיין מיינונג, און באשלאסן ענדערש צו געבן דעם זשאב פאר שמעון.
שמעון - כאטש וואס ער ווייסט נישט דערפון - פארמאגט גראדע אויך צען מטבעות אין זיין טאש.

קענען מיר אצינד זאגן אז שמעון'ס ידיעה אז 'דער מענטש וואס איז אויסגעקליבן געווארן פאר'ן זשאב, פארמאגט אין זיין טאש צען מטבעות', ווערט פאררעכנט ווי א ידיעה? לכאורה נישט. שמעון ווייסט נישט אז ער איז אויסגעקליבן געווארן, און אז ער פארמאגט צען מטבעות אין זיין אייגן טאש, און פארט פארמאגט ער די נויטיגע תנאים.

  1. ער איז זיכער.
  2. עס איז אמת.
  3. ער איז בארעכטיגט.

'ווייסט' ער אבער?

א צווייטע משל דערויף איז - עס ברענט א גריל אינמיטן מדבר וואו איינער רייכערט פלייש.
דער שמעקעדיגער פייער ציהט צו זיך א כוואליע אינזעקטן וואס פונדערווייטנס זעט עס אויס ווי א רויך זייל.
א מענטש קוקט פונדערווייטנס, און זעענדיג דעם אזויגערופענעם רויך וואלקן, זאגט ער "ס'איז דא דארט א פייער…"

'ווייסט' ער?


דארפן מיר אלזא צולייגן א פערטע תנאי אז א זאך זאל הייסן ידיעה.

דער פראבלעם איז אז צו געפינען אט דעם פערטן תנאי, איז בכלל נישט אזוי גרינג. ווער קען ארויסהעלפן אפשר?...
 
אפשר א קאמבינעישן פון 1 און 2 צוזאמען, ער איז זיכער מצד די אמת שבו.
 
אפשר א קאמבינעישן פון 1 און 2 צוזאמען, ער איז זיכער מצד די אמת שבו.
אויבנאויף הערט זיך עס ווי א גוטע סברה, אבער ווען מען צונעמט עס זעט מען אז עס שטימט נישט.
צום ערשט לאמיר אביסל פיקסן דעם פערטן תנאי וואס דו ברענגסט דא, כדי עס זאל בכלל קענען ארבעטן.
דער פערטער תנאי זאגט אז די ידיעה מוז זיין באגרינדעט אויף בלויז אמת'ע פאקטן כדי עס זאל קענען ווערן אנגערופן ידיעה.
און דאס איז זיכער אז אויב איז די ידיעה באגרינדעט אויף בלויז טיילווייז-אמת'ע פאקטן, דאן האט מען נישט מקיים געווען דעם פערטן תנאי.

אבער אין פאקט, זענען פארהאן ידיעות וואס שפילן אויס דעם פערטן תנאי, און ווערן פארט אנגערופן ידיעה.
איין ביישפיל איז א דעטעקטיוו וואס האט געזאמלט אומצאליגע באווייז און אויסגעפארשט צענדליגע עדות, און געקומען צו א מסקנה אז זשאן סמיט האט דורכגעפירט דעם רויבעריי...
צווישן די פילע עדות, איז אבער געווען איינער וואס האט גערעדט פלעינע ליגנט. ער איז קיינמאל נישט דארט געווען אפילו...

דער דעטעקטיוו 'ווייסט' אז סמיט איז דער רויבער, טראץ דעם וואס זיין ידיעה איז נישט באגרינדעט אויף ריין אמת'ע פאקטן!
 
וואס הייסט? דזשאן סמיט איז דער גנב למעשה?
אויב יא, וואלט ער לכאורה אנגעקומען צו די מסקנא דורך אלע אנדערע עדות'ן, און דער עד וואס האט גערעדט ליגנט האט נישט אויסגעמאכט.
אויב האט דער עד יא אויסגעמאכט איז ער טאקע נישט באזירט אויף אמת'ע פאקטן, און ער ווייסט טאקע נישט מצד די אמת שבו.
 
אויב יא, וואלט ער לכאורה אנגעקומען צו די מסקנא דורך אלע אנדערע עדות'ן, און דער עד וואס האט גערעדט ליגנט האט נישט אויסגעמאכט.
אפילו אויב דער עד האט למעשה נישט אויסגעמאכט, איז די ידיעה מצד דעם דעטעקטיוו נאך אלס געווען 'באגרינדעט' אויף נישט ריין אמת'ע פאקטן.
 
איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די נושא איז קען איך נישט אריינרעדן צו סאך.

די נושא פון עפיסטעמעלאגיע איז א ברייטע און פארצווייגטע אונעם פילאסאפישע וועלט. דיסקוסיעס און ביכער איבער דעם זענען שוין פארנומען פאר די לעצטע צוויי טויזנט יאר. מאדערן פילאסאפיע (בעיקר אנגעהויבן פון דעקארט) האבן געלייגט א שטערקער דגוש אויף עפיסטעמעלאגיע ווי אויף מעטאפיזיקס.

רבנים וואס האבן געשריבן אויף די נושא פון הגיון, קומט יעצט ארויף אין קאפ רמב"ם און רמח"ל. ס'איז זיכער דא נאך אסאך.

הכלל איך קוק ארויס אויף דיינע שרייבעריי און צו לערנען נייע זאכן.

בעסער וואלט געווען ווען דו ברענגסט א מקור, אזוי קען מען נאכקוקן צו לערנען מער.


להערה בעלמא:
די שנירל איז אין וויסנשאפט, אבער עס באלאנגט באמת אין מחשבה.
 
לעצט רעדאגירט:
בעסער וואלט געווען ווען דו ברענגסט א מקור, אזוי קען מען נאכקוקן צו לערנען מער.
איך פערזענליך גלייך נישט צו ליינען אן ארטיקל וואס איז פול מיט מקורות. אויב איינער וויל אליינס דורכטוהן א נושא מתחילתה ועד סופה, ליינט ער נישט קיין ארטיקל אויף קרעמל, נאר גייט אליין אפירזוכן מקורות.
 
@מרחשון, קודם א קאמפלימענט, דו שרייבסט זייער גוט און ציענד! קיעפ איט אפ.

צו דיין ארטיקל.
פארשטייט זיך אז Knowledge און עפיסטעמאלאגיע פארנעמען אן אויבן-אן אין פילאזאפיע פאר טויזענטער יאר, א קורצע אשכול קען קוים אנהייבן צו אנדעקן די מיסטריעזע אייגנשאפטן דערפון, אפגערעדט פון עס אויסקלארן.

איך וויל אבער יא א טראפ מפענח זיין דיין מאמר מער ווארט ביי ווארט, סארי אויב עס איז אביסל 'געכאפט ביין ווארט' סטייל..

דו הייבסט אן
איך ווייס אז

איך ווייס פארוואס

איך ווייס וויאזוי

עס איז א שיינע שרייבערישע הקדמה, אבער פון די עפיסטעמאלאגישע און לינגוויסטיק פערספעקטיוו דארף קלארגעשטעלט ווערן אז פאר די ציל פון דעם סוביעקט זענען די אלע דריי די זעלבע סארט 'נאלעדזש'.
עס איז דא אין ענגליש אנדערע סארט נאלעדזש - א שטייגער ווי "I know that person", אבער דארט האט עס א צווייטע משמעות אינגאנצן, און עס באציט זיך נישט ממש צו די רעלעישאנשיפ צווישן אנטאלאגיע (-רעאליטעט) און אונזער עפיסטעמאלאגיע (-ידיעה), משא"כ די דריי וואס דו האסט אויסגערעכנט 'איך ווייס אז' 'פארוואס' און 'וויאזוי', וועלכע קומען שטעלן א סטעיטמענט איבער אונזער קארעספאנדענס מיט רעאליטעט.

_____________

דאס איז אמאל זיכער אז "איך 'מיין' אז עס רעגנט אינדרויסן" ווערט נישט אנגערופן ידיעה, פשוט ווייל דו ביסט אליין מודה אז עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז דו ביסט ראנג. בלויז ווען דו ביסט אבסאלוט זיכער מיט דיין ידיעה, ווערט עס אזוי אנגערופן.

אלזא, האבן מיר געטראפן דעם ערשטן תנאי - קאנפידענץ!

דא גייסטו אריין אין די דעפינאציע פון ידיעה, נעמליך, אויב מיר אליין האבן נישט די קאנפידענץ און קלעימען נישט אז מיר 'ווייסן' עס - הייסט עס נישט מער ווי א בעליף אדער מיינונג.

דאס האט אבער גארנישט עכט מיט די שאלה 'וויאזוי מיר קענען וויסן' אדער וואס 'ידיעה' מיינט אין די סענס פון איר Truth value, עס איז נישט מער ווי מסביר וואס מיר רעדן בכלל איבער. ממילא באלאנגט עס נישט צוזאמען מיט די אנדערע 'תנאים' וועלכע דזשאסטיפייען און אנאלאזירן די נאטור פון ידיעה כשלעצמו.

______________

און פארשטייט זיך אז אויב די זאך וואס דו 'ווייסט' שטעלט זיך ארויס צו זיין פאלש, ווערט דאס אויך נישט גערופן ידיעה. אויב דו ביסט זיכער אז עס רעגנט, אבער למעשה רעגנט נישט, דאן קען מען נישט אנרופן דיין מחשבה "ידיעה". עס קען זיין אז דו האלסט אז דו ווייסט, אבער מיט א דרויסנדיגע בליק, ווייסטו נישט.

אלזא, האבן מיר דעם צווייטן תנאי - אמת!

א פשוטע שאלה - וואס האט אן עפעקט אויף די גאנצע נושא דא - וויאזוי 'שטעלט זיך ארויס' אויב עפעס איז אמת?

דארף מען נישט קיין 'ידיעה' איידער סיי וואס קען זיך ארויסשטעלן צו זיין אמת אדער נישט?

און אויב אזוי וויאזוי קען מען בכלל נוצן 'אמת' אלס א תנאי פאר ידיעה, אויב צום זעלבן צייט איז ידיעה א תנאי פאר אמת?! א שטיקל פאראדאקס דאס, נישט אזוי?

________________

איז דאס אבער גענוג?
שטעלט זיך ארויס אז נישט.

לאמיר אנכאפן א פעסימיסטיש גענויגטע פארשוין, וואס וועקט זיך אויף אין א צימער אן קיין פענסטער, וויסנדיג אז היינט גייט פארקומען דער לאנג ערווארטעטע פאמיליע גריל… "איך בין זיכער אז עס רעגנט היינט." זאגט ער מיט ביטערניש.

אלזא, ער איז זיכער. מיר האבן דא דעם ערשטן תנאי.

לאמיר אפילו זאגן אז עס איז גראדע אמת וואס ער טראכט. עס רעגנט טאקע. האבן מיר אויך דעם צווייטן תנאי.

אבער קען דאס דען אנגערופן ווערן ידיעה? 'ווייסט' ער אז עס רעגנט?
שווער צו זאגן…

דארפן מיר אלזא מוסיף זיין א דריטער תנאי.

און דאס איז - דער מענטש מוז האבן א גוטע 'סברה' וואס מאכט אים טראכטן, און ער זאל זיין בארעכטיגט מיט'ן טראכטן, אז דער זאך איז אזוי.

(וואס הייסט א גוטע סברה וואס בארעכטיגט א ידיעה איז א מבוכה פאר זיך, אין וועלכע עס קומט אריין די סוגיא פון סקעפטיסיזם, אין וואס מיר וועלן נישט אריינגיין יעצט.)

עס קוקט אויס ווי מיר האבן געלייזט דעם מיסטעריע. דריי תנאים פעלן זיך אויס אז א זאך זאל הייסן ידיעה. קאנפידענץ, אמת און א גוטע סברה.

דא כאפסטו אן דזשאסטיפיקעישאן - אדער 'סברא' ווי דו רופסט עס.

______________

און דא קומען מיר צו צו די עכטע מבוכה, פראבירסטו צו דיפיינען די ווארט 'ידיעה' פון א לינגוויסטיק פערספעקטיוו? אדער ווילסטו דיפיינען וואס איז פילאזאפיש דזשאסטיפייעד צו הייסן אז 'מ'ווייסט' באמת?
אויב איז עס פשוט די לינגוויסטיקס, דאן ביסטו גערעכט אז קאנפידענץ איז א תנאי דערין, אבער דעמאלס איז עס אויך זייער סוביעקטיוו - פונקט ווי לענגווידזש איז בכלליות, און ביי געוויסע קען די פעסעמיסטישע 'ידיעה אז עס רעגנט' פונקט אזוי הייסן א ידיעה אין דעם סענס.

אויב אבער ווילסטו אנאלאזירן וואס מיר מעגן אננעמען פילאזאפיש אלס 'בארעכטיגטע ידיעה' און וואס די חילוק איז צווישן א בעליף און א ידיעה, דאן קומט מען אן צו די איר-אלטע JTB (-Justified True Belief) טעאריע, וואס לויטערט אז עס דארף האבן דריי תנאים,
ערשט דארף עס זיין א בעליף, (קען זיין דאס מיינסטו מיט קאנפידענץ).
צווייטנס דארף עס זיין אמת.
און דריטנס דארף עס זיין דזשאסטיפייעד.

און אויף דעם ארויף קומט טאקע די געטיער פראבלעם ארויסברענגען אז צומאל איז עס אלע דריי אבער מיר פארשטייען נאכאלץ אז עס איז נישט עכט קיין 'ידיעה' - אזויווי די מעשה מיט די מטבעות און מיט די זייגער.

א פשוטערע תשובה דערויף איז אז די דזשאסטיפיקעישאן איז דארט נישט באמת אויסגעהאלטן, ממילא איז עס נישט עכט קיין ידיעה ווייל דעם תנאי איז נישט פארפילט, און אויב נאר וואלט עס געווען ריכטיג פארפילט וואלט ער טאקע באמת 'נישט געוויסט'.

____________

א גרעסערע פראבלעם אבער מיט דאס אלעס איז אבער אזויווי איך האב פריער ארויסגעברענגט, אז מיר האבן אלטימעטלי נישט קיין וועג צו 'וויסן' ווען עפעס איז טאקע 'אמת' כדי צו אויספילן בכלל די צווייטע תנאי, ווייל ווי געזאגט פארלאנגט זיך ידיעה פאר מיר קענען אויספיגערן די אמת כדי צו וויסן צו מיר ווייסן באמת...

און דא קומען אריין די סקעפטיקער און טענה'ן אז די גאנצע וויסן נושא איז נישט מער ווי אן אילוזיע, אדער צום בעסט איז עס א ספעקטרום פון ווי סאך קאנפידענץ און געוויכט מיר לייגן אויף א ספעציפישע בעליף.
דהיינו, ווייסן מיר היינט אז די וועלט איז רינדעכיג? לכאו' יא! עס שטומט מיט די דריי אויבנדערמאנטע תנאים.
אבער נעמענדיג דעם לאגיק לכאו' האבן זיי אויך 'געוויסט' פאר דריי טויזענט יאר צוריק אז די וועלט איז פלאך?! עס האט דעמאלס אויך סעטיספייעד די דריי תנאים, נישט אזוי?
אויב אזוי וואס פונאנדערשיידט צווישן זייערע פאלשע ידיעה און אונזער עכטע ידיעה? אדער בעסער געפרעגט, וויאזוי קענען מיר זיין זיכער אז און דריי טויזענט יאר ארום וועט מען נישט 'וויסן' עפעס אינגאנצן אנדערש אין דעם נושא (אפשר גאר אז עס איז טאקע יא פלאך) וואס דאן שטעלט אונער ידיעה זיך ארויס פאלש?

בקיצור. עס איז א שווערע נושא. און מ'דארף זיך בעסער זעצן לערנען פילאזאפיע דערפאר..
 
פראבירסטו צו דיפיינען די ווארט 'ידיעה' פון א לינגוויסטיק פערספעקטיוו? אדער ווילסטו דיפיינען וואס איז פילאזאפיש דזשאסטיפייעד צו הייסן אז 'מ'ווייסט' באמת?
איך מיין אז פונעם ארטיקל איז היבש קלאר אז איך זיך דווקא 'נישט' קלאר צו מאכן ווען א בעליף הייסט ידיעה פילאזאפיש. אט האסטו:
(וואס הייסט א גוטע סברה וואס בארעכטיגט א ידיעה איז א מבוכה פאר זיך, אין וועלכע עס קומט אריין די סוגיא פון סקעפטיסיזם, אין וואס מיר וועלן נישט אריינגיין יעצט.)
איך רעד בלויז לינגוויסטיש.

און דאס וואס דו שרייבסט אז
אויב איז עס פשוט די לינגוויסטיקס, דאן ביסטו גערעכט אז קאנפידענץ איז א תנאי דערין, אבער דעמאלס איז עס אויך זייער סוביעקטיוו - פונקט ווי לענגווידזש איז בכלליות, און ביי געוויסע קען די פעסעמיסטישע 'ידיעה אז עס רעגנט' פונקט אזוי הייסן א ידיעה אין דעם סענס.
איז לכאורה נישט אמת. וויאזוי זאל מען קענען זאגן אויף א נעגאטיווע מענטש אז ער 'ווייסט' אז די וועלט גייט חרוב ווערן אין צוויי מינוט ארום?...
ווען דו רעדסט פון א קולט, זאגסטו אז זיי 'ווייסן' אז זייער פירער גייט זיי ברענגען צו ליכטיגקייט, אדער זיי 'מיינען'?...
 
כ'האף ס'קומט אריין אינעם שנירל.

ידיעה מיט אמת זענען לכאו' צוויי באזונדערע זאכן.
'ידיעה' מיינט זיין קאננעקטאד (-התקשרות) מיט א געוויסע דעה, מידה, אמונה, וכדו'. ווי דערמאנט אויבן ס'האט מיט קאנפידענס אין זיך. (אזא בטחון, הסתמכות, החלטה, כ'קען גיין מיט דעם אן פארלירן מיין סעיפטי)

'אמת' קען מיינן אז רעלעטיוו צו מיר קוקט דאס אויס ווי אמת, והיינו איך זאג וואס איך זעה. (סאו כ'זאג דעם אמת. און מארגן וועלך איינזען אנדערש און זאגן יענעם אמת).

ווי אויכעט איז דא קאנצעפט פון די אלגעמיינעם אמת כשלעצמו, (וואס לאו דוקא ס'עקזיסטירט אזא זאך.) און אויף דעם זאגן חז''ל חותמו של הקב"ה אמת, זיין חתימה איז נישט דעם מדה פון זיין אמתדיג, נאר די אמת אליין.
-

מענטשן "ווייסן" וואס מ'זאגט זיי מיט קאנפידענס.
(ווילאנג די סקעפטיזים הייבט נישט ברעמן אז ס'שטומט נישט. און אפי' דאן אויב די קאנפידענס לעוועל פונעם 'זאגער' איז שטארק איז מען נישט מנגד, ווייל ער קוקט אויס צו וויסן. מ'קויפט אפ במידה קטנה יענעמס קאנפידענס אינעם זאך)

'וויסדאם און קראוד' איז נאך אן אויפן פון באקומען דעם קאנפידענס. (ווי גייט דעם אלטע לשון 'א וועלט איז דאך ניט משוגע'.)
-

ווייניג מענטשן האבן די גאטס (קאנפידענס כנ"ל) צו טראכטן אליין, און נאכגיין זייער הארץ צו זען וואס איז זייער אמת.
ווייל ס'פילט נישט סעיף, וועסט זיך טרעפן אנדערש פון יעדעם. וכדו'. (פחד היא היפוך הבטחון הנ''ל כמ"ש 'אבטח ולא אפחד').
-

אם אין אני לי - מי לי
וועסט לעבן אכציג יאר און קיינמאל נישט אויסהערן זיך אליין! וועסט זיך קיינמאל נישט לאזן עקספיריענסן דיין אייגענעם עקזיסטענס! ווער וועט זיין דא פאר דיך דיר צו זאגן 'דיין' אמת?!

וכשאני לעצמי - מה אני
ווען כ'נעם יא דעם קוראזש און אייגענקייט, כ'לאז זיך פון מיין אמת, וואס בין איך אליין, וויפיל געוויכט האט עס שוין! כ'וועל ווייטער דארפן בלייבן עניוויתדיג מיט אנדערע כדי צו קענען אנגיין.

ואם לא עכשיו - אימתי
וועסט קיינמאל נישט אנקומען צום פלאץ וואו דו ווייסט שוין גענוג זיך צו קענען טראסטן צוליב אינדערויסענדיגע פאקטארן, ידיעות. וועסט קיינמאל נישט זיין מער גרייט ווי ביסט יעצט. (כנ"ל ס'ווענד זיך אין דעם טראסט אין זיך אליין) האסט דעם יעצט צו מאכן דעם החלטה צו זיין דא פאר זיך, אויסהערן דיין אמת.

שוין גענוג געדרשנט...
 
Back
Top